מי כעמך ישראל: אשריך משפחת נוטוביץ בעלי טוב טעם
עס איז אומגלויבליך אין נישט מעגליך ארויסצוברענגן די פרייד ביי אחינו בני ישראל וואס זיצען ליידער אין תפיסה נאכדעם וואס עס איז שוין 3 וואכען וואס זיי האבן ב"ה פיין צועסן אין דארפן נישט אויסגיין פאר הינגער,
ווי באקאנט האט מיעל מארט פארלוירען דעם ביד נאכדעם וואס די תפיסה אליינס האט באשלאסען אז די עסן וואס מיעל מארט האט געשיקט איז אפי' נישט ראוי לאכילת כלב,
האבן זיך עטליכע עסקנים ובראשם ר' ישראל חיים שטעסל שליט"א אריינגעלייגט אין דעם אין ר' ישראל חיים האט געוואונען דעם ביד ווען מען האט עס ארויסגעלייגט נאכאמאל פאר דאס נייעם יאר אין פין JAN 1 האט ער אנגעפאנגען צושטעלן די עסן דורך "טוב טעם" וואס די חשובע טייערע בעלי בתים פין טוב טעם האבן זיך אונטער גענומען זיך צוצושטעלן מיט אלעס וואס איז מעגליך .............. מי כעמך ישראל
|
|