א געלעכטער אין א זייט:
א איד זאגט מיר, יעצט וועט יעדער פרעגן ליפא: Where are you gonna be march 9 ???.....
נשלח ב-25/2/2008 00:14
זאיס שוין דא איבער 120 comments וואס מענטשען שרייבען וועגן דעם, קןקט אויס ווי רוב עולם האלט אז זאיס א פערזענליכע קאמפעין פון א. פריעדמאן פון נחמת ישראל אנטגעקען ליפא.
די זעלבער איז געשטאנען בראש אנטגעקן די עירוב אין ב.פ.
דאס איז א פערזענליכע מחלוקה .פון זיין ברודער אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס ער האט אנגעזעצט מענטשען בפועל ממש און מיט געלט זאכן. .
די מלחמה קעגען ארטיסטן איז נאר געפירט געווארן קעגן די גרעטש בילדינג און נישט קעגען די עכטע פארקויפערס פאר ארטיסטן. .
די מלחמה קעגען עירוב איז נאר געפירט געווארן וועגן כבוד פון הרב ביק און מען האט אריינגעדרייט סאטמאר(רז"ל פארטיי) אינמיטן.
. די מלחמה קעגן ניקלסבורג איז אויך געווען פערזענליך דורך די לופערס און שמואל פרד און מען האט אריינגעדרייט סאטמאר אינמיטן.
די מלחמה קעגן בעלז איז אויך געווען א פערזענליכע נאך די הסתלקות פון רבין זי"ע. האבען זיי מורא געהאט אז ער וועט ווערן א רשכבה"ג האבען זיי עהם באשייגעצט מט א קול קורא. . און זיי האבען זיך מכלומערשט אנגענומען פארן כבוד פון חת"ס.
די מלחמה קעגן עירוב האט זיך שוין גענדיגט. ווייל קושטא קאי און שיקרא לא קאי. . עס איז נאך געבליבן א פאר מטורפים מנוולים וואס גלייכען צו שרייען אויף פרויען . זיי ווילן מען זאל זיי אנקוקען.
נשלח ב-25/2/2008 00:34
נאכנישט זיכער אז ער האט צירוקגעצויגן, איינער זאגט מיר קראנט אז נישט, ער האט גערעדט מיט די ארגענעזירער.
חוץ דעם איז אינטערסאנט אז ווען מ'גייט ארויף אויף זייער וועב-סייט ארבייט עס נאך געהעריג, מ'קען באשטעלן זיצן פונקט ווי די פארגאגענע וואכן.
גראדע זעה איך אז מ'פארקויפט נאך טיקעטס אין דא זאגט מען אז ס'איז בטל
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-26/2/2008 05:17
שלומי איז שוין אויכט אראפ פון די וועבסייט
נשלח ב-26/2/2008 08:11
איינער ווייסט אפשר וואס איז געשעהן מיט "וואס איז נייעס"?
לא די ער טיט נישט אפדעיטען די אלע ברעיקינג ניוס, וואס ער האט צוגעזאגט צו זיין די ערשטע צו מעלדען, האט ער אראפגערוקט די נייעס ביז די פריערדיגע טאג?
דאקעגען ישיבה ווארלט האט כסדר פרישע אפדעיטס
U/D Feb 24 2008 7:00 PM
With rumors floating around the Internet, VIN News has reached out to Sheya Mendlowitz the producer of the concert who gave us the following statement
"Regardless of what is being said in the name of , Or by Lipa Shmltzer, "until there is a joint statement from, Sheya Mendlowitz, Yisroel Lamm, Lipa Schmeltzer, Shloimie Gertner, & Simchat Tzion the concert is still on". we are all under contract & therefore regardless what you read or hear untill there is a joint statement made, everything remains as is. we hope to resolve this issue very soon." said Sheya.
U/D: 02/25/08. 16:51
VIN News has learned, there are some developments regarding the status of the concert, and as soon its available to be announced to the public, VIN News will be your first source to break the news
ער האט אומווילנדיג פארשטארקט די פאוער פון די רשעים ארורים וועלכע האבן שוין אומגליקליך געמאכט אזויפיל אידן.
ווער ס'באמבלט איבער די נארישקייטן פון פאלגן רבנים איז ווערט צו אנגערופן ווערן א שוטה.
דאס איז נישט געווען קיין מערכה פון רבנים נאר פון די זעלבע רשעים וועלכע טוען אפ רשעות שוין פאר די לעצטע 10 יאר, קעגן די אינטערעסן פון רוב וויליאמסבורגער איינוואוינער, ווי איך האב שוין מערערע מאל געשריבן במשך די אנגייענדע דעבאטע איבער דעם ענין.
די מערכה קעגן ליפא איז אנגעפירט געווארן דורך די על קאידא טעראריסטן יצחק שטערן און אשר פריעדמאן.
_________________
נשלח ב-27/2/2008 05:49
גאסט, דאס פאלגנדע האב איך געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך האב געמיינט אזעלכע תמימי לב ווי דו:
דער עולם גולם דא האט זיך צוגעשטעלט מיט גרויס שאנדע צו די מערכה פון אפאר ליידיגייערס, די זעלבע וועלכע האבן אנגעפירקלט דעם יונגל פון עורה, באקלעבט די פענסטער פון די סאטמארע בוטשער, צעשניטן די זיצן פון די בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס, פארברענט דעם עסן טרעקל, חרוב געמאכט דעם גל פז געשעפט, געשלאגן פרויען און קינדער יעדן שב"ק אין וויליאמסבורג, א.א.וו.
די גדולי התורה האבן געהאט רעכט מיט'ן אונטערשרייבן דעם צעטל קעגן דעם קאנצערט, אבער די ליידיגייערס און פוסטע יונגען האבן געמוזט אריינלייגן זייער עקל אין די מערכה דורך צולייגן די פאר ווערטער קעגן א פריוואטן מענטש, וועלכער איז גרייט געווען צו קאאפערירן מיט די רבנים.