זיך לערנען גראמאטישע כללים פון אידיש
איך וויל זיך אביסל צולערנען אידישע כללים און גראמאטיק. איך ווייס נישט פארוואס. וואס וועט מיר עס דען ברענגען? אבער פארוואס זאלן מיר, אידן וואס רעדן די אידישע שפראך, נישט וויסן און פארשטיין וואס דער גוי להבדיל לערנט נאך/פון אלס קליין קינד אין זיין שפראך?
למשל, די חילוקים ווי, אדער וואו, כאטש אדער חאטש (לכאורה שרייבט מען נישט קיין ח' אין אידיש, אבער איך האב דאס באמערקט מערערע מאל ביי געוויסע שרייבער אז זיי זענען עפעס מתחלף דעם אות ביי דעם ווארט).
ווער ווייסט ווי/וואו מען קען זיך אביסל אויסשארפן דערין?
תוקן על ידי הערשעל ב- 25/01/2008 18:14:29
|
|