איך מיין אז די שאלה וואס דארף געפרעגט ווערן איז גאר עפעס אנדערש.
וויפיל פון דעם וועט נאך זיין רעלעוואנט אין פופצן צוואנציג יאר ארום?
ב"ה היינט צו טאג איז דער פראבלעם פון אינטערנעט היפש אויפגעשפילט ביים חרדי'שן ציבור (כאטש ווייט נישט גענוג, ווער נאך ווי אונז קען דערויף עדות זאגן...), און בדרך כלל איז כמעט נישטא קיין קינדער וואס האבן צוטריט צו אינטערנעט.
אבער וואס טוט זיך מיט די ערוואקסענע? אין אפוטרופוס לעריות, דער יצר הרע שטעלט זיך נישט אפ קיינמאל, אפילו ביי די זיבעציג. זאל יעדער ביי זיך אליין מאכן א חשבון וויפיל שעה'ן TV האט ער געזען די לעצטע יאר אויפן אינטערנעט. וויפיל שמוץ גייט אריין אין מח במשך די צייט פון אומשולדיגע נייעס און אדווערטייזמעט'ס, וויפיל זענען מיר אלע - יעדער וואס איז באהאפטן צום אינטערנעט - אויסגעשטעלט צו זען און הערן יעדן איינציגן טאג, אפילו גענצליך אומווילנדיג און כמעט באונס?!
איך זוך קיינעם נישט צו אטאקירן, און איך בין בכלל נישט קיין איינגעשטעלטער אין קיין שום משמרת הצניעות... איך מיין אבער אז ס'איז די העכסטע צייט יעדער זאל זיך מאכן א חשבון הנפש בינו לבין קונו, און זוכן אלע וועגן אויפצוקומען מיט א געהעריגע ענטפער צום פראבלעם.
איך גלייב אז רוב ליינער ווייסן זייער גוט אז דערווייל איז נישטא קיין איין עכט אפעקטיווער מיטל קעגן דעם פראבלעם, די אלע פילטערס זענען רע במיעוטן אבער ווייט נישט קיין לעזונג (א קליינער ביישפיל, דער בלויזער פאקט אז ווער ס'וויל קען זען דעם עפיזאד וואס האט געעפנט דעם אשכול, מיט אלע פילטערס אינאיינעם...). איך האף אז מ'וועט קענען איבערשפילן דעם עפיזאד אין צוואנציג יאר ארום און שפירן די זעלבע שטאלץ אז מיר זענען געבליבן פארמאכט און אנטשלאסן קעגן די השפעות פון די גוי'אישע גאס.
 |
|
|