דער עיקר חילוק צווישן די צוויי ארגענעזאציע'ס איז אז "בוני עולם" באצאלט פאר די עקטואלע טריעטמענט'ס און פרעסידזשער'ס ווס עס פעלט זיך אויס ווען איינער איז ל"ע נישט געבענטשט מיט קיין זרע של קימא, וואס ציט אריין יעדע איינע אין א הון תועפת,
A TIME איז בעיקר געשטעלט אויף חיזוק פאר די וואס האבן ליידער נישט אדער עס גייט זיי שווער צו האבן קינדער, זיי האבן רבנים, דיינים און דאקטוירים וואס מ'קען זיך אייביג א דורך רעדן פאר פריי אן אפצאל, זיי האבן א וועב סייט וואס האט שוין געהאלפן אן א שיעור מענטשן, און אזוי אויך מאכן זיי צוזאמקומפטן צו יעדע שטיק צייט,
פארשטייט זיך אז ס'איז נישטא קיין גרויסע צוים אדער וואנט צווישן די צוויי ארגענעזאציע'ס, און איינער גייט אביסל אריין אונעם צווייטנס פעלד, נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס, איך פארשטיי אז די צוויי ארגענעזאציע'ס קומען זיך צומאל נישט א דורך, אבער באשמיצן איינער דעם צווייטן ווען ביידע טוען אויף גדולות ונצירות, איז קלאר נישט בארעכטיגט אן נישט מענטשליך.
|
|