די האלטסט אז איך גיי באקימען א פעני???
איך האלט אז מ'גייט נאר העכערן די טעקס צי קאווערן די "ריבעיטס"
_________________
Stop Hillary And Obama Express
נשלח ב-14/2/2008 17:58
איך האב געהערט אין אנפאנג זומער וועלן שוין מענטשען האבן די טשעקס...
אבער איך גלייב נישט אז איך וועל זעהן א סענט פין זיי
אין אויך האלט איך אז מ'וועט נאר העכערן די טעקסעס ווייל מ'דארף דאך קאווערען די ריבעיטס
_________________
Stop McCain Express
נשלח ב-14/2/2008 18:57
גאסט, איך מיין די מאכסט א טעות דיין חשבון פון 600$ א קאפעל אין 300 דולר פער קינד, איז נאר אז מען האט געצאלט אינקאם טעקס, פארגעס נישט דאס איז א ריבעט פאר שטייער צאלער אין ווער עס האט נישט געצאלט קיין שטייער די אינקאם טעקס איז נישטא וואס צי ריבעטען.
אבער די דעמאקראטן האבן אריינגעשטופט אינעם געזעץ אז אויך ווער עס האט נישט געצאלט קיין שטייער אינקאם טעקס אין האט פארדינט מינימום 3000 דולר זאל אויך באקומען עפעס א באנוס , אין מען האט עס באשטעטיגט, אבער נאר 300 דולר פאר א יחיד אין 600 דולר פאר א קאפל, אין פאר קינדער גארנישט. דאס מיינט אז א גרויסער חלק אחב"י וועלן נאר באקומען 600 דולר.
* Individuals would get rebates of up to $600 and married couples could get up to $1,200, plus $300 per child, no limit. Individuals with annual incomes above $75,000 in adjusted gross income (AGI) or married couples making $150,000 in AGI would get less depending how high their incomes are above those thresholds.
* The plan also includes a provision that Democrats had sought that would allow some low-income workers, retirees on Social Security and disabled veterans who do not earn enough money to owe income taxes to receive a check. Those who made at least $3,000 last year and paid no income taxes would be eligible for a check of up to $300 for individuals and $600 for couples.
מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן א רעפובליקאנער פרעזידענט און א דעמאקראטישן קאנגרעס.
- דער רעפובליקאנער פרעזידענט איז אויפגעקומען מיט'ן פלאן. - דער דעמאקראטישער קאנגרעס האט געזאגט: אז דו געבסט געלט, געב עס פאר די וואס דארפן עס די מערסטע: די ארעמע. דאס מיינט אז אלע וועלן מיר יעצט געניסן פון די טשעקלעך. אנדערש ווי די פאריגע מאל, ווען נאר די וואס האבן געצאלט טעקס האבן באקומען די ריבעיטס.
די דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן געוואלט גיין נאך ווייטער, און געוואלט העכערן די פוד סטעמפס. אבער כ'ווייס נישט וואס פון דעם פלאן איז געווארן.
דאס איז די מעלה פון האבן א דעמאקראטישן קאנגרעס און א רעפובליקאנער פרעזידענט. לאמיר האפן אז ס'האלט ווייטער אן אזוי פאר לאנגע און לאנגע יארן.
נשלח ב-15/2/2008 03:37
די דעמאקראטן וועלן נאר צינעמען דיין פרייהייט!!!! הער גיט וואס איך זאג דיר!!!
_________________
Stop McCain Express
נשלח ב-15/2/2008 04:03
סארי, איך בין נישט 10 יאר אלט אז איך זאל גלייבן די געפערליכע שטותים וואס דו האסט מיר יעצט דא געשריבן.
נעקסטיים הער זיך בעסער צו צו ראש לימבאו. זיין פראבלעם מיט די דעמאקראטן איז נישט אז זיי ווילן אוועקנעמען פרייהייט נאר אז זיי ווילן געבן צופיל פרייהייט דורך נישט ערלויבן פאר די רעגירונג נאכצוקוקן אמעריקאנער, זיי ווילן געבן צופיל פרייהייט פאר פרויען צו מאכן עבארשאן א.א.וו.
אגב, wow, אן ארעמער רעפובליקאנער. איך מיין דאס איז א היסטארישע דערגרייכונג. די רעפובליקאנער שטעלן אלעמאל ארויף ביי זייער קאנווענשאן יעדן שווארצן וואס זיי קענען נאר טרעפן, אפילו לוזערס. גיי זאג זיי אז דו ביסט אן ארעמער רעפובליקאנער. זיי וועלן דיר מאכן טשעירמאן פון דעם קאנווענשאן.
אלס ארעמאן נעמסטו מסתמא אלע ליבעראלע פראגראמען וואס פעטער שמואל טיילט, אריינגערעכנט פוד סטעמפס, מעדיקעיד און סעקשאן 8. אלזא, דו ביסט פונקט ווי א זאלי וואס גייט בעטן געלט פון אבני חסד ווען ער מאכט חתונה א קינד.
נשלח ב-15/2/2008 05:07
זיסקייט לויט ווי איך פארשטיי ביסטו א ליבעראל
איך וועל דיר געבן דא אפאר זאכן וואס די דעמאקרעטס ווילן טוהן אין צינעמען
1)פרידאם אוו ספיטש די ערשטע אמענדמענט פין די קאנסטעטושען
2)וויפיל געלט די מעגסט בלייבען ד.מ.העכערען די טעקס
3)וועלעכע לייט באלבס די מעגסט ניצען ווייל גלאובעל ווארמינג
4)וויפיל וואסער די מעגסט פלאשן אין דיין טוילעט
5)וויפיל Steal אריינצילייגן אין קארס אין דארעך דעם האבן מער געהארגעטע אין א עקסעדענט
6)מאכן די יוראפיען העלט קער סיסטעם אין זיי וועלן מחליט זיין ווען די מעגסט גיין צי א דאקטער אין צי וועלעכע דאקטער וועלעכע מעדיצין וכו' וכו'
די רשימה גייט ווייטער אין ווייטער אין האב נישט קיין צייט אין געדולד אלעס צי שרייבן איך האלט אז דאס הייסט צינעמען פרייהייט
_________________
Stop McCain Express
נשלח ב-15/2/2008 09:12
האלא, איך שעם זיך אפילו צו טענה'ן מיט דיר. וואס מער דו שרייבסט זעט מען ווי רוי דו ביסט אין פאליטיק, און אז דו בלעבלסט נאך לימבאו אדער הענעטי אדער ווייסעך ווער, און דו ווייסט אפילו נישט פונקטליך וואס זיי זאגן.
1. די ליבעראלע גרופעס קעמפן פאר פרידאם אף ספיטש אויף טריט און שריט. האסט שוין געהערט אמאל פון די ACLU, אן עקסטרעמע ליבעראלע גרופע וואס פייט יעצט פאר דעם רעפובליקאנער מנובל סענאטאר קרעג? די דעמאקראטן זענען די גרעסטע פארטיידיגערס פון "פרידאם אוו ספיטש", אזש אז זיי זענען קעגן פארבאטן צו פארברענען דעם אמעריקאנער פאן. די רעפובליקאנער זענען די וואס אטאקירן די דעמאקראטן וויאזוי זיי האבן די חוצפה צו אטאקירן א "ווארטיים פרעזידענט"?
2. נישט ריכטיג. איך בין נישט פון די פינף פראצענט רייכסטע. די דעמאקראטן האבן בטבע פיינט די פינף פראצענט רייכסטע אמעריקאנער. איך האב נישט אזוי ליב ביל געיטס און ווארען באפעט, אז ס'זאל מיך באדערן אז די דעמאקראטן זענען אין מלחמה מיט זיי. גלייב מיר אז די מענטשן וועלכע די דעמאקראטן ווילן מכלומר'שט העכערן די טעקסעס (בסך הכל וויל מען אז זיי זאלן צאלן וואס זיי האבן געצאלט פאר בוש איז געווארן פרעזידענט) האבן נישט קיין צייט צו ליינען היידפארק.פון די אנדערע זייט ווילן די דעמאקראטן לאוערן טעקסאס פאר די אמעריקאנער וואס האבן נישט באקומען קיין טעקס-קאט אונטער בוש (רוב פון דיינע אידישע ברידער), יא, איך רעד פון די זעלבע אידעלעך, וועלכע גייען יעצט צום ערשטן מאל באקומען טעקס ריבעיטס, ווייל ביי די פריערדיגע ריבעיטס איז קעפיטאל היל געווען קאנטראלירט דורך די פארטיי וואס פארטרעט די רייכע מענטשן, און פאר זיי האט נישט אינטערעסירט דיינע ארעמע אידישע ברידער.
3. דאס איז אזוי ווי איך זאל שרייבן אז די רעפובליקאנער צווינגען יעדן איינעם צו האבן א גאן אינדערהיים, ווייל זיי קעמפן קעגן גאן-קאנטראל..
4. דאס זעלבע ווי נומער 3. (אגב, אז מיין וואסער ביל וואלט געווען קלענער אויב וואלטן די דעמאקראטן געצווינגען די טוילעט פאבריקאנטן אז די טוילעטס זאלן פארנוצן ווייניגער וואסער, דעמאלטס וואלט געווען מה טוב ומה נעים.)
5. גאד אין העווען. אזויפיל שטותים אין איין תגובה? וואס אינטערעסירט די דעמאקראטישע פארטיי וויפיל שטאל די קארס זאלן פארמאגן? בסך הכל ווילן זיי אז מיין קאר זאל ציען ווייניגער פיול, כדי אז אללא באבא מוכאמעד נאסאראלא דזשאבאלאלא זאל מאכן ווייניגער געלט פאר זיינע סועסייד באמבערס, און אז איך זאל נישט דארפן אוועקצאלן 200 דאלאר יעדן איינציגסטן וואך פאר גאזאלין. ס'איז גענוג אז איך צאל נאר 125 דאלאר א וואך פאר גאזאלין. און דו ווייסט? אין יוראפ קומען [נישט] פאר מער קאר עקסידענטס ווי אין אמעריקע, ווייל זייערע קארס ציען ווייניגער גאז ווי אונזערע... אגב, מיין יעצטיגע קאר ציט צוויי דריטל פון די גאזאלין וואס מיין פריערדיגער קאר האט געצויגן, און ס'איז לאודעד מיט שטאל, און ס'האט איינע פון די בעסטע רעיטינגס אלס איינע פון די סעיפעסט קארס.
6. צווישן נישט האבן העלט אינשורענס (ניין, כ'האב נישט) און האבן אן אייראפעאישן סיסטעם. well איך וועל גיין מיט דעם אייראפעאישן סיסטעם. אגב, ווייס איך נישט פון וואס דו רעדסט. ווייל נישט קלינטאן און נישט אבאמא ווילן איינפירן אן אייראפעאישן סיסטעם, נאר ביידע ווילן איינפירן וואס דער ראש לימבא העלד מיט ראמני האט איינגעפירט אין מאסאטשוסעטס, וואו יעדער בירגער האט העלט אינשורענס, און יעדער פון זיי האט עקסעס צו די בעסטע דאקטוירים און שפיטעלער אין אמעריקע. אדרבא, אסאך מאסאטשוסעטס איינוואוינער קענען זיך יעצט ערלויבן צו גיין צו בעסערע דאקטוירים ווי אמאל, איידער ראמני האט איינגעפירט זיין העלט קעיר פלאן, וואס ער האט יעצט געהאט פארשפראכן איינצופירן אין גאנץ אמעריקע.
א רחמנות נעמעך אויף אונזערע היימישע סעקשאן 8 באניצער וועלכע האבן צופיל איבעריגע צייט פון לעבן אויפ'ן טעקספעיער'ס חשבון, און וועגן דעם האבן זיי צייט אויסצוהערן ראש לימבא, דער רבי פון די פארמעגליכע אמעריקאנער. אפשר איז שוין צייט אז מען זאל אפשטעלן די אלע פראגראמען און זיי זאלן מוזן ארבעטן שווערער צו פארדינען א דאלאר, וועלן זיי זיך ווייניגער צוהערן צו לימבאו, און מען וועט קענען אריינלייגן אביסל סענס אין זייערע קעפ.
נשלח ב-15/2/2008 17:21
צי א לאנגע דרשה פאר מיר...
שרייבסט:"די דעמאקראטן זענען די גרעסטע פארטיידיגערס פון "פרידאם אוו ספיטש",
פארוואס טרייען זיי צי פארמאכן טאלק שויס?וויפיל מאל האבן זיי פראבירט צי פארמאכן ראש לימבא'ס מויל?
הילערי אליינס האט געזאגט אז זי וואלט געוואלט פארמאכט טאלק רעידיו!!
"האסט שוין געהערט אמאל פון די ACLU, אן עקסטרעמע ליבעראלע גרופע וואס פייט יעצט פאר דעם רעפובליקאנער מנובל סענאטאר קרעג?
וואס האט דאס ציטוהן מיט "פרידאם אוו פאליטיקעל ספיטש?
שרייבסט:"וואס אינטערעסירט די דעמאקראטישע פארטיי וויפיל שטאל די קארס זאלן פארמאגן? בסך הכל ווילן זיי אז מיין קאר זאל ציען ווייניגער פיול,
פאר מיר איז ענדערש צאלן מער פאר געז אין האבן מער שטאל אז אויב ח"ו עס איז דא א עקסאדענט זאל זיין ווייניגער געהארגעטע
אויב די דעמאקרעטס ווילען נישט צאלן אזוי סאך פאר געז פארוואס לאזן זיי נישט גראבן דא אין אמעריקע פאר אינזער אייגענע געז? דאס טוהן אפילו די מעקסעקאנער ביי זיי אין מעקסיקו זאלן די צידרייטע דעמאגאגס לאזן בוש גראבן אין אמעריקע
" כדי אז אללא באבא מוכאמעד נאסאראלא דזשאבאלאלא זאל מאכן ווייניגער געלט"
כנ"ל די ליבעראלס זאלן לאזן גראבן אין אמעריקע פאר אייגענע אויל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אז די האסט נישט קיין העלט אישורענס איז א סימן אז די מאכסט צופיהל געלט טאמער נישט וואלסטי געהאט אין היינט רוב עמפלויערס געבן העלט אינשורענס אין געבן פאר גאנץ אמעריקע העלט אישורענס אין נישט די ריכטיגע זאך וויל די גייסט נאר באנקראטירן מעדיקעיד אין זיי גייען נאר העכערן די טעקסעס כדי כלומרשט צי געבן העלט אינשורענס פאר יעדעם.
_________________
Stop McCain Express
נשלח ב-15/2/2008 17:43
אקעי איך זע אז דו ביסט illiterate, קענסט נישט ליינען קיין לאנגע דרשות, וועגן דעם קייסטו איבער דיינע נארישע טענות וואס איך האב שוין אפגעוואנדן, ווי למשל דעם גראבן ליגנט איבער שטאל, וואס איז בעיסלעס און סטופיד.
אבער ווייסטע וואס? לאמיך מקיים זיין דעם עם עקש תתפתל.
פארוואס ווילן די רעפובליקאנער מיך צווינגען צו האבן א גאן אינדערהיים? איך וויל נישט.
און פארוואס ווילן די רעפובליקאנער ארעסטירן מענטשן וואס העצן אויף בוש? איך וויל קענען אטאקירן בוש און נישט ארעסטירט ווערן.
און פארוואס ווילן די רעפובליקאנער ארעסטירן יעדן איינעם וואס נעמט אריין א פוילישע גויטע אינדערהיים? געוואלד, גאנץ כלל ישראל איז אויף צרות.
ווילסט רעדן דעמאגאגיע? איך קען בעסער פון דיר.
ווען לימבא אטאקירט די דעמאקראטן וואס אטאקירן אים, איז עס די פערפעקט סעמפל פון פרובירן צו באקעמפן פרידאם אף ספיטש!!!
אגב, מיט'ן זאגן אז די דעמאקראטן זענען קעגן פרידאם אוו ספיטש דערמאנסטו מיך פון יענעם שוטה וואס האט געשריגן אויף מיר אז מען דארף שטימען קעגן די דעמאקראטן ווייל זיי האבן אים צוגענומען זיין פוד סטעמפס און מעדיקעיד.
נשלח ב-15/2/2008 20:33
[quote]פארוואס ווילן די רעפובליקאנער מיך צווינגען צו האבן א גאן אינדערהיים? [/quote]
איך האב נישט קיין גאן אין איך זעה נישט אז זיי זאלן צווינגען מענטשען אז זיי זאלן האבן א גאן ווייז מיך 1 מענטש וואס זיי האבן געצווינגען צי האבן א גאן אין זיי גייען ווייטער נישט צווינגען מענטשען צי האבן א גאן
שרייבסט ווייטער:
און פארוואס ווילן די רעפובליקאנער ארעסטירן מענטשן וואס העצן אויף בוש? איך וויל קענען אטאקירן בוש און נישט ארעסטירט ווערן.
ווייז מיך 1 מענטש וואס זיי האבן ארעסטירט איך האב גארנישט געהערט פין דעם אין איך קען אזויפיל מענטשען וואס האקן אויף בוש אין מ'רעדט אפילו נישט אז מ'גייט זיי ארעסטן.עס פעלן מידיא אין פאליטישענס וואס האקן אויף בוש אין מ'טיט זיי גארנישט?