בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: מעכטיגער זיג פאר סאטמאר קעגן מחרחרי ריב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2008 21:09 לינק ישיר 
ברעיקינג: מעכטיגער זיג פאר סאטמאר קעגן מחרחרי ריב

די וואלדמאן קאמפאני דארף באצאלן 750,000 דאלאר פאר קהל יטב לב.

און די שול פון די רביצין מוז פארשלאסן ווערן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:14 לינק ישיר 

13 יאר נאכדעם וואס די רוצחים/מוסרים וואלדמאן קאמפאני האט אוועקגע'גזל'ט דעם רביצינ'ס הויז פון קהל יטב לב ד'סאטמאר האט סאטמאר אפגעהאלטן א מעכטיגן זיג, ווען דער ריכטער אוען האט גע'פסקנ'ט אז זיי מוזן באצאלן פאר קהל יטב לב 750,000 דאלאר, פאר'ן נוצן די פעסיליטס פון קהל יטב לב אן רשות, אריינגערעכנט די פארקינג לאטס און די סוער.

דער ריכטער האט אויך גע'פסקנ'ט אז זיי מוזן פארשפארן דעם בילדינג און זיי קענען עס נאר נוצן אלס א הויז און נישט אלס א שול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:22 לינק ישיר 

עס איז א מעכטיגער געווינס, אבער נישט פארגעסן אז מען האלט נאך ממש ביים אנפאנג. די מוסרים וועלן היינט אדער מארגן גיין און ארויסנעמען א סטעי, און אפילן דעם פסק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:27 לינק ישיר 

בור כרה ויחפרהו.

די מוסרים זענען געגאנגען אין קאורט אין תשס"ד שלא ברשות בית דין, און גע'מסר'ט קהל, היתכן מען לאזט זיי נישט נוצן די סוער פון בית המדרש, איז געגאנגען קהל און איבערגעדרייט די מסירה קעגן זיי, און מען האט אריינגעגעבן א קאנטער-קלעים אז זיי האבן נישט קיין רעכט צו נוצן דעם בית המדרש, און נישט די פארקינג לאט, און זיי קענען ניטאמאל נוצן דעם רביצינ'ס הויז וואס זיי האבן צוגע'גזל'ט פון קהל, אלס א שול. זיי מעגן עס נאר נוצן אלס א פלעינע הויז.

היינט איז געקומען דער מורא'דיגער זיג.

כאשר החילות לנפול נפול תפול!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:28 לינק ישיר 

דיטעילס.

באקומען אין אימעיל

breaking news: Attached in Judge Owen's Decision (received today) following trial in the Rebetzin's Case. Summary of key points: He granted judgment in favor of the KJ Congregation in the amount of $744,833.35. He has granted an injunction, effective immediately, prohibiting any further use of the Rebetzin's Apartment as a place of worship until municipal approvals are ever secured. That means no more meetings. That property cannot meet the special permit, zoning and site plan requirements of the Village of KJ Zoning Law. He has limited the Rebetzin's Apartment only to a one-family residential use. He has confirmed the KJ Congregation's right to (a) use and control the basement area and (b) install and maintain all HVAC equipment on the top of the Rebetzin's Apartment.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:32 לינק ישיר 

די אלע עקסטרעמע קאראפטירטע אראנדש קאונטי פסקים ווערן ממילא רעווערסט אין די אפעלאט, ס'שוין אזא רוטין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:39 לינק ישיר 

אלע אלע?

אלע מיליאן פסקים וואס די קארופטירטע ארענדזש קאונטי ריכטער האבן ארויסגעגעבן?

אדרבא, אפשר רעכנסטו מיר אויס "אלע" קארופטירטע פסקים פון ארענדזש קאונטי דזשאדזשעס וואס זענען רעווערסט געווארן (און ברענג מיר נישט ראזנוואסער'ס פסק, ווייל דאס איז לויט מיינע שוואכע ציילן קענטעניסן נאר איין פסק.) תוקן על ידי - ארענדאר - 24/01/2008 21:40:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:43 לינק ישיר 

איך האב שוין געטראפן איינס

http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2006/2006_02841.htm

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:46 לינק ישיר 

אויך שטייט אין פסק אז די בעסימענט, ווי עס איז געווען די קבלת פנים שטיבל און עס איז פארפארט היינט, באלאנגט פאר קהל, אויך די דאך פון די הויז ווי עס ליגן די ערקאנדישאנס פון ביהמ"ד הגדול באלאנג פאר קהל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2008 21:53 לינק ישיר 

עס איז גאר אינטערעסאנט די קאורט פון ארענדזש קאונטי איז קארופטירט אבער די קאורט אין ברוקלין וואס האט לכאורה געפסקן'ט פאר די רשעים די גזלנים (לפחות לויט זייער טענה) די זענען נישט קארופטירט ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 21:58 לינק ישיר 

א געוואלדיגע סוקסעס פון די ליגעל טיעם שע"י הנהלת הקריה דקרית יואל

דא איז דער פסק

http://www.gigasize.com/get.php?d=6v6c51v4mdc





_________________

כאפטס אריין א וואדקע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 22:18 לינק ישיר 

אינטערסאנט צו באמערקן אז די בני יואל זענען אריין אין קארט קעגן הנהלת קהלתינו הק', אן קיין שום הזמנה און אן קיין שום היתר בי"ד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2008 22:39 לינק ישיר 

יעצט גייט ווערן א מחלוקה ווער עס זאל דארט אריינמופן,

זלמן לייב ווואלדמאן טענה'ט אז די רבי האט אום עס איבערגעלאזט, און ער האט א קלארע הוראה פון די רעבעצין אז עס באלאנגט פאר אום.
יענקל ברוך שרייט אבער אז ער האט אריינגעלייגט דאס מערסטע ארבייט דארט, ער פלעגט ברענגען אלע זיינע בנים ס'זאל זיין מנין דארט יעדע וואך.
שלמה יענקל זאגט אבער אז דאס מערסטע האט ער דארט געגעסן, דאס הייסט אז ער האט אריינגעלייגט ס'מערסטע ארבייט דארט.
מאיר דייטש האט אויך א ווארט דארט, בקיצור, עס הערשט א צעמישעניש נאכדעם וואס די קאורט האט גע'פסק'נט אז עס ברויך ווערן א פאלנע דירה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2008 23:06 לינק ישיר 

אויב ווילסטו דא בלייבן דארפסטו אביסל פארלייכטערן דיין שפראך, דו גייסט שוין אריבער אלע גרעניצן!

די הנהלה



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 24/01/2008 23:26:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 02:35 לינק ישיר 

דער שפיטווקער קלעמיט וויקטערי
ער איז ווילד  ער שרייט
מען האט מיך נישט געלאזט עסן דעם שמאלציגן קאקש קעיק
זאלן זיי וויסן  יש מנהיג לבירה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 15:20 לינק ישיר 

איינער פארציילט מיר יעצט אז נעכטען האט סטארבאקס אנגעקאלט
די ווילעזש אין קרית יואל צי זיי קענען עפנען א קאווע הויז
האבן זיי געפרעגט פארוואס עפעס
האבן זיי געזאגט אז זיי האבן געהערט אז סאיז דא א פסק פין א ריכטער
אז די יעצטיגע קאווע הויז דארף זיך פארמאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: מעכטיגער זיג פאר סאטמאר קעגן מחרחרי ריב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext