נייע קרית ברך משה דסאטמאר וואדבראן
א נייע הערליכער גרויסער קאנטרי האט איחוד התלמידים אפגעקויפט דעם פארגאנגענעם פרייטאג בעזהשי"ת.
די קאנטרי איז די באוויסטע עלדען (בערנאט) וואס געפינט זיך אין וואודבראן, עס ערהאלט 80 באנגעלאוס, פלוס צוויי גרויסע בנינים פאר א האטעל וכו'.
די נייע קאנטרי גייט הייסן קרית ברך משה דסאטמאר, און וועט שוין זיין צום באנוץ אינעם היי יעריגען זומער סעזאן.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
אויך מיט גרויס שמחה נעמען חסידי סאטמאר אויף די בשורה אז אינעם קרית ויואל משה דסאטמאאר קאנטרי, בויעט מען שוין צו מיטן פולן אימעט דעם ריזיגען בנין צום ביהמ"ד הגדול היכל יחיאל מיכל, וואס ווערט צוגעבויעט דורך הרבני הנגיד הטפסר רבי מאיר זעליג ריספלער שליט"א, עס וועט ערהאלטען פיר נייע ריזיגע שטיבלעך, א היכל הפאליש, און א הערליכע פארטש ווי מען וועט קענען זיצן און לערנען תורה הק'.
|
|