בית פורומים כל העולם כולו

פרישער ריס צווישן דרעזדנער מיט שטויבער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/3/2008 21:30 לינק ישיר 
פרישער ריס צווישן דרעזדנער מיט שטויבער!

אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעברענגט, אבער דעם פרייטיג האט געהאנגען אין סאטמארע ביהמ"ד אין אנטווערפן א צעטל פון די באנק אז זיי גייען פארקלאזשערן די נייע ת"ת בילדינג, וואס די זאליס פאמפען שוין דריי יאר דערמיט, ווייל מ'צאלט נישט די מארטגעזש!

מרדכי שטויבער'ס מענטשן האבן עס אראפגעריסן און פארפירט געפערליך אז יעצט איז דער פראפאגאנדע מיניסטער געקומען מאכן געלט פאר די בית רחל ווייל ער גייט כלומפרשט ערלעדיגן אז מ'זאל אויפהערן צו נעמען געלט פון די רעגירונג, וואס מיט דעם האט ער געטרייט אפצוקויפן פשעווארסקער רבי, און ווערן א העלד ביי די בני יואל זאליס צו ווייזן אז ער טוט אויף פאר קנאות.

ביז היינט האט הערשל דרעזדנער געפירט די מערכה קעגן שטויבער כלומפערשט אלס הייליגקייט און געטענהט אז שטויבער איז א שגץ ווייל ער נעמט געאסר'טע געלט פון די רעגירונג. יעצט האט פלוצלונג דרעזדנער גענומען זינגען אז די בית רחל זאל דערווייל ווייטער נעמען געלט, און קודם מוז מען עמערזשענסי אויסלייזן "זיין" ת"ת בילדינג.

ס'איז דארטן ששון ושמחה ליהודים. די ריזיגע מלוה מלכה וואס מ'פאמפט שוין אפאר חדשים האט נישט אריינגעברענגט קיין האלב מיליאן דאלער, און מ'קריגט זיך שוין אויף ווער ס'זאל באקומען די געלט וואס מ'האט נישט געמאכט. ווי ס'קוקט אויס וועט שטויבער בלייבן ווייטער מיט נעמען געלט פון די רעגירונג און די גאנצע נסיעה וועט זיך ענדיגן מיט א אויפגעבלאזענעם הויקער.

אבי נישט צווישן אידן.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/3/2008 22:37 לינק ישיר 


איז נישט דאמאלטס א 'פרישע' ריס
אלטע ריס ווערט שטערקער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2008 13:41 לינק ישיר 

דער רבש''ע זאל העלפן אז ביידע זאלן האבן הצלחה און זאלן זיך קריגן עד עולם אזוי ווי עס שטייט
(סנהדרין ע'''א:) פיזור לרשעים הנאה להן והנאה לעולם .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2008 13:44 לינק ישיר 

ווי אזוי זאגט מען אזא צייט אבי נישט צווישן יודין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישער ריס צווישן דרעזדנער מיט שטויבער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext