היימישע אינגערמאן באקומט פיר יאר תפיסה רח"ל
א טייערע אינגערמאן ר' נחמן ליכטער הי"ו א טאטע פון קינדער איז נעבעך פאראורלטייט געווארן נעכטן צו פיר יאר טורמע ר"ל!
עס האט ליידער נישט געהאלפען די אלע הארץ רייסענדע בקשות צו בייגן דעם הארטנאקיגער שופט אז ער זאל ארויסווייזן דאס מינדעסטע רחמנות אויף די צובראכענע משפחה, און כפי השמועה האט אפילו דער רעגירונג רעקאמאנדירט ביים אורטיילן אז ער זאל באקומען סך הכל עטליכע מאנאטן!
דאס איז דער זעלבער שופט וואס האט פאראורטיילט נישט לאנג די חשובע אחים יאקאבאוויטש הי"ו פאר גאר לאנגע יארן נעבעך! און ווי אויך גרייטן זיך נאך עטליכע אידן און די קומענדיגע וואכן זיך צו שטעלן פאר דעם שופט פאר א אורטייל, עס ליגט א פליכט מתפלל צו זיין אויף אלע אחב"י הנתונים בצרה ובשבי' המקום ירחם עליהם וכו' השתא בעגלא ובזמן קריב.
|
|