סך הכל פין חסידות סאטמער אין אנטווערפען
היות עס טוט זיך לעצצטענס דא איבער א נסיעה וואס מוהרז"ל נעמט אינטער קיין אנטווערפען,
האב איך געוואלט וויסען צי וועם ער פארט,ווי גרויס איז זיין קהלה דארט,
וואס האט סאטמער אין אנטעווערפען צי פארקויפן אזאש אז עס לוינט זיך אהינצישיקען די פארענטשעס מיט א שיף,
כ'האב גע'עפענט די "סאטמער'ע אנשי שלומינו" פין פאראיאר, כ'האב אפגעציילט וויפיל סאטמערע מענטשן- תושבי אנטווערפען- זיי האבן געליסטעט,
ליינט אין שטוינט פאר די רעלטאוטען, איך האב געציילט נאר ביז אות ל' - דאס הייסט די משפחה נאמען וואס הייבט זיך מיט א למד,
אין עס איז נישט געווען מער ווי דריי אין זעכציג מענטשן!!!!! {63} יעצט לאמיר עס דאפלען אדער אפילו טריפלען ווייל איך האב דאך געציילט נאר ביז אות למד וועט אויסקימען אז עס איז דא קנאפע הינדערט פינף אין זיבציג מענטשן, פין דעם לאמיר אראפנעמען לאמיר זאגען צוואנציג ארונים, וועט אויסקימען אז רז"ל האט אין אנטווערפען גאנצע הינדערט פיפציג מענטשן,
פאר די קליינע צאל מענטשן שיקט מען פארענטשעס מיט א שיף??????
איז נישט ביליגער צי שיקען, מיט א ערעפלאן הינדערט פיפציג ציזאם לייג בענקלעך אז יעדער זאל קעענן שיין זיצען אין מיטהאלטן די טישען???
איך האלט אז פאר די קליינע צאל סאטמער חסידים אין אנטווערפען וואלט געווען אסאך ביליגער,
אויב מען קויפט דארט אויפן פלאטץ 10 צוזאם לייג בענק, ושלום על ישראל, יעדער וועט האבן ברייט פלאטץ!!!!
-------------
ווער עס איז באקאנט איבער די סאטמערע קהלה אין אנטווערפען, וויפיל מענטשן זיי האבן טאקע, מעגליך אז די "אנשי שלומינו ליסטע" האט נישט אלע מענטשן, ווערט געבעטן עס מודיע צי זיין
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 24/02/2008 22:49:02
 |
|
|