בית פורומים כל העולם כולו

העלא אידישע וועלט, "טורסדעי" איז דאנערשטיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2008 16:16 לינק ישיר 
העלא אידישע וועלט, "טורסדעי" איז דאנערשטיג

כהאב ליב אריינצוגיין יעדע צופרי צו די אידישע וועלט, אבער זייערע גרייזן מאכן אסאך מאל לאכן.

זיי האבן בכלל א פאליסי צו ברענגען נייעס אן די קוועלער. היינט ברענגען זיי די נייעס אז די מיליטער גייט אראפשיסן א סעטעלייט, אין די נייעס האט מען געמאלדן אז מגייט עס אראפשיסן "טורסדעי", אבער זיי האבן באשלאסן אז "טורסדעי" איז דינסטיג. איינער ווייסט פארוואס?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2008 16:18 לינק ישיר 

וואס איז זייער סייט? גיב מיר א לינק צו דעם

_________________

Stop McCain Express




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/2/2008 17:02 לינק ישיר 

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2360634

קוים א וואך פארבליבן, מאכט זיכער איר פארפאסט עס נישט.

א גוטן

מיר דארפן אייך אוודאי נישט איינמעלדן איבער די אידישע וועלט וועב זייטל, יא! דאס איז טאקע די אידישע וועלט דאט קאם, וואס איז דאס איינציגסטע אויסגעהאלטענע זייטל אויפן גאנצן אינטערנעט, אן קיין שום זאך וואס איז קעגן וואס חרדישע אידן ווילן נישט זעהן, וואו איר קענט מיטהאלטן אלע לעצטערע נייעס פון איבער די גאנצע וועלט, אידישע חסידישע, וועלטליכע, פאליטישע און מעדעצינישע, און בילדער פון געשעהנישן, חסידישע הויפן, און נאך. ווי אויך נאך פארשידענע פונקציעס און סערוויסעס, ווי וויקיפידיע, ארטיקלען, היסטאריע, וכדומה.

מיר פלאנירן אי"ה גאר אין נאנטן צו צולייגן נאך און נאך פונקציעס, און סערוויסעס, פארן היימישן עולם, סיי ביזנעס און סיי פערזענליכע, נאר כדי מיר זאלן אייך קענען סערווירן וואס בעסער, דארפן מיר אייער הילף, נישט געזארגט מיר מאכן נישט קיין דינער, מיר ווילן בלויז דריי מינוט פון אייער צייט, מיר האבן אויסגעשטעלט א פארום מיט אייניגע פראגן, וואס וועט אונז העלפן אייך צו צושטעלן וואס איר ווילט, און מיר בעטן פון אייך ביטע פילט אויס די פארום, מיר זאלן אייך קענען בעסער צופרידן שטעלן.

און דערפאר ווען איר פילט אויס די פארום וועט איר אריין גיין אין א ספעציעלן גורל, ווי איר קענט געווינען א נייע מאדעל בלעקבערי. (אן סערוויס, איר וועט קענען אליין אויסקלייבן א קעריער)

נאר וואס? איר מוזט עס טוהן פאר שושן פורים קטן תשס"ח, וואס דאן וועט פארקומען דער גורל, און איר ווילט עס א וודאי נישט פארפאסן.

די פארום קענט איר דא געפינען, http://www.yiddishworld.com/index.php?option=com_chronocontact&chronoformname=feed_back

ביטע שיקט עס ארום צו אייערע פריינט, זאלן זיי אויך הנאה האבן.

מיט דאנק,

די פארוואלטונג פון אידישע וועלט.

נ.ב. אויב האט איר שוין אויסגעפילט די פארום מיזט איר עס נישט נאכאמאל אויספילן.

תוקן על ידי עולם_מלא ב- 12/02/2008 21:46:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2008 18:52 לינק ישיר 

איך זע נישט דעם צוועק פון בארעדן אזא וועבסייט, וואס זיין ציל איז אויפצוטאן גוטס, פאר איין נארישן טעות וואס ער האט געמאכט. איך טראכט אז דער גאנצער אשכול מוז אראפגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2008 20:17 לינק ישיר 

דו מוזט זיין זייער סענסיטיוו אויב א ווארט קריטיק הייסט "בארעדן"?
איך האב גארנישט קעגן זיי, פונקט פארקערט, איך האב ליב אריינצוגיין דארט, ספעשיל האב איך ליב די ווידיאוס וואס זיי לייגן אלס ארויף, דא האבן זיי אבער געמאכט א נארישע טעות, און סאיז נישט די ערשטע מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2008 20:19 לינק ישיר 

און ביי די וועי, נעכטן האט ער מיך גראד גוט אויפגערעגט, ער האט באריכטעט די מעשה מיט די פייער פון "עפעס" א מצה בעקערי אין וויליאמסבורג. (מיין פאסט היינט האט גארנישט מיט דעם, אבער אויב מיינט ער טאקע נאר גוטס זאל ער טון א טובה און האלטן זיינע פרייוועט פאליטישע מיינונג אין בויך און נישט ווייזן פאר יעדן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2008 20:27 לינק ישיר 

די פאקט איז אז ווען איך האב געקוקט אויף די אשכול האב איך גלייך געזעהן אז אייער מאכט דא חוזק פון "אידישע וועלט" און איינער פראבירט אום אראפצוברענגען, וואס לדעתי טאר מען נישט טוען פאר אזא פשוטער טעות הדפוס.

עס איז א אויסערגעווענליכער גוטער סייט, אן פאליטיק, מיט פרישע נייעס יעדן טאג און נאך אנדערע זאכן וואס איז געשמאק צו ליינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2008 20:39 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין אנונג וואס דיין זשאב איז, אבער יעדער איז בארעכטיגט צו זאגן קריטיק אויף וואס ער האלט סאיז אויסגעהאלטן. איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די אידישע וועלט (אויסער אז ער ברענגט זייער נאריש יעדע נייעס וואס האט צו טון מיט פאליטיק, קוק למשל יעצט די נייעס וועגן א פייער אין עפעס א ישיבה אין די געגנט פון קרית יואל), און ווען איך זע א טעות וואס מאכט לאכן מעגט עטץ אלע מיטלאכן מיט מיר.
קיין שום נארמאלע מענטש וועט נישט זאגן סתם אזוי אז איך האב געפענט די אשכול "אראפצוברענגען" די אידישע וועלט, קיין סייט גייט נישט אונטער וועגן א נארישע טעות.
מטאר נישט זיין אזוי סענסיטיוו צו קריטיק, אפילו ווען סרירט אן ביזנעס. פונקט פארקערט, קריטיק איז אייביג גוט פאר ביזנעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2008 20:57 לינק ישיר 

ער איז שטיק קאפי פון די אנדערע נייע זאלי בלאגס

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2008 20:59 לינק ישיר 

מבני בניו האלט זיך מן הסתם ווי א גרויסע תנא קמא אין נייעס, און ער קען די פונקטליכע חילוק פון טוסדעי און טורסדעי. אין מיינע נייעס שטייט אז מגייט עס אראפשיסן מיטוואך און נישט דאנערשטאג. לייען: http://edition.cnn.com/2008/TECH/space/02/18/satellite.intercept/index.html?eref=edition



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העלא אידישע וועלט, "טורסדעי" איז דאנערשטיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext