בית פורומים כל העולם כולו

וויליאמסבורגע לוזערס: טאנצט אין די גאסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2008 18:11 לינק ישיר 
וויליאמסבורגע לוזערס: טאנצט אין די גאסן

דא איז פול מיט חכמים וואס שרייבן וועגן די גרויסע און מיאוסע פארלירער מר. נידערמאן פון די UJO, וואס האט נישט געהאט ארויסגעברענגט די וואוטס וואס ער וואלט ווען געדארפט אדער געקענט.

דער אמת איז אבער אז די טפשים וואס פרייען זיך דא אזוי שטארק זענען די גרעסטע פארלירער און ווי מען קען זען זענען זיי זייער ביטערע און פארזויערטע פארלירער. וואס איז די שמחה אז מען האט נישט ארויסגעברענגט א גענוג שטארקע צאל שטימען פאר אן אייגענעם?

אה, ער איז דאך נישט קיין אייגענער? ער איז דאך א זאלויני השם ירחם. נו, לאמיר זען, ווער זענען ענקערע גרויסע שישקעס? פארוואס קענען נישט די ארוינים ארויסברענגען אן אייגענעם, איינער וואס זאל האבן די ריכטיגע קשרים מיט הויכראנגיקע פאליטישאנס אזוי ווי נידערמאן?

ווער געדענקט נישט ווען ר' ארי לייב גלאנץ האט געמאכט א טראסק יעדעס מאל ביי די וואלן? ער האט געפייערט און פארפירט. איינער ווייסט ווי דער מענטש איז נעלם געווארן?

מען קען זיך נאכפרעגן ביי די עסקנים (נישט דוקא ביי נידערמאן) וואס ארבעטן פארן ציבור, ווי שווער עס איז עפעס אויסצוארבעטן פאר סיי וואס ווען מען בעט זיך צו די פאליטישענס ווייל זיי ווייסן אז דא האבן זיי נישט קיין טשאנס ווען עס קומט צו די וואלן.

נאראנים, פרייטס ענק, טאנצט אין די גאסן מיט א לונעטישע שמחה, ווייל איר אליינס זענט די גרעסטע פארלירער!!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויליאמסבורגע לוזערס: טאנצט אין די גאסן
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext