ירושלים: אויפגעדעקט פאשקאווילען מאכערס
נאך א העפטיגע אויספארשענוג פון די הנהלת העדה החרדית ווער עס האט אויפגעהאנגן אין ירושלים די בריוו פון הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א איבער די נושא פון אוריגוואי פלייש, און צוגעלייגט דברי ליצנות אז מען דארף כשרן די כלים, און געמאכט ליצנות פון אים, איז די הנהלה גוויאר געווארן אז דאס האט געטאן י. בארמיקא צוזאמען מיט י. שווארץ פון די גבאים פון ר' חיים הערשלע.
די הנהלת העדה האט אריבער גערופן די בעלי בתים פון נאמן וואס האבן געהאנגען די צעטלען און עס געדריקט און זיי אויסגעפרעגט ווער עס האט זיי די צעטלען געשיקט זיי האבן געזאגט אז זיי האבן עס באקומען אויף אימעיל און מען האט באצאלט מיט א קרעדיט קארט פון איינעם יוסף שווארץ.
די הנהלת העדה האט אריבער געשיקט א ספעצעליסט מיט איינער פון די הנהלת העדה אין האבן איבער געקיקט אלע אימעילס און געזעהן אז די אימעיל קומט פון די אפיס פון כולל יטב לב אין ירושלים און איז געשיקט געווארן דורך י. בארמיקא פון די גבאים פון חיים הערשלע!!
אויך האט מען דארט געזעהן אז נאך צענדליגער פאשקאווילין קעגן די בדי"צ וואס איז פארשפרייט געווארן דורך די חברה און פארשידענע צייטן, ובפרט די מיאוסע העסליכע פאקשקאווילען יעצט ביי די שמיטה פרשה.
און די קרעדיט קארד איז באצאלט געווארן דורך י. שווארטץ ר' חיים הערשלע עצה געבער, און משגיח אין ישיבה!!
די הנהלת העדה ובראשם ר' שמעון ווייס, און ר' יעקב ראטה, זענען אריבער צו ר' חיים הערשלע און אים געזאגט אז די בי"ד וועט נישט פארשווייגען די געמיינע פאשקאווילען און די חוצפה קעגן רבי משה שטערנבוך, און אזוי אויך די אנדערע פאשקאווילען קעגן די עדה, חיים הערשלע האט קודם פרובירט צו לייקענען און ער זיך אריינגעבויגען און געמאכט זיין שטיק כאילו ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, אבער די הנהלת העדה האט אים אויפגעוויזען אז זיינע חברה טוען דאס, און אלעס ווערט געפירט מיט ר' חיים הערשלע צושטימונג, האט ער געזאגט אז ער וועט זעהן דאס אפצושטעלען.
יעצט זיצט די הנהלת העדה און איז דן וואספארא קנס צו געבן פאר די אויסווארפען די גבאים פון ר' חיים הערשלע.
די יהדות החרדית אין ירושלים עיה"ק ברויזט אויף די שרעקליכע געמיינע אקטן וואס ר' חים הערשלע און זיינע שלעפערס האבן אפגעטאן קעגן די בדי"צ העדה החרדית, און אלעס איז ווייל די בדי"צ העדה החרדית טוט נישט וואס זיי ווילן, ובפרט דאס וואס די בדי"צ האט געהייסן די זאליס ארויס גיין פון די ציוניסטישע געריכט קעגן די מוסדות הקדושים יטב לב דסאטמאר אין בני ברק.
 |
|
|