בית פורומים כל העולם כולו

באריכטען פון "מסע הקודש" מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרז"ל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2008 19:10 לינק ישיר 
באריכטען פון "מסע הקודש" מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרז"ל)

קרעדיט "פלעטרעיט"

(זונטאג)

נייעס פון מסע הקודש (ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש):

 

6:04 האט זיך דער פליגער בשעטו"מ געהויבן אין די לופט קיין אונגארן. תפלת מעריב האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבינו שליט"א געדאווענט אויפן אינמיטן וועג. 7:56 אויפן דארטיגן זייגער האט דער פליגער בשעטו"מ געלאנדעט אין בודאפעסט אונגארן. (דער זייגער איז גערוקט מיט זעקס שעה)

 

תפלת שחרית האט דאס מערסטע טייל פונעם ציבור געדאווענט אויפן פליגער, און האבן זיך פון בודאפעסט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ראמעניא. אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין די שטאט סאטמאר מתפלל זיין אויפן בית החיים אין די שטאט, און מען איז צוגעפארן באטראכטן דעם גרויסן בית המדרש אין די שטאט סאטמאר וואו רבינו הקוה"ט זי"ע פלעגט זאגן זיינע פלאמפייערדיגע דרשות.

 

דער רבי שליט"א מיט א קלענערע קבוצה האבן געדאווענט אין א פריוואטן שטובל אין טערמינעל, צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' שלמה בערקאוויטש שליט"א מחשובי אנ"ש. ביי תפלת שחרית האבן זיך אנגעזעהן א ציבור ארטיגע אונגארישע אידן אין שפיץ פונעם בודאפעסער רב שליט"א. דער בעל תפלה ביי שחרית איז געווען הרבני הנגיד ר' נפתלי גרינפעלד הי"ו מחשובי אנ"ש בעיר בארא פארק.

 

קריאת התורה האט מען געליינט אין א קליינע ספר תורה וואס הרה"ג רבי יקותיאל יצחק שווארץ שליט"א אבד"ק בראד האט געגעבן לכבודו פון רבינו שליט"א מיטצונעמען אויף די נסיעה. הרבני החסיד ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א איז געווען דער בעל קורא; כהן האט עולה געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ ודומ"ץ דקהלתינו הק' אין בארא פארק. שלישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און גומל געבענטשט זייענדיג מוציא דעם גאנצן מנין מיט ברכת הגומל.  

 

נאך תפילת שחרית האט זיך די גאנצע קבוצה אין שפיץ פון רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין ראמעניא. דער וועד הנסיעה האט צוגעשטעלט א ספעציעלער באקוועמער באס מיט אלע באקוועמליכקייטן פאר אזא לאנגע רייזע.      

 

בערך 3:00 אזייגער (9:00 צופרי אויף אונזער זייגער) איז מען אנגעקומען צום ראמענישער גרעניץ. אין געציילטע מינוטן איז די שיירא אריבער די גרעניץ אדאנק די ריכטיגע אינטערווענצן פון פראמינענטע עסקנים, פון וואו מען האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין סיגוט א צוויי שעה'איגן וועג. אויפן וועג האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט דברי תורה און דערציילט סיפורים ועובדות פון אבותיו הק' נבג"מ וואס ער האט געהערט מאביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע. 

 

בערך א פערטל נאך פינעף איז מען אנגעקומען אין עיר אבותיו סיגוט, וואו מען האט זיך גלייך געשטעלט דאווענען מנחה דערנאך איז מען איז מען ארויף  בחרדת קודש ורתת וזיע צום מקום אדמת קודש דער אוהל הק' פון רבותינו הק' שלשלת הקודש לבית סיגוט, מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע ובנו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע מתפלל צו זיין לטובת הכלל והפרט.  

 

אצינד איז דער עולם מתפלל מיט גרויס התעוררות אין אוהל הק' וואו מען וועט עטליכע שעה מתפלל זיין לפני אבינו שבשמים להפקד בדבר ישועה ורחמים.

 

שפעטער וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן.


(מאנטאג)


נייעס פון מסע הקודש (ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש):

 

ווי געמאלדן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום עיר האבות סיגוט אין די נאכמיטאג שטונדן, וואו מען האט זיך געטראפן מיט די ערשטע קבוצה. עס האבן שוין דארט אפגעווארט עטליכע גרופעס וואס פארן ארום אין אייראפע אויף די מקומות הקדושים וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן צו זיין אין סיגוט אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א דער ממשיך דרך פון די הייליגע גזע עצי התמרים וואס האבן בשעתם געפירט מדינת אונגארן.

 

נאך תפלת מנחה וואס מען האט געדאווענט מיט גרויס התעוררות איז די גאנצע גרופע אינאיינעם ארויס אויפן בית החיים צום אוהל הק' פון מרנן רבותינו הק'.

 

אריינקומענדיג אין אוהל האט דער ציבור דערקענט די הערליכע ארבייט וואס איז לעצטענס אריינגעלייגט געווארן צו רענאווירן און איבערצופרישן דעם אוהל הק', נדבת הרבני הנגיד המפואר ר' משה דוב איידארפער הי"ו, וואס איז צושטאנד געקומען בהשתדלות הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק.

 

איידער מען האט אנגעהויבן מתפלל צו זיין האט הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער שליט"א משב"ק פארגעזאגט די תפלה נוראה פון הייליגן ישמח משה שלום עליך. עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג אין אוהל זאגנדיג די הייליגע תפלה מיט גרויס התעוררות און בכיות. נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, האט דער רבי א לענגערע צייט גענומען קוויטלעך פונעם ציבור.

 

איה השוקל ואיה הסופר צו שילדערן די קומענדיגע מאמענטן וואס וועט שטענדיג בלייבן אין זכרון ביי אלע מיטרייזענדע, ווען דער רבי שליט"א דער ממשיך דרך פון די הייליגע צדיקים האט זיך משתטח געווען אויף ציון פון זיינע הייליגע זיידעס – די ערשטע מאל זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם כס ההנהגה למלא מקום אביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע – און האט איינגעריסן אויסבעטנדיג ישועות ורפואות לטובת הכלל והפרט, וואס האט יעדן אדורכגענומען עד עמקי הנפש און האט געשפאלטן הימלן. 

 

פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין נירעדהאז – וואו עס ליגט די רעביצין אשת חבר פון הגה"ק רבי שלום אליעזר זצוק"ל פון ראצפערט – א וועג פון עטליכע שעות, וואו מען איז אנגעקומען אינמיטן די נאכט און דארטן איבערגענעכטיגט  א לינת לילה.

 

נאטיצן וואס רייזענדע האבן איבערגעגעבן וואס וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור:

 

·        נאכן דאווענען שחרית אין פריוואטן צוגעשטעלטן צימער אין לופט פעלד, האט דער רבי שליט"א געזאגט קורצע דברי חיזוק פאר די ארטיגע אונגארישע אידן, וואס זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א.

 

·        אויפן ערשטן באס האט הרבני החסיד ר' יחזקאל גליק שליט"א שו"ב פון קרית יואל פארציילט הערליכע סיפורים און אינטערעסאנטע עובדות פון די צדיקים וקדושים לבית סיגוט נבג"מ, און פון הייליגן נאסאדער רב זצוק"ל וואס ליגט אין די שטאט סאטמאר, ווי אויך פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים איבער דעם אמאליגן עיר ואם בישראל ק"ק סאטמאר.

שפעטער אין טאג וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן פון די נסיעה און פון די פארברייטונגן צום שבת קודש אין אנטווערפן .


(דינסטאג)

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו:

 

סאטמארע חסידים פון איבער די גאנצע וועלט האבן לייכט אפגעאטעמט הערנדיג אז די חשובע רעביצין תליט"א אשת חבר פון כ"ק מרן רבינו שליט"א געפונט זיך ב"ה אין א גוטן צושטאנד, נאכדעם וואס מען האט איר אין איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל אין די שטאט דעברעצין פאר באהאנדלונגן, און בחסדי השי"ת, לויט ווי מען געט איבער פון שפיטאל פארבעסערט זיך דער מצב אויף א צופרידנשטעלענדן פארנעם.

 

מיט צער און שרעק האט זיך דער ציבור - וואס טוען מיטהאלטן מיט שפאנונג יעדן איינצלהייטן פון די געהויבענע נסיעה פון רבינו שליט"א - היינט צופרי אויפגעוועקט צו די נישט גינסטיגע נייעס אז די חשובע רעביצין הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז באקאנט מיט אירע מעשי צדקה וחסד בסתר ובגלוי און איז ווי א מאמע פאר הונדערטער צובראכענע און נויט באדערפענדע אידן, איז נעכטן אינמיטן די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אינמיטן ארומפארן אויף קברי אבות פון אירע גרויסע זיידעס אין מארגרעטן און אין מיהאליפאלווא, וואו די רעביצין תליט"א האט באלד געמוזט דורכגיין א עמוירדזשענסי בראך אפעראציע.

 

צוזאמען מיט די רעביצין תליט"א איז מיטגעפארן עטליכע קינדער. און אין שפיטאל האט אפגעווארט דער געטרייער יו"ר הנסיעה הרה"ח ר' שלום יוסף דייטש הי"ו, לאנג-יעריגער לייב דאקטאר פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, צוזאמען מיט א גרויסער בארימטער דאקטאר פון בית ישראל האספיטאל אין ניו יארק דר. ריטשארד פריעדמאן נ"י, וואס האט זיך בהשגחה פרטיות אנגעשלאסן אין די נסיעה מיטצוהאלטן די נסיעה פון רבינו שליט"א קין אייראפע צוזאמען מיט ר' שלום יוסף'ן וואס איז לעצטענס אויפגענומען געווארן אלס טשאפלעין אין בית ישראל.   

 

דר. פריעדמאן א היימישער איד פון פלעטבוש, איז א בארימטער ספעציעליסט וועלכער איז באקאנט צווישן דעם היימישן ציבור אין ניו יארק אלס ערפארענער דאקטאר מיט א פילבארן ווארעם אידיש הארץ, האט באלד דורכגעפירט די אפעראציע, און די רעביצין תחי' ערהוילט זיך יעצט אין שפיטאל, אונטערן אויפזיכט פון הרה"ח ר' שלום יוסף הי"ו וואס טרעט נישט אפ פון שפיטאל אין שטייט אין פארבינדונג מיט די דאקטוירים צו זעהן אז די רעביצין ווערט באהאנדלט מיט די גרעסטע געניטשאפט און אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב.

 

רבינו שליט"א איז באלד נאך תפילת שחרית ארויס צום ביה"ח אין די שטאט נירעדהאז צוזאמען מיט בניו הרבנים הגאונים שליט"א, צום ציון פון די חשובע באבע הרבנית הצדיקת המפורסמת מרת שרה מרים ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער זצוק"ל הי"ד, א טאכטער פון הרב הקדוש המפורסם רבי מרדכי דוב הארנאסטייפלער זי"ע, וואו דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען אז אין זכות פון די גרויסע צדיקת וואס איז געווען באקאנט מיט איר הייליגע מעשים טובים זאל די רעביצין תליט"א האבן א גאנצע ישועה. (רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אמאל רעדנדיג בשבחו פון די באבע דערציילט מיט וואונדער אז אויסער אירע  מעשים טובים איז זי אויך געווען א אויסערגעווענליכע קלוגע פרוי, און ער האט איר אמאל געזעהן לערנען דעם ספה"ק פנים יפות).         

 

פון נירעדהאז איז דער רבי שליט"א געפארן אין שפיטאל זיך אומקוקען אויפן מצב פון די רעביצין תליט"א, וואו דער רבי האט געוויילט עטליכע שעה. שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט"א מיט די מקורבים געפארן קיין אוהעל וואו ער האט זיך צוריק פאראייניגט מיט די גאנצע קבוצה מתפלל זיין ביים ציון הק' פון זקינו מרן משה איש אלקים מאוהעל זי"ע. 

 

די גאנצע שיירא – ווי אויך די גבאים ומשמשים בקודש - האבן אויפן באפעל פון רבי'ן שליט"א ווייטער פארגעזעצט מיט די נסיעה. צום ערשט האט מען געדאווענט שחרית אינעם האטעל אין נירעדהאז וואו מען האט סערווירט  געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג.

 

נאך פרישטאג איז מען ארויסגעפארן פוקד זיין די ציונים הק' פון די צדיקים וקדושים וואס מנו"כ געפונט זיך אין אונגארן. צום ערשט איז מען געפארן קיין קאלוב צום ציון הק' פון רבי אייזיקל קאלובער זי"ע וואו דער בעל תפלה איז געווען האברך ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו, דערנאך קיין ליסקא צום ציון הק' פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און נאכדעם קיין קערעסטיר צום ציון הק' פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א. ביי אלע פלעצער האט מען דערמאנט די רעביצין הרבנית הצדיקת מרת חי' שרה בת רבקה טויבא תליט"א לרפואה שלימה ומהירה.

 

פון קערעסטיר איז מען געפארן קיין אוהעל וואו מען איז אנגעקומען אין די נאכמיטאג שטונדן, וואו דער רבי שליט"א האט זיך באגעגנט מיט די גאנצע שיירא. אין אוהעל האט מיט זיך מקדש געווען בסילודין אין די ווארעמע מקוה וואס איז געווען צוגעגרייט, און מיט א חרדת הקודש און הייליגער ציטער איז מען אריין צום מקום אדמת קודש וואו עס ליגט דער הייליגער ישמח משה זי"ע, וואס האט בשעתו באלאכטן די וועלט מיט זיין גאונות צדקות און קדושה וטהרה.

 

דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א פון קרית יואל, וואס האט פארגעזאגט די קאפיטלעך מיט גרויס התעוררות. דער ציבור האט מיט הייסע תפילות און בקשות איינגעריסן פאר צרות הכלל והפרט, ובפרט ביי אמירת יהי רצון און י"ג מידות הרחמים האבן די בכיות און צעקות געשפאלטן הימלן, און יעדענס הארץ איז צוגאנגן מרוב בכי.

 

נאך אמירת תהלים האט דער רבי שליט"א גענומען קוויטלעך און דערנאך האט זיך א לענגערע צייט משתטח געווען אויפן ציון הק' איינרייסענדיג קדם אבוהן דבשמיא להזכר ולהפקד בדבר ישועה ורחמים. ארויסקומענדיג פון ציון הק' איז דער רבי שליט"א געווען גוט אויפגעלייגט און האט יעדן אנגעוואונטשן בשמחה וצהלת פנים, אז מ'זאל האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס.

  

פון אוהעל האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין טארנע, וואו דער רבי שליט"א פראוועט אין די יעצטיגע מאמענטן די סעודת הילולא רבתי לרגל הילולא קדישא פון הרב הקדוש רבי ר' אלימלך זי"ע.

 

צום מסע הקודש אי-מעיל אדרעס איז אנגעקומען פילע נאכפראגעס פון גרופעס וואס פארן יעצט ארום אויף די מקומות הקדושים, וועלכע ווילן מיטהאלטן די יארצייט סעודה אין טארנע בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א, און זיין אויפן ציון הק' אין ליזענסק צוזאמען מיט רבינו שליט"א. איינער פון אונזערע עסקנים שטייען אין פארבינדונג מיט אנווייזונגן פאר יעדע גרופע נאכצוקומען זייער פארלאנג.

 

באזונדערס האבן זיך נאכגעפרעגט א חשובע קבוצה פון פראמינענטע נגידים פון פלעטבוש וואס פארן אין די טעג ארום אויף די מקומות הק', אראנדזשירט דורך הרבני הנגיד ר' ישראל הארטמאן הי"ו מחשובי עסקני מוסדותינו הק' בעיר פלעטבוש ואתו עמו הרבני הנגיד המרומם ר' יעקב יוסף עלבויגן הי"ו תומך נלהב לטובת מוסדותינו הק', וואס האט פארגאנגענעם א' סליחות אראנדזשירט א מסיבת התרוממות לטובת מוסדותינו הק' בביתו אין פלעטבוש לכבודו פון רבינו שליט"א.

   

אנדערש ווי געפלאנט קודם צופארן קיין צאנז און דערנאך קיין טארנע, וועט מען אי"ה מארגן פארטאגס פארן קיין צאנז זיך משתטח זיין אויפן ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פון דארט וועט מען פארן אויף ליזענסק פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי ר' אלימלך זי"ע.


(מיטוואך)


ווי געמאלדן אין די נעכטיגע נייעס, איז רבינו שליט"א מיט די שיירא אנגעקומען דינסטאג נאכט אין טארנע, וואו דער רבי שליט"א האט געפירט גאר א דערהויבענעם טיש לרגל הילולא קדישא פון הרב הקדוש רבי ר' אלימלך זי"ע. 

 

ביים אנקומען צום האטעל איז זיך דער רבי געגאנגן אפרוען אויף א האלבע שעה, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין זאל צו תפלת מעריב. די עסקנים האבן במשך די צייט הערליך צוגעגרייט דעם זאל פאר די סעודת הילולא מיט א סעודה גדולה כיד המלך.

 

מיט גרויס פרייד האט "מסע הקודש"  דערהאלטן די ידיעה אז עטליכע גרופעס וואס האבן זיך פאראינטערעסירט אנצוקומען קיין טארנע מיטצוהאלטן די סעודת הילולא בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א, האבן דערגרייכט זייער ציהל און זענען בשעה טובה ומצלחת אנגעקומען צו די סעודה.  אין א שריפטליכן שמועס מיט איינע פון די מיטפארער האט ער אונז פארציילט אז עס איז אנגעקומען עטליכע פופציג בחורים פון א ישיבה אין גאלדעס גרין אין שפיץ פון זייער ראש ישיבה, וועלכע האבן שוין דארטן אפגעווארט דעם רבי'ן און געגעבן שלום. אויך איז אנגעקומען א גרויסע גרופע אנ"ש פון לאנדאן ספעציעל האט אנגעזעהן הרבני הנגיד ר' חיים אפרים פרענקל שליט"א.

 

אויך האט זיך ארויסגעזעהן די גרופע פון נאנט צו 20 אידן פון פלעטבוש צווישן זיי עטליכע גרויסע פילאנטראפן וועלכע זענען געקומען צופארן פון ראדאמסק מיטצוהאלטן די סעודה אין טארנע. די גרופע נגידים האבן געהאט די זכי' זיך מזכיר צו זיין ביים רבי'ן שליט"א וואס האט יעדן פערזענליך אנגעוואונטשן מברכותיו הק'.

 

דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און אפגעראכטן א געהעריגן טיש, און טראץ וואס די לעצטע אכט און פערציג שעה ממש לא נראו שינה בעיניהם, דאך האט זיך נישט געמערקט קיין שום מידעקייט צווישן דעם ציבור און מיט א פרישקייט האט דער פול-געפאקטער זאל מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טיש אין ווייטן גאליציע כבנים על שולחן אביהם,

 

דער רבי שליט"א האט פארטיילט שיריים פון די גרויסע חלה וואס איז געברענגט געווארן פון אמעריקא, און פון א גרויסע פיש וואס הרה"ח ר' אברהם ברוין הי"ו האט מיטגעברענגט לכבוד די סעודת הילולא. דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א האט געשטעלט וויין, און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם בעל הילולא זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל בכלל און אויף אלע משתתפים בפרט געבענטשט צו ווערן בכל מילי דמיטב.

 

במשך די סעודה האט דער עולם געזינגן וואראמע ניגוני דביקות און התעוררות מיט גרויס התלהבות ורגש דקדושה, און מען האט אויך געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ דקהלתינו הק' און דומ"צ קהלתינו אין בארא פארק.

 

"פאר די סעודה אליין האט זיך געלוינט די נסיעה און אירע פילע שוועריגקייטן" האט זיך צו אונז אויסגעדרוקט איינער פון די חשובע מיטרייזענדע, אין א פערזענליכן מעסעדזש. דאס זעלבע האט איינער פון די חשובע נגידים פון פלעטבוש געשריבן, ווי פאלגענד: "דער עולם איז זייער נתפעל געווארן פון די דברי התתעוררות און ווארעמע זמירות. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר אונזער גאנצע גרופע, און איינער פון אונז האט זיך אויסגעדרוקט נאכן טיש אז איך האב מיך ממש געשפירט וואו אינדערהיים."   

 

נאך די סעודת הילולא וואס האט זיך געענדיגט קרוב כחצות הלילה איז זיך דער עולם געגאנגן אנלאנען אויף אפאר שעה, זיך אנצושעפן ווייטערדיגע כוחות פארן קומענדיגן טאג, ווען מען ווי געמאלדן זיין אין צאנז אויפן ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פון דארט וועט מען פארן אויף ליזענסק פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי ר' אלימלך זי"ע.

 

נייעס פון וועד הנסיעה:

 

דער צענטראלער אפיס פון וועד הנסיעה אויף ראדני סטריט ווירבלט אין די לעצטערע טעג ווי א בינען שטאק מיט פארשידענע אקטיוויטעטן בנוגע דעם געהויבענעם שבת קודש אין אנטווערפן בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א. די עסקנים געבן זיך אפ מיט יעדן קליינעם דעטאל וואס ברויך ערלעדיגט ווערן אז עס זאל ווערן ערפולט בשלימות ובנאמנות.

 

אן א צאל טעלעפאן רופן ווערן אפגעענטפערט יעדן טאג פון פילע אריינרופער וועלכע ווילן אנפרעגן פראגען בנוגע די נסיעה בכלל, און א גרויסער מספר מענטשן ווילן זיך נאך אנשליסן אין די לעצטע געלעגנהייט מיט די גרויסארטיגע היסטארישע נסיעה קיין אנטווערפן נישט וועלנדיג פארפאסן א געשעעניש וואס וועט בלייבן א לאנגע צייט די הויפט נייעס און טעמע צווישן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, און וועט לאנג בלייבן אין זכרון ביי יעדן באטייליגטן.

 

ספעציעל האבן זיך די עסקנים אפגעגעבן מיטן צושטעלן פאר יעדן גאסט זיין אכסניא אויף שבת קודש, ווער אין א אכסניא, און ווער אין א האטעל צימער, אא"וו. די עסקנים ארבייטן צו איין ריטעם ארום דעם זייגער, שטייענדיג פארבינדן מיט די עסקנים פון וועד קבלת פנים אין אנטווערפן, אז עס זאל ארויסקומען פונעם שבת קודש א ריכטיגער כבוד שמים און הרמת קרן קהלתינו הק'.  

 

ווי געמאלדן האט דער וועד הנסיעה די וואך מאנטאג אראפגעשיקט א גרופע יונגעלייט, פלייסיגע עסקנים, זיי זאלן מיט זייער עקספערטיז ארויסהעלפן פאר אונזערע אחים לדיעה תושבי עיר אנטווערפן, איינצוארדענען דעם שבת קודש בכלל און אלע איבריגע מאורעות און מסיבות בפרט, אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם, ווי עס פאסט זיך לכבוד דעם געהויבענעם גאסט כ"ק מרן רבינו שליט"א און לכבוד קהלתינו הק' אשר יסודתו בהררי קודש.

 

אין א באזונדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן פארן מסע הקודש אפטיילונג אז היינט נאכמיטאג האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע פון עטליכע מנינים בעלי בתים און יונגעלייט אויף א נסיעה קיין ליזענסק מיט די בארימטע איידיעל טאוערס, אראנדזשירט דורך הרה"ח ר' יקותיאל משה שניצלער הי"ו. די שיירא וועט גלייכצייטיג ארומפארן אויף פארשידענע אנדערע מקומות הקדושים אין פוילן און וועלן דאנערשטאג נאכט פארן קיין אנטוערפן שובת זיין דעם שב"ק פרשת ויקהל בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.    

 

ווער עס וויל זיך נאך אנשליסן אין די נסיעה קיין אנטווערפן אויף שבת קודש הבעל"ט זאל ווי שנעלער רופן צו עפשטיין טראוועל אויפן נומבער: 718-218-7770 וואס שטעלט צו רעזערוואציעס מיטJET-AIRWAYS  וואס פארט ארויס דאנערשטאג נאכט 8:00 אזייגער, אדער רופט צו  DO-ALLטראוועל אויפן נומבער 718-301-1473, וואס שטעלט צו רעזערוואציעס מיטן אמעריקן עירליין, וועלכע פארט ארויס דאנערשטאג 6:15 אווענט. ביידע טריפס וועלן בעזהשי"ת זיין צוריק אין ניו יארק זונטאג צופרי אום 12:00 מיטאג. פלעצער זענען באגרעניצט וכל הקודם זכה,

 

נייעס פון אנטווערפן:

 

די שטאט אנטווערפן איז איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע אטמאספער, ווען איר גאנצער חרדי'שער אידנטום גרייטן זיך מיט יראת הכבוד און מיט זעלטענעם התרגשות והתרוממות צו ענטפאנגן מיטן ריכטיגן כבוד התורה דעם געהויבענעם גאסט כ"ק מרן רבינו שליט"א, דער גרויסער מנהיג של רבבות אלפי ישראל, וועלכער קומט אן קיין אנטווערפן היינט נאכמיטאג וואו דער רבי ווערט אפגעווארט דורך א ריזיגן ציבור זקנים ונערים חסידים ואנשי מעשה, תושבי עיר אנטווערפן אין פארענט פון בית מדרשינו אויף יאקאב יאקאבס שטראסע, מלך ביופיו תחזינה עינינו.

 

עס איז שווער צו שילדערן אין די ראמען פון א ארטיקל וואספארא געהויבענע שטימונג עס הערשט אין די טעג איבער די גאסן פון די היימישיע שטאט אנטווערפן. עס איז בלויז גענוג זיך צו פארבינדן מיט א קרוב אדער א ידיד וואס וואוינט אין אנטווערפן און אים אנפרעגן דערוועגן, וועט איר זיך באמת'ן איבערצייגן אז מיר זענען היפש הונטערשטעליג ווען מיר שרייבן אז דער מצב אין שטאט איז געהויבן אדער יום טוב'דיג, אדער אזעלכע ענליכע בלאסע לשונות.

 

צו וועמען מען רעדט קיין אנטווערפן פון סיי וועלכע קרייז רעדט מיט שפאנונג איבער די נסיעה פון סאטמארען רבי'ן שליט"א. קינד און קייט, יונג און אלט, פון אלע היימישע קרייזן און איבער אלע בתי מדרשים פון שטאט איז אצינד די טעמע די ערווארטונג פון רבינו שליט"א אין אנטווערפן בכלל, און איבער דעם  געהויבענעם שבת קודש הבעל"ט וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, וואס די שטאט אנטווערפן האט שוין לאנגע יארן נישט געזעהן און מיטגעהאלטן.            

 

אין די זעלבע צייט רוען נישט די ענערגישע עסקנים אפילו אויף איין מינוט!, יעדע גרופע עסקנים געט זיך אפ מיט זיין אויפגאסע, אהערצושטעלן יעדן דעטאל אז דער באזוך פון רבינו שליט"א זאל קלאפן עצהיו"ט. ספעציעל ארבייטן די עסקנים אין אנטווערפן האנט ביי האנט מיט די לאקאלע עסקנים פון איבער די גאנצע וועלט, צוצושטעלן אכסניות פאר אלע געסט, פארשאפנדיג דירות, און ארויסדינגענדיג האטעל צימערן פאר חשובע און פארמעגליכע אידן, און דירות פאר משפחות מיט גרעסערע קינדער, וואס קומען צופארן פון גאנץ אייראפע.

 

א באזונדערן בנין איז ארויסגעדינגן געווארן פאר העכער הונדערט בחורים פון די סאטמארע ישיבה קטנה אין לאנדאן וואס קומען צופארן אויף שב"ק וועלכע וועלן זיך געפונען אונטערן פון זייערע מגידי שיעור, וואס קומען מיט זיי אינאיינעם.

  

ווי די עסקני האש"ל פון לאנדאן געבן איבער, האט זיך פון לאנדאן זעלבסט געמאלדן העכער פיר הונדערט געסט בליעה"ר, וועלכע קומען צופארן מיטהאלטן דעם שבת פון רבינו שליט"א. די עסקנים קענען פשוט נישט נאכקומען דער געברויך פון צושטעלן אכסניות און אש"ל פאר אזא ריזיגן ציבור קע"ה, און אין די זעלבע צייט רעזערווירן דעם עולם מיט טראנספארטאציע קיין אנטווערפן.

 

די גרופע עסקנים וואס זענען ספעציעל אראפגעשיקט געווארן פון ניו יארק האבן שוין גענומען די לייטשעס אין די האנט און זענען שוין שטארק טעטיג ארבייטנדיג מיט גרויס אייפער צוצוהעלפן בכל מה דאפשר אויף יעדן געביט וואס פעלט זיך אויס הילף, און מיטן כח ברבים און אחדות וועלן זיי בעזהשי"ת דערגרייכן אלעס מסדר צו זיין אין די לעצטע פאר טעג ביז צום געהויבענעם שבת הבעל"ט.

 

אצינד שטייט דאס אנטווערפענער אידנטום אפגערוקט בלויז געציילטע שעות ביזן געהויבענעם לאנג-ערווארטעטן מאמענט, ווען דער רבי שליט"א וועט בשעטו"מ אנקומען אויפן אנטווערפענער באדען, און עס וועט זיך אנהייבן די קומענדיגע ימי שמחה וואס וועט אנהאלטן אויף פינעף טעג, ביז מאנטאג מיטאג פרשת פקודי הבעל"ט ווען דער רבי שליט"א וועט בשעטו"מ פארלאזן די שטאט און זיך צוריק קערן קיין ניו יארק לביתו נאוה קודש. 

 

 שפעטער אין טאג וועלן מיר געבן מער פרטים איבער די נסיעה אין צאנז און אין ליזענסק, ווי אויך א באריכט פונעם געהויבענעם באזוך אין די שטאט אנטווערפן און איבער די פארברייטונגן צום שבת קודש הבעל"ט.








תוקן על ידי ערליכעאיד ב- 27/02/2008 19:22:01




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2008 18:18 לינק ישיר 

א שטילקיט האט געהערשט אין זאל ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט דברות קודש זאגנדיג א שיינעם דרוש בעניני צדקה ארויסברענגענדיג אז ווען אידן געבן צדקה פאר א איגענע מוסד זעהט זיך נאכנישט גענוג אן די ווארעמקייט  פון מידת צדקה אבער ווען מ'העלפט ארויס פאר מוסדות פון אנדער ארט, מערקט מען אן אז מ'האט אין זיך טיף איינגעבאקן דעם מידת צדקה וחסד.

 

דער רבי שליט"א האט דערמיט מסביר געווען בדרך מליצה פארוואס די נסיעה ווערט גערופן "מסע הקודש", וויבאלד ישראל "קדושים" הם נתבעים ונותנים, וואס זייער אקטועל ביי אט די נסיעה,  וואס דער הויפט ציל דערפון איז ארויסצוהעלפן פאר די הייליגע מוסדות עס זאל האבן א פעסטער קיום און ווייטער בליען און ואקסן לשם ולתפארת.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/2/2008 20:20 לינק ישיר 

פארלעסליך, ווי זענען די בילדער וואס די האסט צוגעזאגט און א שכינותדיגע פארום פון די מסיבת כינוס האברכים פורים קטן אין זאל פון עטרת אברהם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/2/2008 20:28 לינק ישיר 

איך האב נישט צוגעזאגט, איך האב מיר נאר פארגעשטעלט אז אין דער איד וועט עס זיין. אז נישט איז נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/2/2008 21:12 לינק ישיר 

סתם כדי מעתיק צו זיין דיינע ווערטער בלשונך

מילתא דעבידא לגלויי...

קוקט די בילדער אינעם היינטיגען איד!!!


די האסט געשריבען אז עס איז געדריקט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/2/2008 23:52 לינק ישיר 

אלזא, יעדער רעבע וואס גייט שנארן געלט איז א אויטאמאטיש א מאסא קוידעש...
WOW פון א חידוש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2008 23:53 לינק ישיר 

ער איז געגאנגען צו א חתונה און טיילט אוועק טיקטעס
מיט א טראסק פון 8 וואכן אין דער איד

ויקרא שמו בישראל מאסע קוידעש.

יעצט לייגט עס נאך דער עמהארעך אין אידישקייט (נישט קיין פארטיי חלילה)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2008 21:14 לינק ישיר 

א ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש פון נסיעה ב' צו די מקומות הקדושים אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יקותיאל משה שניצלער הי"ו, אין וועלכן עס האבן זיך משתתף געווען עטליכע דרייסיג בעלי בתים און יונגעלייט, געשריבן דורך איינער פון די מיטפארער, ליינט מיט הנאה: (שפעטער וועט נאכפאלגן א ווייטערדיגן באריכט פונעם שבת קודש.)

    

אין אונזער גרופע זענען געפארן עטליכע 30 אידן, א שילוב פון זקנים בעלי בתים חשובים, מרביצי תורה   ומורי הוראה, חסידים ואנשי מעשה, אברכים חשובים, אא"וו.

 

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן דינסטאג נאכמיטאג ביים ארויספארן צוזאמען צום לופט פעלד פון בעדפארד עוו. העכער די הייוועי, וואו עס האט אפגעווארט א באס צו פירן די גרופע צום עירפארט. נאכן אויפגעבען די געפעק און ארויסנעמען די זיצן איז מען זיך צוזאם געקומען אויף א באשטימטע ווינקל ערגעץ וואו אינם לופט פעלד, און מ'האט געווארט אויף נאך עטליכע מאנ"ש, וואס זענען אויך געווען אנגעשלאסן צו דעם נסיעה  און זענען געקומען פון בארא פארק, קרית יואל, טאהש. ווען יעדער איז שוין דארט געווען האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און תיכף דערויף איז מען אריינגעגאנגען אינעם פליגער וועלכע האט זיך  בשעה טובה געהויבען אין די לופטן געריכטעט קיין דייטשלאנד - פראנקפורט דמיין.

 

אויפן פליגער האבן זיך געשטעלט עטליכע מנינים מעריב, כדי מ'זאל קענען דאווענען רואיג און נישט שטערן די פליגער מאנשאפט. אין די גאר פריע פארטאגס שעות אויפן דארטיגע זייגער האט די פליגער געלאנדעט אינם פראנקפורטער פלוג האפן, וואו דער ציבור האט אויסגעשטיגן אין טערמינאל און זיך געטראפן א רואיג ווינקל צו קענען דאווענען שחרית.

 

תיכף נאך שחרית איז א טייל פונם עולם אפגעפלויגן קיין ווארשא, בעת דער איבריגער ציבור איז געפארן 2 שעה שפעטער מיט א צווייטע פליגער, וואו די ערשטע חלק האט זיי שוין אפגעווארט אין ווארשא.

 

אין ווארשע האט דער עולם ארויסגענומען די פעקלעך און זיך איינגעארדענט אויף א באס וועלכע האט אפגעווארט, וואס איז געווארן אנגעפירט דורך הרבני החשוב ר' נחמן אלבום שליט"א - א פוילישע געבוירענע וועלכע איז פון די ילדי טעהראן און האט מיט גרויס מסירות נפש זיך געשלאגן מיט די  ציוניש'טישע  אנפירער זיך צו קענען דערהאלטן ביי אידישקייט.

 

דורכאויס די גאנצע נסיעה האט מען געהאט דעם פארגעניגן צו הערן פערל ווערטער מיט אלטע היסטארישע ענינים פון ר' נחמן אלבום הי"ו, סיי זאכן וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, און סיי זאכן וואס ער האט נאך געהערט פונם אלטן היים. אויך ווייסט ר' נחמן אסאך צו דערציילן צוליב דעם וואס ער האט שוין געפירט זייער פיל אידן אויף די מקומות הקדושים,  ובתוכם גדולי הרבנים ואדמורי"ם. ער האט אויך געהאט די זכי' ארום צו פירן דעם ירושלימ'ער רב הגה"צ ר' משה אר' פרייינד זצוק"ל ווען ער האט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די תלמידי בעש"ט זי"ע.

 

דער פלאן איז געווען אויפן וועג פון ווארשע קיין ליזענסק זיך אפצושטעלן אין לובלין ביים ציון פונעם הייליגן חוזה, און ביים הייליגן מהרש"ל, אבער וויבאלד דער עולם האט געוואלט זיכער מאכן אז מ'קומט אהן קיין ליזענסק בעוד יום, כדי ס'זאל זיין גענוג צייט מתפלל צו זיין, איז מען דעריבער תיכף געפארן קיין ליזענסק, א נסיעה פון א קנאפע 4 שעה, בעת דער עולם האט זיך צוגעגרייט מיטן לערנען די הייליגע תורות פון ספה"ק נועם אלימלך, אויך האט מען געהערט ווארימע דיבורים און פארשידענע ענינים נשגבים פון הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ בבית מדרשינו אויף מורטל עוו. וואס האט אריין געברענגן א גרויס  התעוררות ביים ציבור.

 

אין ליזענסק איז דער גאנצע עולם געגאנגען אין מקוה און געדאווענט מנחה, דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' פונם הייליגן רבי ר' אלימלך זצוק"ל זי"ע, וואו דער התעוררות איז געווען אין לשער, מ'האט פשוט פארגעסן אז מ'געפונט זיך אויפן עולם הגשמי..

ווען די נאכט איז צוגעפאלן איז יעדער אראפ געקומען מיט א שווערן געפיל נישט קענענדיג זיך געזעגענען פון דעם הייליגן ארט. מ'האט דארט געדאווענט מעריב, טועם געווען, און זיך ארויס געלאזט אויף א וועגן פון 24 שעה זאגן תהילים, מתפלל זיין, און נאכאמאל מתפלל זיין, אן אויפהער ביי די אלע צדיקים  וקדושי עליון וואס  מנוחת כבודם געפונט יזך אין די אלע ארומיגע שטעטלעך אין פוילן.

 

פון ליזענסק איז מען געפארן קיין שינאווא וואו עס ליגט דער הייליגע דברי יחזקאל זי"ע, דערנאך האט מען מתפלל געווען אויפן ציון פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע וועלכע ליגט אין די שטאט לאנצוט צוזאמען מיט הרה"ק ר' אלעזר לאנצוט'ער זי"ע א זוהן פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, דערנאך איז מען געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זי"ע און ביים ציון הק' פון רבי יושע'לע דינובער זי"ע.

 

בערך חצות הלילה איז מען אנגעקומען קיין רימאנוב, צום הייליגן ציון פונעם רבי ר' מענדעלע זי"ע, מיט זיין הייליגן תלמיד וממלא מקום הרה"ק רבי ר' הערשעלע רימאנוב'ער זי"ע, וואו מ'האט שוין געקענט געהעריג זאגן תהילים, וויבאלד עס איז שוין נאך חצות. אראפקומענדיג איז יעדער געווען שטארק פארשמירט פון די פולע בלאטעס וואס מ'איז אדורך אויפן וועג צום ציון, אבער דער עולם האט הנאה געהאט דערפון וויסענדיג וואס עס איז מקובל פון צדיקים אז רבי ר' מענדעלע זי"ע האט מקדש געווען 3 טפחים אויף די ערד אין די שטאט רימאנוב.

 

צווישן איין ציון צום אנדערן האט מען ארום גערעדט בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון די צדיקים וועלכע מ'האט פוקד געווען זייערע ציונים, אויך האט מען געהערט דברי תורה פון הרה"ג ר' יודא שלום יאקאבאוויטש שליט"א שו"מ בישבתינו הק', וועלכע האט די זכי' צו לענען יעדן טאג מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

א גרויס התעוררות איז געווען ביים ציון פונם הייליגן צאנזער רב זי"ע, וואו מ'איז אנגעקומען קרוב צום עלות השחר ווען עס איז א  געוואלדיגע שעת רצון, נאך א נאכט מיט תפילה ותחנונים, דערצו איז נאך האבן מיר געהאט א מורא'דיגע הרגשה פארנדיג קיין צאנז וויסנדיג אז מיר זענען אלע תלמידים פון רבי'ס וואס זענען געווען אדוק ומקושר צום הייליגן צאנזער רב זי"ע  בכל נימי נפשם.

 

צופרי איז מען אנגעקומען קיין קראקא, צו די שוהל פונם רבן ומאורן של ישראל דער הייליגער רמ"א זצוק"ל. דארטן אונטערן שוהל ליגט דער רמ"א מיטן ב"ח, דער תוספות יו"ט, מגלה עמוקות מיט פיל אנדערע גאונים קדושים וטהורים, וואס עס כאפט א ציטער ווען מ'זאגט בלויז ארויס זייער נאמען מיטן מויל.

 

נאכדעם האט מען געדאווענט שחרית און מ'איז געפארן קיין ראדאמסק צום הייליגן תפארת שלמה, וואו אינעם אוהל הענגט אויף א שילד די הייליגע ווערטער וואס דער תפארת שלמה שרייבט אז צדיקים אפי' ווען זיי זענען בעולם העליון איז זייער גאנצער באגער צו העלפן כלל ישראל מיט ישועות ורפואות.

 

אין ראדאשיץ איז די התעוררות געווען זייער גרויס וואו יעדער האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ געהאלפן צו ווערן מיט כל מיני ישעות ורפואות.

 

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז מ'האט אין פארשידענע שטעט זיך געטראפן מיט אנדערע שיירות, וועלכע האבן געוואוסט אז אט דאס איז די גרופע פון חסידי סאטמאר וועלכע רישן זיך אויף א געהויבענעם שב"ק אין אנטווערפן אונטערן שאטן פון זייער גרויסן רבי'ן שליט"א.

 

פון דארט איז מען נאך צוגעפארן קיין פשיסחא וואו עס ליגען דער הייליגער "יוד הקדוש" מיט רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע, און דערנאך קיין גור ערב די יארצייט פונעם חידושי הרי"ם זי"ע, אויך ליגט דארטן בנו דער הייליגער שפת אמת זי"ע. און פון דארט איז מען צוריק געפארן קיין ווארשא וואו מ'האט געדאווענט מנחה, און מיט אן אויסערגעווענליכע דעהויבנקייט האט מען זיך געהויבן אין די לופטן קיין בריסעל. ווען ביי יעדן איינעם האט זיך שוין געשפירט דער שפאנונג און אינערליכע געגועים צום געהויבענעם שב"ק המשמשת ובא. אין בריסעל האט א באס אפגעווארט און אריינגעפירט דער עולם קיין אנטווערפן, וואו די חשובע עסקנים הן פון אנטווערפן און אויך פון וומס"ב האבן אפגעווארט מיט א פיינע פרישע נארהאפטיגע נאכטמאל מיט אכסניות פאר יעדן איינעם. ווי באריכטעט באזונדער אין די אנדערע מעסדעזשעס.

 

****

 

תיכף נאך די דברות קודש פון רבינו שליט"א ביים מעמד "הקבצו ושמעו" איז דער עולם צוריק געלאפן צו די אכסניות זיך איינצופאקן, און געכאפט א מקוה און זיך מיט גענומען צידה לדרך וואס איז געוארן צו געשטעלט פון די וועד האשל און זיך ארויף געזעצט אויף די באס וועלכע האט אפגעפירט דעם ציבור קיין בריסל עירפארט. וואו מ'איז געפלויגן קיין פראנקפורט, מ'האט נאך עספיעט צו צופארן קיין מיכלשטאדט צום ציון פונם בעל שם פון מיכלשטאדט, און אויפן ביה"ח וואו עס ליגן די גאונים וקדושים רבי נתן אדלער זצוק"ל, דער היליגער פני יהושע, דער הפלאה. זכותם יגן עלינו.

 

פון דארט איז מען אויפגעשטיגן אויפן פליגער וואס איז געפלויגן קיין ניו יארק, ווען אויף אלעמענס פנימ'ער  איז אויסגעגאסן א שיין פון דערהויבנקייט. יעדער איינער מיט הויפענעס חיזוק און מיט א תפילה צום בוכ"ע אז מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און אז רבינו שליט"א זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו, און ווייטער דערהייבן זיין דעם קרן התורה וישראל.

 

 אין הארצן האט יעדער געשפירט דעם "אשרי העם שככה לו", עס האט זיך געשפילט ביים ציבור א געפיל ווי מ'זאגט פסח ביים סדר, אז אלמלא וואלט מען נאר געקומען צו קענען זיין ביים די צינוים הקדושים, אדער נאר צו  זיין במחיצת רבינו שליט"א, אדער נאר צו הערן די  דברות קודש  פון רבינו שליט"א ,  אדער נאר מיט צו האלטן דעם געהויבענעם שב"ק, אדער אפי' נאר די מעמד "הקבצו ושמעו" ביי סעודת מלוה מלכה . . . דיינו.

 

די אלע גרופעס וואס האבן געציילט הונגדעכרטער אנשי שלומינו וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שב"ק, זענען אנטשלאסן, און ווארטן שוין אויפן קומענדיגן געלעגענהייט ווען עס וועט נאכאמאל פארקומען א שבת התוועדות פון אנ"ש בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א,  און אלע ווי איינער האבן אויסגעדריקט אז קומענדיגן מאל ווען עס וועט אויסקומען א נסיעה מיט רבינו שליט"א האפן זיי בעזרת ה' זיכער מיטצוהאלטן די נסיעה וואס איז איין קייט פון רוחניות און התעלות.

 

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו.

 

בקשה נחוצה:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2008 19:40 לינק ישיר 

ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה':

 

מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענומען די בשורה טובה אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז דינסטאג מיטאג בערך האלב צוויי אזייגער בשעה טובה ומצלחת אנגעקומען בשלום אין קענעדי לופט-פעלד אין ניו יארק, וואו א ענגער ציבור פון חסידים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א.

 

דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען דורך א זייטיגע ארויסגאנג, נישט דארפנדיג דורכגיין די קאסטומס, וואו ער האט מיט א פרייליכן געמיט אפגענומען שלום פונעם פארזאמעלטן ציבור, און איז גלייך אריין אין די אויטא פון הרה"ח ר' שלום יוסף דייטש הי"ו וועלכער האט אהיימגעפירט דעם רבי'ן שליט"א למעון קדשו אין וויליאמסבורג.

***

מאנטאג נאכמיטאג איז די חשובע רעביצין תליט"א אין א גוטע שעה אהיימגעקומען פון אונגארן. די רעביצין תליט"א איז פרייטאג ב"ה ארויס פון שפיטאל און האט געוויילט במשך דעם שבת קודש ביז מאנטאג מיטאג, בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א אינעם שטעטל ניר-טאהש, צוזאמען מיט עטליכע קינדער און געטרייע מקורבים.

***

המשך פונעם געהויבענעם שבת קודש:

 

חדו השתא בהאי שעתא:

 

צום באשטימטן זמן מנחה, האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון טויזנטער מענטשן צום גרויסן בית רחל זאל, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם זמן רעוא דרעוין בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

תפלת מנחה האט געדאווענט הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א מנכ"ל מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק. ביי קריאת התורה האט עולה געווען כהן - הרה"ח ר' הערש אלימלך כהנא שליט"א, לוי - הרה"ג ר' הערשל שנעק שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין לאנדאן, שלישי – הנגיד ר' יחזקאל בראך שליט"א, וועלכער האט אויפן ארט צוגעזאגט א גרויסע סומע לטובת המוסדות באנטווערפן. גלילה – הרבני הנגיד ר' נפתלי גרינפעלד הי"ו פון בארא פארק.

 

נאך תפלת מנחה האט זיך דער רבי שליט"א געזעצט על שולחן המזרח וואס איז געווען באשיינט פון חשובע רבני ודייני העיר וואס האבן נישט געוואלט פארפאסן דעם זמן רעוא דרעוין בצל רבינו שליט"א. באזונדער האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מזשמיגראד שליט"א פון אנטווערפן וואס איז אנגעקומען אינמיטן די זמירות פון של"ס און איז געזעצן במשך דעם גאנצן טיש פון רבי'ן שליט"א.

 

רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו של"ס און האט כנהוג געטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור און נאכדעם געוואונטשן לחיים, דערנאך האט ער אנגעהויבן די זמירות בעת רעוא דרעוין. בשעת'ן זינגן די הייליגע זמירות האט מען געקענט טאפן אין די לופט דאס התעוררות וואס האט געהערשט אין זאל, דער ריזיגער ציבור פון טויזנטער אידן האבן מיט התעוררות זיך מתוועד געווען און אויסגעווייקט די הערצער זינגענדיג די הייליגע זמירות מיט גרויס התלהבות. ווער רעדט נאך ווען דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד וקבלת עומ"ש וואס איז אפגעענטפערט געווארן דורך דעם ריזיגן ציבור בקול חוצב להבות אש.

 

מיטן זמר "אודה" האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש שליט"א וואס האט פארגעזינגן א הערליכן ניגון. עס האט דערמאנט די גוטע צייטן פון אמאל ווען ר' פרץ הי"ו פלעגט נאך זינגן דעם ניגון על שולחן מלכים מאן מלכי רבנן, ביי מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און ביי מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.

 

מיט "שיר המעלות" האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל, מען האט געזינגן געווארן אויף א אלטע לעבעדיגע הקפה ניגון און די בחורים האבן זיך דערביי פון גרויס רגש של שמחה והתרוממות דערביי ארויסגעלאזט אויף א לעבעדיגן טאנץ. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א לענגערע צייט דברי מוסר והתעוררות וואס האט יורד ונוקב געווען לחדרי בטן.

 

מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי שניצער שליט"א פון אנטווערפן, און מיט ק-ל מסתתר הרה"ח ר' יעקב בער פריעדמאן הי"ו. און מיט "שושנת יעקב" הרה"ח ר' חיים בער גראס שליט"א פון לאנדאן יצ"ו.

 

נאך די זמירות האט דער רבי געוויזן פאר די משוררים זיי זאלן זינגן ניגוני שמחה לכבוד די שמחת השבע ברכות אצל גיסו בת הרב הגאון ר' חיים ארי' שפיץ שליט"א. ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א געבענטשט על הכוס. נאך תפלת מעריב - וואס הרה"ג ר' יצחק אהרן פילאפף שליט"א ראש הכולל אהל יעקב פשעווארסק האט פארגעדאווענט פאר עמוד - האט דער רבי שליט"א מבדיל געווען על הכוס, ווען א ריזיגער ציבור זקנים ונערים שטייען דערביי און הערן זיך איין די ברכות הבדלה פון רבי'ן שליט"א.

 

דער רבי שליט"א האט געמאכט די ברכת בורא מאורי האש אויף א היסטארישע הבדלה וואס מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט מבדיל געווען גענוי פאר צוויי און צוואנציג יאר צוריק שב"ק פרשת ויקהל תשמ"ו לפ"ק, און הרה"ח ר' פרץ שליט"א האט דאס דעמאלטס אוועקגעלייגט קלערנדיג אז ווען דער רבי ז"ל אדער זיינע קינדער וועלן נאכאמאל קומען אויף שב"ק קיין אנטווערפן וועט ער זיי מכבד זיין מיט דעם.

 

נאך הבדלה האבן די משוררים געזינגן די מארש און הקפה ניגונים כנהוג, ביז ווילאנג דער רבי שליט"א האט געזאגט המבדיל און ויתן לך. ביני לביני איז אינדרויסן פון זאל אראנדזשירט געווארן די לעצטע פארברייטונגן צום גרויסארטיגן פייערליכן באגלייטן וואס די אידישע אנטווערפן האט נאך נישט אזוינס געזעהן אין איר היסטאריע. (הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל הי"ו איז נאך הבדלה צוגעגאנגן צום רבי'ן שליט"א און זיך גאר רירענד אויסגעדרוקט פארן רבי'ן אז דער געהויבענער שבת איז אים געווען א קוואל פון חיזוק)

 

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש:

 

איינע פון די הויכפונקטן פונעם שבת קודש איז געווען דער פייערליכער מעמד באגלייטן ווען פילע טויזנטער תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס כבוד און פראכט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א לבית האכסניא פון הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש שליט"א.

 

עס איז נישטא קיין ווערטער צו שילדערן די שמחה וואס האט געהערשט אין די גאסן פון אנטווערפן במשך דעם געהויבענעם פייערליכן מאמענט. קינדער מיט פאקלן אין די האנט, און הונדערטער בחורים און יונגעלייט האבן ארומגערינגעלט דעם אויטא און מיט עקסטאז געטאנצן פייערדיגע טענץ, און א ריזיגע מענטשן מאסע מיט אנשים נשים וטף וואס האט זיך געצויגן א לאנגע שטרעקע האט נאכשפאצירט די קאר. אשרי העם שככה לו.

 

אויפן גאנצן וועג האבן אן צאל מענטשן זיך געשטופט ארום די אויטא צו כאפן א בליק אויף די שטראלענדע צורה פון רבינו שליט"א. פון אלע פענסטער, דעכער און טעראסעס, זענען געשטאנען גאנצע משפחות מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות גוים, וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן דעם היסטארישן פייערליכן מאמענט, וואס וועט זיך נישט אזוי שנעל איבער'חזר'ן אין די גאסען פון אנטווערפן. עס איז דארטן ריכטיג מקויים געווארן דער פסוק "בנות צעדה עלי שור" לויט אלע מפרשים, אשרי עין ראתה כל אלה. (צום באמערקן אז דער רבי שליט"א האט כדרכו נישט ארויסגעוויזן דאס מינדעסטע התפעלות און התרגשות נאר מיט א זיין אייגנארטיגן ענות חן איז ער געזעצן מיט אראפגעלאזטע אויגן נישט ארויסקוקענדיג צום ריזיגן ציבור וואס האט זיך געדראפעט צו כאפן א בליק אויפן רבי'ן שליט"א).

 

די אויטא, וועלכע איז געפירט געווארן דורך הנגיד ר' משה טובי' יאקאבאוויטש הי"ו מחשובי אנ"ש ביר אנטווערפן יו"ר וועד קבלת פנים, האט קוים געקענט שפאנען א טריט פאראויס צוליב דער אויסטערלישער געדרענג און די עסקנים האבן גאר שווער געארבייט צו עפענען פאר איר א וועג. דער מענטשן מארש איז ארויסגעגאנגן פון הויף פונעם בית רחל אויף לאמעניער שטראססע, און פון דארט זיך איינגעדרייט די גאס און איז אראפגעפארן לענגאויס מערקאטאר שטראססע.

 

ווען דער אויטא פון רבינו שליט"א איז אנגעקומען צום בריאמאנטעליי גאס וואו די דירה פון הרה"ח ר' פרץ שליט"א געפינט זיך, איז דער עקסטאז איבערגערינען אלע גרעניצן. די הונדערטער בחורים האבן אין לאנגע רייען פייערליך געטאנצן פארענט פון די אויטא און געזינגן מיט גרויס רגש של שמחה, וואס מ'קען נישט אויסדרוקן אין די ראמען פון שריפטליכע ווארט. דער רבי שליט"א איז ארויס פון די קאר און די גבאים און מקורבים האבן מיט שוועריגקייטן געמאכט א וועג פארן רבי'ן ביז די אכסניא, וואס איז געווען פול-געפאקט מיט פילע אנשים מכובדים ופני הקהלה.

 

ווען דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן ביים פענסטער האט זיך דער עולם ריזיגער עולם אריינגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ וואס האט אנגעהאלטן לענגערע מינוטן. א שטילקייט האט געהערשט ווען דער רבי שליט"א האט גענומען דעם מייקראפאן און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, אז אזוי ווי מען שטייט אצינד אין חודש אדר וואס איז א זמן שמחה, זאל יעדער זיך אהיימנעמען השפעות פון שמחה, בבני חיי ומזוני, ביז מען וועט זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

 

נאך דעם הילכיגן אמן וואס האט אפגעקלינגן אין די גאסן פון אנטווערפן וואס האט נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגן יחי אדונינו מורינו ורבינו, פון די טויזנטער מיילער, האבן זיך די בחורים און יונגעלייט געשלאסן די הענט און ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ, וועלכעס האט אפגעשפיגלט די אינערליכע רוחניות'דיגע הרגשים, וואס יעדער האט זיך איינגעקויפט אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה במשך דעם פארלאפענעם שב"ק. א היפש ביסל צייט האט געדויערט ביז ווי לאנג דער עולם האט זיך צושפרייט מיט געהויבענע און גייסטרייכע געפילן. (דער בעל אכסניא הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש שליט"א האט זיך נאכן באגלייטן אויסגעדרוקט מיט טיפן רגש פארן די פארזאמעלטע אין שטוב אז זיין רבי דער פאיער רב ז"ל פלעגט שטענדיג זאגן דעם ווערטל "מען קען נישט פלאנירן נאר ס'דארף עלעקטריזירן", זאגענדיג מיט התפעלות אז ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעלן אז אזא שיינער שבת קודש וועט אפגעראכטן ווערן דאהי אין אנטווערפן).

 

מעמד אדיר ונשגב הקבצו ושמעו:

 

באלד נאכן באגלייטן זענען די געטרייע עסקנים אין איילעניש צוריקגעגאנגן אין בית רחל זאל איינצוארדענען דעם ריזיגן מלוה מלכה. דער זאל איז איינגעארדענט געווארן אויף א מוסטערהאפטיגן אופן, עס זאל קענען אקאמאדירן די טויזנטער אנשי שלומינו. צענדליגער לאנגע רייען מיט טישן און בענק און פארענטשעס פון צוויי זייטן פאר די בחורי חמד פון איבער אייראפע זענען בליץ שנעל אויסגעשטעלט געווארן, דער גאנצער זאל האט אין א קורצע צייט באקומען א פנים חדשות.  

 

צום גרויסארטיגן מלוה מלכה זענען געקומען צופארן א גרויסער עולם פון לאנדאן וועלכע משום איזה סיבה נישט געקענט מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת, האבן זיי כאטש געוואלט מיטהאלטן דעם געהויבענעם כינוס אנשי שלומינו, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, און האט אריינגעבלאזן חיזוק אינעם ריזיגן ציבור אויף א לאנגע צייט.

 

במשך פון נאנט צו פינעף שעה איז דער עולם געזעצן מיט פארגעניגן און זיך צוגעהערט צום חובת השעה ודבר ה', ולא אמר אדם צר לי המקום. דער ריזיגער ציבור אלפי תלמידי חסידי סאטמאר פון אייראפע און אמעריקא און ארצינו הק', האבן זיך מתענג געווען בתענוג רוחני זיצנדיג אונטער איין דאך מיט די עיני העדה, גדולי הרבנים שליט"א בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, עס איז שוין געווען האלב פינעף פארטאגס ווען דער ריזיגער ציבור האט זיך צושפרייט אנגעשעפט מיט באגאזשן חיזוק.

 

בערך עלף אזייגער האט זיך דער עולם געוואשן צו די סעודת מלוה מלכה, וואו עס איז סערווירט געווארן א סעודה גדולה כיד המלך. א קאפעליע מיט מוזיק האט אנגעפירט מיט די נגינה וזמרה בשעת די סעודה און האבן אויך געזינגן די זמירות ופיוטים לכבוד מוצאי שבת קודש. געטרייע עסקנים און סדרנים האבן מיט כבוד אויפגענומען דעם ציבור וואס האט אריינגעשטראמט אין זאל, און יעדן געזעצט בכבוד הראוי איש על מחנהו ואיש על דגלו.

 

מיט פייערליכן געזאנג און טענץ האט דער ריזיגער ציבור מקבל פנים געווען כ"ק מרן רבינו שליט"א אויפן ניגון "קול צהלה ורנה" וואס האט אנגעהאלטן מיט גרויס עקסטאז ביז ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען על מקומו אויפן שולחן המזרח.

 

געעפענט די מסיבה האט הרה"ח ר' מאיר שניצלער שליט"א מגבאי בית מדרשינו הגדול דקהל יטב לב ראדני סטריט, וועלכער האט געניט אנגעפירט דעם הערליכן מעמד. דערנאך האט נאכגעפאלגט א ריי מיט אינהאלטסרייכע דרשות פון די חשובע רבנים שליט"א, צום ערשט האט גערעדט הרב הגאון ראב"ד אנטווערפן שליט"א, הרה"ג ר' חיד"א ווייס שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק', הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א, הרה"ח ר' מרדכי שטויבער שליט"א מנהל בית רחל, הרה"ח ר' הערשל דרעזנער שליט"א מנהל התלמוד תורה.

 

אלע ווי איינער האבן ארויסגעברענגט די זכי' וואס תושבי עיר אנטווערפן האבן צו האבן צו גאסט דעם מנהיג של רבבות אלפי ישראל, דער סאטמארער רבי שליט"א, און האבן אויסגעדרוקט זייער הרגשים צום געהויבענעם שבת קודש וואס איז נארוואס אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט לשם ולתפארת, אויף א אומפארגעסליכן אופן, ווי אויך האבן די בעלי דרשנים ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון חינוך על טהרת הקודש אן די מינדעסטע שטיצע ממקורות זרים, און פון די רעגירונג פראגראמען.  
*--[if !supportLineBreakNewLine]*
*--[endif]*

ספעציעל האט אויסגענומען דאס וואס דער דיין הקהלה הגה"צ רבי חיד"א ווייס שליט"א האט ארויסגעברענגט אז דער רבי שליט"א איז נישט אהערגעקומען נעמען געלט נאר ברענגן געלט פאר די מוסדות וואס זענען געפלאגט אין שווערע חובות. (עס מוז טאקע ארויסגעברענגט ווערן אז דאס איז געווען דער געשפרעך צווישן אלע תושבי עיר אנטווערפן, וואו מען איז געגאנגן און וואו מען איז געשטאנען האט מען אלעמען געהערט זיך אויסדרוקן מיט רעספעקט אז רבינו שליט"א איז אנדערש וואו אלע רבי'ס וואס קומען נעמען געלט, און ער האט מיטגעברענגט גרויסע געלט-סומעס ארויסצוהעלפן זיינע קהלה און מוסדות אין אנטווערפן).

 

דער קלימאקס פונעם געהויבענעם מעמד "הקבצו ושמעו" איז געווען ווען דער גרויסער ציבור האט געהאט די זכי' צו ענטפאנגן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפשעווארסק שליט"א. מיט גרויס יראת הכבוד האט זיך דער גאנצער ציבור אין שפיץ פונעם גאנצן אויבענאן אויפגעשטעלט און ענטפאנגן דעם פשעווארסקער רבי שליט"א, וועלכער איז געקומען מחזק זיין און ארויסווייזן סאלדיאריטעט מיט די הייליגע מוסדות פון אנטווערפן.

 

דער רבי שליט"א איז אנטקעגן געגאנגן דעם פשעווארסקער רבי'ן און האט זיך מיט אים גאר ווארעם באגריס. דער רבי שליט"א האט אנגעגאסן פארן פשעווארסקער רבי א גלעזל וויין, און דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אנוואונטשן ברכות קדשו פארן גרויסן ציבור, צום ערשט האט דער פשעווארסקער רבי נישט געוואלט משנה זיין ממנהגו אבער נאכדעם האט ער אנגעהויבן בזה הלשון: "מצוה לשמוע דברי חכמים" און האט אנגעוואונטשן אז די אלע ברכות וואס מען האט דא געוואונטשן (ווייזנדיג דערביי אויף רבינו שליט"א) זאלן מקויים און מען זאל אהיימנעמען דערפון השפעות טובות, "אמן"... האט אפגעדינערט פונעם ריזיגן ציבור וואס האט מיט א פארכאפטן אטעם יעדע ריר פון דעם הייליגן מאמענט.

 

נאכדעם האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ וואס האט מיטגעריסן דעם גאנצן עולם, ווען דער רבי שליט"א טאנצט אינדערמיט אנגעכאפט מיטן פשעווארסקער רבי שליט"א און מיטן לאנדאנער רב שליט"א, און פון די זייטן דער לאנגער אויבענאן אין שפיץ פון אלע גדולי ישראל וואס האבן באשיינט דעם היסטארישן מעמד. נאכדעם האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם פשעווארסקער רבי'ן ביז די גאס. (בשעת'ן ארויסבאגלייטן איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א געגאנגן זייטיג מיט א געוואלדיגע זעלטענע הערצה, אזאך וואס פשעווארסקער חסידים ווייזן אן איז א זעלטנהייט וואס דער פשעווארסקער רבי טוט נישט אפט).

 

נאכן מאריך זיין בניגוני שמחה א היפש ביסל צייט, בשעת די הונדערטער בחורים אויף די פארענטשעס טאנצן מיט גרויס שמחה וגילה, האט דער ציבור געהאט די זכי' זיך צוצוהערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א ארומרעדנדיג דערביי בחובת השעה איבער וויכטיגע יסודות'דיגע ענינים וויאזוי א איד וואס וויל זיך פירן אויפן הייליגן וועג וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געשטרעבט, ברויך צו פירן זיין שטוב בקדושה וטהרה אן די מינדעסטער אפנויג מדרכי אבותינו ורבותינו הק'.

 

דער רבי שליט"א האט מיט ווייטאג דערמאנט די מלחמת לה' בעמלק קעגן די ציונים ורשעי עמינו וואס האבן מורד געווען במלכות שמים און זענען ליידער די וועלכע זענען מעכב די גאולה שלימה, ארומרעדנדיג איז ליידער נישט קיין סוד אז די פרומע קרייזן וואס האבן זיך אפגעקערט פונעם אמת'דיגן מסורה און קבלת האבות זענען ליידער די וועלכע האלטן צוריק פון צוריקקערן די שטחים צו די אראבער, און מיט זייערע שריט רייצן אויף די אראבישע רוצחים צו וועלן ווייטער פארגיסן אומשולדיג אידיש בלוט ר"ל.

 

דער רבי שליט"א איז דערנאך אריבער צו די טעמע פון דעם שווערן פינאנציעלן דורכגאנג אינערהאלב אונזערע מוסדות אין אנטווערפן, זאגנדיג אז כאטש עס קוקט אויס א שווערע אונטערנעמונג דאס שאפן אזעלכע גרויסע סכומים פון עטליכע מיליאן דאלאר לטובת די תלמוד תורה און פונעם בית רחל, דאך אבער האפט מען אז דער אייבירשטער וועט העלפן און מיט די שטיצע פון די חשובע נגידים וואס וועלן זיך ווארעם ביישטייערן מיט סכומים הגונים וועט מען קענען דערגרייכן דעם ציהל.

 

נאך די ווארעמע דברות קודש פון רבינו שליט"א האט דער ציבור זיך פריש אריינגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ וואס האט אנגעהאלטן לאנגע מינוטן זיך נישט קענענדיג שיידן פון די געהויבענע שעות של תענוג וקורת רוח רוחני. דער ציבור האט דערביי נישט ארויסגעוויזן קיין שום מידעקייט כאטש ס'איז שוין דאן געווען נאך האלב פיר ביינאכט. דער רבי שליט"א האט דאן געטאנצן מיט צוויי חתנים וואס עס איז דארט פארגעקומען זייער שמחת שבע ברכת.   

 

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א. און די ערשטע זעקס ברכות האט געזאגט דער לאנדאנער רב שליט"א, און ברכה אחריתא האט געזאגט מרן רבינו שליט"א.

 

דערנאך זענען אלע אייראפע'אישע בחורים דורכגעגאנגן נעמען מתנות פון רבינו שליט"א דעם ספה"ק על הגאולה ועל התמורה און דעם ספה"ק ויואל משה, נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' וואלף פריעדמאן שליט"א. עס איז געווען א ערהאבן אומזעטיג בילד צו זעהן וויאזוי א לאנגע רייע פון הונדערטער בחורים און ילדי תשב"ר פון לאנדאן גייען אריבער דעם רבי'ן שליט"א כבני מרון און דער רבי שליט"א איז פאר יעדן מאציל א מתנה. (דער אונטערנעמונג איז צושטאנד געקומען דורך הרה"ח ר' שלום ציק שליט"א מנכ"ל פון אונזער תלמוד תורה אין לאנדאן, וועלכער איז בשעת מעשה געשטאנען און געזאגט פארן רבי'ן שליט"א די נעמען פון אלע בחורים און קינדער).      

 

בערך האלב פינעף איז דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט געווארן מיט געזאנג ביז צו די אויטא דורך די הונדערטער פון איבער גאנץ אייראפע, און דערמיט האט זיך געשלאסן דער געהויבנער שבת קודש בכל פרטי' ודקדוקי' וואס האט אפגעקלינגן מסוף העולם ועד סופו, און איז נאך אצינד - שטייענדיג נאך פיר טאג - די טעמע פון רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר מכל רחבי תבל האלטן און איין רעדן אן אויפהער, און זיך פאראינטערעסירן אויף יעדן קליינעם פרט און פרט וואס האט זיך דארטן אפגעשפילט.

 

תיכף נאך די מסיבה האבן זיך א גרעסערע צאל תושבי לאנדאן און בחורי הישיבות וואס האבן געוויילט אין אנטווערפן ארויסגעלאזט צוריק קיין עיר הבירה לאנדאן. ארויסגייענדיג פון בית רחל זאל האט יעדער באמערקט אויסגע'שורה'ט 6 פול-געפאקטע באסעס מיט בעלי בתים יונגעלייט, און משפחות מיט קינדער, וואס זענען אין די פריע פארטאגס שעה'ן בשעטו"מ צוריק געפארן קיין לאנדאן יצ"ו.

 

דער געהויבענער היסטארישער שבת בעיר אנטווערפן וועט - ווי געשריבן - נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש. מען וועט נאך פיל רעדן און שרייבן דערפון אויף גאר א לאנגע צייט, און נישט דוקא פונעם גרויסן עולם וואס האט זיך דארטן פארזאמעלט, נאר פון די רוחניות'דיגע מאמענטן וואס מען האט דארטן מיטגעלעבט זיך געפונענדיג במחיצתו פון אונזער גרויסער מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, וואס איז דער ממשיך דרך און ממלא מקום פונעם שלשלת עצי התמרים.

 

דער ריזיגער ציבור איז זיך צופארן מיט גרויס התחזקות זעהנדיג אז ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, דער בוכ"ע האט אונז אין דעם פינסטערניש פונעם חשכות הגלות איבערגעלאזט דער ריכטיגער מנהיג אמיתי דער רועה נאמן וואס פירט זיך בענווה ובשפלות רוח און מיט התבטלות פאר די פריערדיגע צדיקים הקודמים פון וועמען מיר האבן מקבל געווען דעם שלשלת הקבלה מדור דור, און וועט בעזהשי"ת ווייטער פירן די עדה קדושה על מי מנוחות עד ביאת גואל צדק.

***

נאטיצן וואס אנשי שלומינו האבן איבערגעגעבן וואס מיר האבן פארגעסן צו דעקן:

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*כיבודים שבת קודש:

פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' משה פאללאק שליט"א פון לאנדאן דומ"צ בבית מדרשינו פעירהאלט רד. צו זינגן לקל אשר שבת, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' מרדכי שטויבער שליט"א מנהל בית רחל.

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*סדר העליות:

איך האב מיך פארביטנדן מיט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער שליט"א משמש הקהלה וואס האט אויסגערופן די עליות שב"ק אין אנטווערפן, ער האט מיר איבערגעגעבן די נעמען וואס האבן עולה געווען ביי די הוספות, אזאך וואס עטס האטס פארפעלט צו שרייבן אין פריערדיגן מעסעדזש:

 

פתיחה האט געהאט הרה"ח ר' שמואל מרדכי הכהן דרעזנער שליט"א מחשובי אנ"ש אין אנטווערפן.

 

עס האבן ביי די הוספות עולה געווען: הרה"ח ר' בעריש ווייס שליט"א ראש הקהל דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער. הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל שליט"א פון לאנדאן. הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער שליט"א. האחים הנגידים החשובים ר' דוד לייבוש ואחיו ר' אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו. הרב הגאון ר' חיים ברייש שליט"א ראש ישיבת מתיבתא בלאנדאן. הרה"ח ר' יעקב יוסף ווייס שליט"א שו"ב מחשובי אנ"ש בעיר מאנטשסטער. הרבני הנגיד ר' הערשל הערבסט הי"ו פון בארא פארק. הרבני הנגיד ר' חיים אלי' בערגער הי"ו. הרבני החסיד ר' חיים ווייס שליט"א פון מאנטשעסטער. הרבני הנגיד ר' יושע חיים שטערנליכט הי"ו. הרב הגאון רבי משה פאללאק שליט"א דומ"צ בבית מדרשינו אויף פעירהאלט אין לאנדאן. הרב הגאון ר' מרדכי מעללער שליט"א דומ"צ דקהלתינו הק' בעיר מאנטשעסטער. הרבני הנגיד ר' אברהם יצחק קליין הי"ו מעיר לאנדאן. הרבני הנגיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראש הקהל דקהלתינו הק' בקרית יואל. הרבני הנגיד ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו מחברי הנהלת המוסדות בוויליאמסבורג. הרבני הנגיד ר' שאול פערלשטיין שליט"א סגן ראש הקהל דקהלתינו הק'. האחים הנגידים החשובים ר' בעריש ואחיו ר' טובי' גראס הי"ו, בני הרבני החסיד המפורסם ר' משה גראס ז"ל. הרה"ג ר' יעקב נחמי' פאדווא שליט"א. הגה"צ ר' יחיאל לייפער שליט"א מטעמעשוואר. האברך הנגיד ר' געציל ב"ר בעריש בערגער הי"ו פון בארא פארק.

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*עושה צדקה בכל עת

איך האב געהערט בשם די גבאי צדקה פון קופת טוב וחסד אז דער רבי שליט"א האט במשך די פאר טאג וויילנדיג אין אנטווערפן אויסגעטיילט צדקה פאר עניי העיר, שווערע צענדליגער טויזנטער דאלארן, אויסער עטליכע גרעסערע סכומים וואס דער רבי האט בדרך כבוד פארשאפט פאר עטליכע נויט-באדערפענדע חולי ישראל.

***




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 00:17 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 00:18 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 00:20 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 00:25 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 02:27 לינק ישיר 

שובו לכם לאהליכם:

 

זונטאג צופרי באשמורת הבוקר, בלויז א שעה נאכן גרויסארטיגן מעמד כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר, האבן שוין אנגעהויבן ווירבלן די גאסן פון אנטווערפן מיט הונדערטער געסט וואס זענען געגאנגן כאפן א מקוה, און פון דארט זיך געאיילט צו לואיס פלאץ וואו עס זענען געשטאנען א רייע פון צעהן באסעס וואס זענען אין די פריע זונטאג שעה'ן ארויסגעפארן צום בריסעל לופט-פעלד, וואו גרופעס פון די איבער גאנצע וועלט זענען מיט פולע באגאזשן צוריק אהיימגעפארן.

 

דא האבן די געטרייע עסקנים פון אנטווערפן ווידער איבערראשט דעם עולם מיט זייער זעלטענע מידת הכנסת אורחים, פון וועלכן וויפיל מען זאל נאר שרייבן וועט מען דאס נישט קענען ריכטיג שילדערן. ביים אנקומען צו די באסעס האבן אפגעווארט עסקנים נאך אנגעטוען בבגדי שבת מיט א גרויסע וועגעלע אנגעפולט מיט ספעציעלע זעקלעך צידה לדרך.

 

די געטרייע עסקנים הר"ר הערשל דרעזנער שליט"א און האברך החשוב ר' יואל וואלנער הי"ו מגדולי העסקנים אין אנטווערפן, און האברך החשוב ר' יואל רוטנער הי"ו פון וויליאמסבורג האבן פאר יעדן מיטגעגעבן א נארהאפטיגן זעקל מיט פרישטאג און מזונות טועם צו זיין אויפן לאנגן וועג אהיים. פאר די באסעס זענען אוועקגעפארן זענען די עסקנים ארויפגעקומען אויף די באסעס און זיך הארציג געזעגנט מיט א ברכת צאתכם לשלום. (בדרך אגב איז כדי צו דערמאנען אז אויפן וועג צו תפילת שחרית איז רבינו שליט"א דורך געפארן דעם באס סטאפ פון וואו דער ציבור איז אהיימגעפארן און האט שטארק הנאה געהאט פון דעם נאבעלן וועג ווי שיין מ'האט באגלייט די פילע הונדערטער געסט).

 

(דער עולם דארף נעמען צו קענטעניס אז די געטרייע עסקנים האבן דאן געהאלטן נאך לאנגע שווערע וואכן פארברייטונגן און אראנדזשירונגן, און נאך א קייט פון אכט און פערציג שעה עבודת הפרך מיטן אויפנעמען און פלאצירן די פילע הונדערטער געסט, און א שבת קודש וואס האט געקאסט א שווערע הארעוואניע צוצושטעלן די הערליכע סעודות און געהויבענע טישן על צד היותר טוב, און פארט האבן זיי נישט פארגעסן פון אונז. און זיך אזוי שיין געזעגנט, וואספארא געוואלדיגן רושם האט דאס געלאזט אויף די געסט).     

 

באזוך אין ישיבת עץ חיים ווילרייק:

 

זונטאג מיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן קיין ווילרייק צו די ישיבה עץ חיים וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פונעם ראש הישיבה שליט"א הרב הגאון רבי חיים ארי' שפיטץ שליט"א, וואו דער רבי שליט"א איז ענטפאנגן געווארן דורך די בחורים מיט געזאנג ווי עס פאסט זיך פאר אזא געהויבענער גאסט. דער רבי האט געזאגט א לומדי'שן שיעור אויף די סוגיא וואס די בחורים לערנען יעצט, וואס איז איבערגעהאקט געווארן דורך איינער פון די מגי"ש הרב הגאון רבי אברהם עהרנטריי שליט"א, אייניקל פון הגה"צ הרב סעגאל זצ"ל פון מאנטשעסטער, וואס האט אריינגעפרעגט אינמיטן דעם פלפול.

 

די לומדים ובעלי תריסין פון ישיבה זענען שטארק נתפעל געווארן פון רבינ'ס דרך הלימוד אין די סוגיא, און האבן א לענגרע צייט שפעטער זיך נאך מפלפל געווען איבער די טיפע חידושים פון רבינו שליט"א.

 

נאכן פלפול זענען די בחורים אריבער נעמען שלום פון רבינו שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אריין אין משגיחים שטוב באזוכן דעם גרויסן ראש ישיבה הרב הגאון רבי אליעזר פרייפעלד שליט"א וואו עס איז אויך געווען אנוועזענד די אנדערע ראשי הישיבה, וואו דער רבי האט געטרונקן א לחיים און עס האט זיך פארצויגן א הערליכן שמועס בדברי תורה און איבער דעם אמאליגן און היינטיגן מצב בעולם הישיבות. דער רבי שליט"א איז נאכדעם ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה דורך די נאנט צו צוויי הונדערט תלמידי ישיבת עץ חיים ד'ווילרייק אין שפיץ פון זייערע ראשי ישיבות.

 

***

 

ביים צוריק קומען קיין אנטווערפן איז דער ראב"ד הרב הגאון רבי אליהו שטערנבוך שליט"א צוריקגעקומען פאר א ביקור גומלין און עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכע שמועס מיט א קעגנזייטיגע הערצה פון וואס אלע אנוועזענדע האבן שטארק הנאה געהאט.
*--[if !supportLineBreakNewLine]*
*--[endif]*

דער רבי שליט"א האט אים דערנאך מכבד געווען מיט פירות און וויין וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן ראב"ד אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, דערביי האט דער ראב"ד שליט"א מזכיר געווען איינע פון זיינע משפחה נאנטע וואס דארף א ישועה און דער רבי שליט"א האט געגעבן ברכות קדשו. נאכן באזוך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד, ונפרדו לשלום. 

 

דרשה אין היכל הכולל תורה ויראה:

 

נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באזוכט אין היכל הכולל תורה ויראה וואו דער רבי שליט"א האט געזאגט א הערליכן חיזוק שמועס פאר די בני הכולל, איבער וויכטיגע יסודות וואס א יונגערמאן ברויך צו האלטן פאר די אויגן, וויאזוי צו האבן דעם ריכטיגן ציהל אין לעבן און פירן א אידישע שטוב נאמן לה' ולתורתו הק', און איבערהויפט אז מען רעדט פון יונגעלייט אשר תורתם אומנתם דארפן זיי וויסן וויאזוי מצליח צו זיין בלימודם און קונה זיין תורה.

 

אויך האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט די יונגעלייט זיך קובע מקום זיין לתורה ולתפלה און אונזער בית המדרש, און ערפולן דערמיט רצון קדשו פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהלה, וואס ער האט געוואלט מ'זאל לערנען און דאווענען אין זיינע בתי מדרשים.

 

ביינאכט האט דער רבי שליט"א אויפגענומען עטליכע שעה דעם ריזיגן ציבור וואס איז געקומען זיך געזעגענען מיט קוויטלעך. וואו מען האט געדארפט ווארטן א לענגערע צייט אנצוקומען צום רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך.

 

דינער לטובת כולל חיבת ירושלים:

 

שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגן באשיינען דעם יערליכן דינער פון כולל חיבת ירושלים וואס איז פארגעקומען אין בית רחל זאל מיט די באטייליגונג פון א קאלירפולער ציבור פון עטליכע קרייזן.

 

דער יו"ר האט מיט הארציגע ווערטער באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, און האט ארויסגעברענגט אז מ'האט די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן מנהיג של רבבות אלפי ישראל, און ער האט דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א צו רעדן דברי ברכה. דער רבי האט געטרונקן לחיים און האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע פארזאמעלטע אז דער זכות פון רבי מאיר בעל הנס זאל מגין זיין אויף אלע תומכים להתברך בכל טוב.

 

דער רבי שליט"א איז דערנאך מיט גרויס כבוד ארויסבאגלייט געווארן ווען דער גאנצער עולם האבן זיך געשטופט צו געבן די האנט פאר רבינו שליט"א. לויט ווי אנוועזענדע דערציילן האט זיך דארט אפגעשפיגלט די געוואלדיגע הערצה און רעספעקט וואס דער רבי שליט"א טוט געניסן צווישן אלע תושבי אנטווערפן.

  

אין די אכסניא האט דער רבי שליט"א ווייטער פארגעזעצט צו געזעגענען דעם ציבור ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.

 

מאנטאג:

 

מאנטאג צופרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין היכל הישיבה קטנה צוזאמען מיט די בחורי חמד, וואו דער רבי האט נאכן דאווענען גערעדט דברי חיזוק והתעוררות פאר די תלמידי השיבה, איבער וויכטיגע ענינים פאר א בחור בימי בחרותו, ער זאל קענען שטייגן למעלה למעלה על במתי התורה ויראה.  

 

נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן ביי הרה"צ רבי יודל לייפער שליט"א אדמו"ר מפרעמישלאן.

 

באזוך אין תלמוד תורה דמתא:

 

שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן די תלמוד תורה פון די שטאט אנטווערפן, וואו די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט גרויס שמחה בשירה וזמרה אין באגלייטונג פון מוזיק.

 

דער מנהל התלמוד תורה האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א מיט פאסיגע דיבורים און האט ארויסגעברענגט אז פון די הויפט סיבות פארוואס דער רבי שליט"א איז געקומען אנטווערפן אהערגעקומען איז ארויסצוהעלפן פאר די סאטמארע מיידל שולע אז זיי זאלן נישט דארפן צוקומען צו קיין רעגירונגס שטיצע, זאגנדיג דערביי, אז עס שוין עטליכע יאר וואס ביי זייער תלמוד תורה האט מען אויפגעהערט צו נעמען סובסידיעס, צוליב דעם אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן אין עניני חינוך. (אין סאטמארע תלמוד תורה האט מען קיינמאל נישט גענעמען קיין רעגירונג שטיצע).

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט דברי חיזוק ומוסר ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון צאן קדשים וואס אין זכות פון זייער לערנען די תורה הק', העלפן זיי אז די וועלט זאל האבן א קיום. דער רבי שליט"א האט דערביי אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די קינדער, און באזונדער פאר די חשובע מלמדים.

 

איידער דער רבי שליט"א איז ארויסבאגלייט געווארן פון תלמוד תורה האט דער רבי שליט"א, ביגעשטייערט גאר א שיינע נדבה לטובת די תלמוד תורה ד'אנטווערפן, וואס האט אויפגעהערט צו נעמען שטיצע פון די רעגירונג, און לערנען תורה על טהרת הקודש. (די מנהלי המוסדות האבן נישט געהאט די ריכטיגע ווערטער צו באדאנקן פארן רבי'ן פאר די נתינה חשובה, און האבן נישט באהאלטן זייער איבערראשונג אז במשך די צייט האבן שוין באזוכט פילע רבנים און אדמורי"ם און קיינער האט נאכנישט איבערגעלאזט קיין נתינה). 

 

נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגן מבקר חולה זיין עטליכע חולי ישראל פון אנטווערפן וואס ליגן ליידער על ערש דוי, און האט זיי גאר ווארעם אנגעוואונטשן און שטארק מחזק געווען.

 

אין די נאכט שעה'ן האט דער רבי שליט"א אויפגענומען עטליכע שעה דעם ריזיגן ציבור וואס איז געקומען זיך געזעגענען מיט קוויטלעך. וואו מען האט געדארפט ווארטן א לענגערע צייט אנצוקומען צום רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך.

 

דרשת חיזוק והתעוררות לאנ"ש:

 

שפעטער ביינאכט האט דער רבי שליט"א געהאלטן א דרשת התעוררות אין בית מדרשינו, וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען אלע אנשי שלומינו ווי אויך האבן זיך אנגעזעהן שטאטישע אידן פון אנטווערפן. אויך די עזרת נשים איז געווען אפען פאר די בית יעקב וואס האבן געוואלט הערן די דברי מוסר פון רבינו שליט"א.

 

דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויכטיגע ענינים וויאזוי א איד דארף זיך צו פירן בקדושה וטהרה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון רבינו הק"וה"ט זי"ע און פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל. דער רבי האט דערבי מעורר געווען בגודל מעלת האחדות, אז די בני הקהלה זאלן לעבן בשלום ובשלוה איינער מיטן אנדערן כאיש אחד ובלב אחד, אזוי ארום וועט מען אינאיינעם קענען מרבה זיין דעם כבוד שמים אין די קהלה, ווייל אחדות איז דער ערשטער יסוד וואס פעלט זיך אויס צווישן א עדה פון אידן.

 

דער רבי האט אויך דערמאנט מ'זאל קומען דאווענען אין בית המדרש דקהלתינו אזוי ווי רבינו הקוה"ט זי"ע האט געפאדערט פון אנשי שלומינו, כדי נישט נשפע צו ווערן פון פרעמדע דעות און השקפות, וואס מען קען זיך אנהערן פון פרעמדע מענטשן. (צווישן עלטערע חסידים פון אנטווערפן איז באקאנט אז מיט יארן צוריק ווען מ'האט געעפענט דאס ערשטע סאטמארע בית המדרש אין אנטווערפן האט הגה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע געזאגט פאר די סאטמארע חסידים אז זיי זאלן גיין דאווענען אין זייער אייגענעם בית המדרש).

 

אין די אכסניא האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור וואס איז זיך געקומען געזעגענען ביז נאך חצות לילה. שפעטער האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן וויכטיגע אסיפות מיט די חברי הנהלת המוסדות פון אנטווערפן ביז אין די פריע פארטאגס שטונדן.

 

צאתכם לשלום:

 

דינסטאג צופרי האט דער רבי שליט"א גאר פרי געדאווענט שחרית בבית מדרשינו. ארויסגייענדיג פון בית המדרש נאכן דאווענען - ווערנדיג באגלייט דורך א גרויסן ציבור אנ"ש - זענען די ילדי תשב"ר געשטאנען אויסגעשטעלט אויף די גאס און זיך גאר הארציג געזעגנט פון רבינו שליט"א זינגענדיג דערביי ניגוני שמחה. דער בילד וויאזוי דער ציבור פון אנטווערפן געזעגענען זיך פון רבי'ן שליט"א איז געווען גאר רירענד.

 

באלד דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אין איילעניש ארויסגעלאזט צום לופט פעלד מיט די אויטא פון הרבני הנגיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש שליט"א אין באגלייטונג פון א צאל חשובע זקני ופני הקהלה. אין עירפארט האט זיך דער רבי געזעגנט פון יעדן באזונדער און איז בשעטו"מ אפגעפלויגן צוריק אהיים קיין ניו יארק.  

 

***

נאטיצן וואס אנשי שלומינו האבן אונז איבערגעגעבן:

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*שפתותיו נוטפות מור:

 

אלס א תושב פון אנטווערפן וויל איך ארויסברענגן א וויכטיגע נקודה וואס איר האט גענוג שטארק ארויסגעברענגט צווישן אלע ענקערע פילפארביגע נייעס, אז במשך די פאר טעג וואס דער רבי האט געוויילט אין אנטווערפן האבן מיר געהאט די זכי' צו הערן פון רבי'ן שליט"א  13 דרשות אין אלע ענינים בדרוש און פלפול מוסר וחסידות, פון וועלכן די צוהערער האבן זיך דערקוויקט און געשטילט זייער הונגער און דארשט, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע דבר ה'. איך וועל אויסרעכנען א ליסטע פון דרשות וואס איך האב אליינס געהערט מפי מרן רבינו שליט"א:

 

1) דרשה ביים קבלת פנים מיטוואך פארנאכטס; 2) מאנטאג אין תלמוד תורה פאר די ילדי תשב"ר; 3) ביי די מסיבת ווי העמודים לטובת החזקת מוסדות; 4) פרייטאג נאכמיטאג ביים סדר הלימוד פארן זמן הדלקה"נ אין בית מדרשינו; 5) פריטאג צונאכטס ביים שולחן הטהור; 6) דרשה פאר קריאת התורה; 7) ביי די סעודה שבת צופרי בבית הנגיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש הי"ו; 8) דברי מוסר וכבושין ביי שלש סעודות; 9) מוצש"ק ביים סעודת מלוה מלכה; 10) זונטאג מיטאג פלפול אין ישיבת ווילרייק; 11)  דרשת חיזוק ומוסר פאר תלמידי ישיבה קטנה; 12) אין תלמוד תורה ד'אנטווערפן; 13) דרשת התעוררות לאנשי שלומינו מאנטאג נאכט אין בית מדרשינו.

 

דאס איז אויסער די הערליכע דברי תורה און שיינע שמועסן וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו הערן ביי די הערליכע באזוכן פון די רבנים ואדמור"י עיר אנטווערפן.

 

און כאטש דער רבי שליט"א איז געווען שטארק אפגעמוטשעט מטלטולא דאורחיה נאכן ארומפארן עטליכע טעג אויף די מקומות הק' אין אונגארן פוילן האט מען גארנישט אנגעמערקט קיין שום מידעקייט, נאר מיט א שמחת התורה וחדותא דאורייתא, האט ער צו יעדע צייט געלאזט הערן הערליכע טייטשן און בליציגע רעיונות, וואס מיר וועלן געדענקן פאר א לאנגע צייט. 

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*ולענוים יתן חן:

 

ווען רבינו שליט"א איז מיטוואך נאכט אנגעקומען צום קבלת פנים ביי די חתונה פון גיסו הרב הגאון ר' חיים ארי' שפיטץ שליט"א האט מען אים געהאט אנגעגרייט א ספעציעלע רבי'ש בענקעל, און דער רבי האט זיך נישט געוואלט אראפזעצען ווילאנג מען ברענגט אים נישט א פשוטע בענקעל.

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*איינער פון אנשי שלומינו פון לאנדאן שרייבט:

 

תיקון טעות: מיט ברכת המזון ביי די סעודת מלוה מלכה האט דער רבי מכבד געווען דעם לאנדאנער רב שליט"א, די ערשטע זעקס ברכות האט די רבי שליט"א געזאגט, אן ברכה אחריתא האט דער דיין הגה"צ רבי חיד"א ווייס שליט"א געזאגט.

 

פאלגענד איז א רשימה פון זקני חסידים ופני הקהלה פון לאנדאן וואס זענען געווען אויף שבת קודש אין אנטווערפן וואס זייערע נעמען זענען נאכנישט דערמאנט געווארן:

 

הרה"ח ר' משה אלי' שווארץ הי"ו, הרה"ח ר' בנימין ואחיו ר' חיים בער גראס שליט"א, הרבני הנגיד ר' חיים ידידי' גליק הי"ו, הרה"ח ר' חיים יעקב גרינפעלד הי"ו, הרה"ח ר' גבריא' פישער שליט"א הרבני הנגיד ר' חיים אפרים פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' יודא הערש ווידער הי"ו, הרה"ח ר' אברהם סאלינסקי הי"ו הרבני הנגיד ר' בנציון קיש הי"ו מגבאי בית מדרשינו קרעווען וואק, ועוד.

 

הרבני הנגיד החסיד ר' מאיר גדלי' עסטרייכער שליט"א סגן ראש הקהל דקהלתינו הק' אין לאנדאן, וועלכער איז נישט געווען בכח צו קומען אויף שב"ק, האט געהייסן אלע זיינע חשובע קינדער זיי זאלן פארן אויף שב"ק קיין אנטווערפן.

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*נאמען פון איד פון פאריז:

 

איך וויל אייך מודיע זיין אז דער נאמען פון דעם איד פון פאריז, וואס איר שרייבט אויף מעסעדזש 28, אז דער רבי שליט"א האט ספעציעל געגעבן שיריים פאר זיינע קינדער, איז ר' ישראל שארבאנעל הי"ו פון פאריז.

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*מיטגעברענגט קרוב צו א מיליאן דאלאר:

 

איך וויל איר זאלט דערמאנען אז דער רבי שליט"א האט ביים אנקומען קיין אנטווערפן שוין מיטגעברענגט מיט זיך די סומע פון קרוב צו א מיליאן דאלאר, וואס איז אויפגעטריבן געווארן די לעצטע פאר וואכן אין אמעריקא. אזוי אויך בשעת קריאת התורה שבת קודש צופרי האט דער רבי שליט"א צוגעהאלפן פאר די עסקני המוסדות פון אנטווערפן צו העכערן די סכומים וואס די נדיבים האבן גע'שנדר'ט לטובת אונזער תלמוד תורה אין אנטווערפן.  

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*כיבודים ביי די עליות:

 

עס האבן אויך עולה געווען לתורה שבת צופרי: הרבני הנגיד ר' יחזקאל בערגער הי"ו פון לאנדאן; הגה"צ רבי חיים צבי ט"ב שליט"א רב ור"מ דקהלתינו הק' פון ירושלים עיה"ק; א בר מצוה בחור מיכאל בן רבינו איזרעאל הי"ו פון אנטווערפן (רבינו שליט"א האט געלייגט תפילין פאר דעם בר מצוה בחור דאנערשטאג צופרי ביי תפלת שחרית בבית מדרשינו); הרה"ג ר' יעקב יודא בן ר' גדלי' עסטרייכער שליט"א.

 

*--[if !supportLists]*·        *--[endif]*נישט גיין וואוינען קיין ארץ ישראל:

 

א איד פון אנטווערפן האט אונז אנגערופן און פארציילט דאס פאלגענדע:

 

א ספרדי'שער איד פון ליאן פראנקרייך ר' חי שמעון הי"ו וואס איז געקומען צו פארן צום רבי'ן שליט"א אויף שב"ק האט אים דערציילט, אז ער האט געהערט אז דער סאטמארער רב שליט"א קומט צופארן קיין אנטווערפן האט ער באשלאסן אריינצוגיין צום רבי'ן שליט"א אנפרעגן צו ער זאל עולה זיין קיין ארץ ישראל וואוינען אין זיין נייע דירה וואס ער האטה געקויפט אין קרית שמונה אין צפון ארץ ישראל. (ווי באקאנט לייגן די סוכנות אריין גרויסע כוחות אז אידן פון די גאנצע וועלט זאלן עולה זיין קיין ארץ ישראל).

 

דער איד האט טאקע אזוי געטאן און איז דאנערשטאג ביינאכט אריין צום רבי'ן, האט אים דער רבי שליט"א מסביר געווען דעם פראבלעם פון ציונות און געבעטן אז ער זאל נישט עולה זיין קיין ארץ ישראל, און אין דעם זכות וועט ער האבן הצלחה בכל דרכיו.

 

דער איד איז אזוי באיינדרוקט געווארן אז ער איז פארבליבן מיטהאלטן דעם גאנצן שבת בצל רבינו שליט"א. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 22:02 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2008 22:03 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באריכטען פון "מסע הקודש" מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרז"ל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext