בית פורומים באבוב

מעכטיגע זיג פאר באבוב 45

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/3/2008 03:27 לינק ישיר 
מעכטיגע זיג פאר באבוב 45

רובין: דעם שבת שקלים בין איך געווען ביי א קידוש אין ביהמ"ד באבוב 48

האב איך געטראפן מיינס א ידיד, און געפרעגט וואס איז נייעס דא ?


ידיד: עס איז גרויסע בזיונות פאר אונז.

 

רובין: וואס איז געשעהן, וואס האט יעצט פאסירט ?

ידיד: עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז לויט די חשבונות פון די חתימות, האבן לכל הפחות 31 פראצענט פון קהל באבוב אפען (בגלוי) אונטערגעשריבען אקעגען 48.

 

רובין: עטס ווערטס אפגעשראקען פון 31 פראצענט ?

ידיד: יא, געדענק, דאס זענען באבובער חסידים וועלכע האבן זיך געווייקט אין באבוב אלע יארן, און זיי האבן אן פחד און אן שרעק, נאר מיט שטאלץ, מיט זייערע האנט אפען געחתמעט.

 

און דערצו, איז דא נאך הונדערטער וואס מען האט נישט אריינגערעכנט אין די 31 פראצענט.

 

1) די אלע וואס וואוינען אין וויליאמבורג אדער מאנסי, ווי זיי האבן א גרעסערע ציבור פון אונז, האט מען נישט אריינגערעכנט.

 

2) די אלע יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר פון יב אדר תשס"ה, און זיי האבן מער פון אונז, האט מען אויך נישט גערעכענט.

 

3) און נאנט צו 200 אידען האבן נישט געחתמעט, און זיי זענען אוודאי נישט פון אונזערע.

 

און אפילו פון די חתימות פון אונזערע מענשטען זענען מיר אויך נישט זיכער מיט זיי,  איך קען מענטשען וואס האבן דא געחתמעט פאר 48, אבער זיי זענען חסידים פון 45. אז עס וואלט געווען פארמאכטע חתימות וואלטן זיי געחתמעט פאר 45.

 

רובין: און ווי האלט עס מיט'ן דין תורה ?

ידיד: דער מצב איז, זיי האבן אפגעשניטן נאנט צו האלב פון באבוב, און אויפגעשטעלט א גרויסער חסידות דא אין בארא פארק, און איבער די וועלט בכל אתר ואתר. און דער דין תורה קען שוין גארנישט טוען אקעגען דעם.

 

רובין: און וואס איז מיט'ן נאמען באבוב ?

ידיד: ביי די שאלות פון דעם נאמען און נכסים האבן זיי נאך מערערע פראצענטן. און מיר ערווארטן פארלוסטן אויך ביי די נכסים און ביים נאמען.

 

רובין: איז וואס שמועסט דער עולם דא ?

ידיד: דער סך הכל איז, אז די גאנצע "חתימות פרשה" האט פאר אונז נישט געטויגט, אן די חתימות האבן מיר כסדר געשריגען, זיי האבן גארנישט און עס איז גארנישט, אז זיי זענען בלויז 15 – 18 פראצענט, און יעצט שטעלט זיך ארויס "אז זיי זענען א גוטע עטליכע פערציג פראצענט",  און זיי האבן געוואונען די מערכה.

 

מיר האבן געענדיגט דעם שמועס מיט א גוטן שבת, איך בין צוגעגאנגן צו מיין קרוב וואונטשען מז"ט, איך בין ארויס פון ביהמ"ד, מיט א בילד אז די חברה אין 48 זענען זייער דערשראקען פון דעם מצב. ווי אזוי דאס בית דין וועט צום ענדע פסקענען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 19:46 לינק ישיר 

לעצטע וואך אין בי"ד:

בי"ד צווינגט 45 צו חתמנ'ן אז זיי זענען נישט מער פין 31% .

באב"ד מיטן טשאקעווער זענען צוזאמען בשיטה אז 45 וועט מוזן אויפגעבן אינגאצן אויפן נאמען באבוב, ראזענבערג איז א יחיד וואס האלט אז 45 מעג זיך רופן באבוב מיט א צו נאמען.

ביז 3 זיצונגען קומט א פס"ד סופי אויף די בנינים אינם נאמען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2008 20:13 לינק ישיר 

 

לעצטע וואך אין בי"ד:

בי"ד צווינגט 48 צו חתמנ'ן אז 45 האט מער ווי 18% פראצענט, און האבן לכל הפחות 31% אפענע חתימות!,
און נאך הונדערטער חסידים פון 45באבוב וואס האבן נישט געחתמעט! און נאך און נאך וואס מען האט זיי נישט אריינגערעכט אין 31%,
וואס קומט אויס אז זיי האבן מיט נאך 15% - % 20 פראצענט.

באב"ד מיטן טשאקעווער זענען צוזאמען מיט ראזענבערג בשיטה אז מיטן נאמען קען מען גארנישט טוען, ווייל דאס גייט מיט, מיט די יורשים, און ווייל זיי זענען באבובער חסידים פון אלע יארן, איז זיי קענען טראגען דעם נאמען ווי זיי ווילען, על פי הלכה!.

ביז 3 זיצונגען קומט א פס"ד סופי אויף די בנינים. אז די בנינים וועלן צוריקגעגעבען צו די יורשי דאורייתא!!

דער אמת האט געזיגט און וועט ווייטער זיגען בס"ד!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 21:00 לינק ישיר 

צדק צדק תרדוף!
דאס זעטמען טאקער ביי די באבובער חסידים פון 45.
-הערה בעלמא- יאך בין א פרעמדער נישט קיין באבובער פון קיין שום צד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 21:14 לינק ישיר 

Why do you think so?

explain please!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2008 21:53 לינק ישיר 

צדק צדק תרדוף?

דריי יאר פון שנאה
דריי יאר פון שלאגען אידן
דריי יאר פון מבזה זיין תלמידי חכמים
דריי יאר פון ארויסווארפן אידן פון ביהמ"ד
דריי יאר פון נישט לאזען גיין אויף שמחות 
דריי יאר פון פארשטערן אידישע שמחות
כהנה וכהנה!!!

48 האט שוין די חזקת שלש שנים - פון שנאה, שלאגען, ביזה תלמידי תכמים, שטערן שמחות, עוד ועוד................. 


THIS IS THE EXPLAINATION

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 22:04 לינק ישיר 

אז רמ"ד וואלט זיך נישט געקרוינט אלס א רבי'ן וואלט דאס אלעם נישט געשעהן!!!

וואס האט עס אויסגעפעלט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2008 22:09 לינק ישיר 

רובין1975 - זייער גיט אראפגעלייגט, איך האב זייער שטארק הנאה

איך האב אויך הנאה פין דיין גיטען זכרון אז די האסט אזוי גיט געדענקט דעם גאנצען שמועס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 22:39 לינק ישיר 

דריי יאר צוריק י"ב אדר תשס"ה נפלה עטרת ראשינו כי לקח אותו אלקים – אונזער הייליגער רבי זי"ע איז אוועק גענומען געווארן פון אונז – עס איז פאר יעדן טונקל געווארן דאס לעבן – מיר האבן נישט געוואוסט מי יורה לנו את הדרך אשר ילכו בה.

"ברוך אשר לא השבית לנו גואל" - דער רב ז"ל האט אונז ב"ה נישט פארלאזט – חתנו כבנו ממלא מקומו כ"ק רבינו עט"ר שליט"א האט איבערגענומען די כתר הנהגה – און איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ממשיך דאס לעכטיגע באבובער חסידות בגאון ועוז, וואס וואקסט און בליעט למעלה מדרך הטבע, בזכות רבותינו הקדושים זי"ע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2008 22:56 לינק ישיר 

מיר האבן נישט געוואוסט מי יורה לנו את הדרך אשר ילכו בה?????

ער האט איבערגעלאזט א ברידער!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2008 23:02 לינק ישיר 

רב"צ האט נישט געטארט כאפען דאס ביהמ"ד אז עס איז נישט זיינס!!
ער האט זיך געוואלט קרוינען פאר א רבי, האט ער געדארפט גיין ערגעץ אויף די נידריגע 40גער גאסן כרצון אביו זצ"ל, און מאכען דארט א בית מדרש'ל.

וואס האט עס אויסגעפעלט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 23:26 לינק ישיר 

געמעקט דברי נבלות אקייגן רבינו זצ"ל

תוקן על ידי bzalh ב- 10/03/2008 23:39:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2008 23:28 לינק ישיר 

קריעה דארף מען רייסן אויף אזעלכע רעד וואס קומען פון די חברה פון 48. שומו שמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 00:09 לינק ישיר 

דאס איז ? - את הדרך אשר ילכו בה???
באבוב איז אלעמאהל געווען דאס פראכט פון אהבה ואחוה ושלום ורעות

און יעצט איז דער "חינוך הטהור" אין 48 שנאה - שלאגען אידן - מבזה זיין תלמידי חכמים - ארויסווארפן אידן פון ביהמ"ד - נישט לאזען גיין אויף שמחות - פארשטערן אידישע שמחות - כהנה וכהנה!!!

  עס איז נישט קיין קונץ צו זיין בשלום, ווען אלעס פירט זיך ווי איינע וויל לכבודו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 02:15 לינק ישיר 

איש אחד יחטא ועל כל העדה יקצוף? וועגן א שטיהל מיט א בארנפריינד מיינט דאס איעדן?

איך האב פאר דיר נייעס, יעדע שבת גייען יידן פין ביידע זייטן צו שמחות, ביי חתונות זעהט מען ווי צומאהל משפחות פין באבוב אין 45 פרייען זיך אין איינעם, פין דעם אז ס'איז דא א היצער אדער צוויי מיינט נישט אז צו פליהט דא פעטש יעדן מאנטאג אין דאנערשטיק.

אמאהל אמאהל קען זיך א היצער נישט איינהאלטן - טרייב נישט איבער!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2008 16:38 לינק ישיר 

בקיצור - קיינער שלאגט נישט אין מ'האט עטס נישט "אזוי" פיינט אין די רב שליט"א איז נישט "אזא" שלעכטע ווי עטס טוטס פארקויפן!

איך קען זאגן בפה מלא אז אפילו נאך 3 יאהר פין בגידה און חוצפה אקייגן רב שליט"א וועט יעדער 45 וואס קומט צוריק ווערן ווארים אויפגענומען אין זיכער וועט עם די רב שליט"א מוחל זיין! וואס פעלט אויס צו לויפן אין סאטמר מקוה שבת אין דאמבראווע מקוה אינדערוואך? שבת אויף 45 יום חול אויף 49? א סוכה דא א מצה בעקערי דארט א חופה אויף 50 קבלת פנים אויף 45  אין חתונה אויף 43?
נייע ספרים, בענק, בניינים, קעמפס...

פארוואס? פארווען? אלעס איז דא! די רב ז"ל האט שוין אלעס אויפגעבויעט, אלעס שטייט, איז גלייבסט מיר אז מ'מעג שוין אויפהערן מיט די מחלוקת, די רב האט שוין געכאפט זיינ'ס, איך מיין אז עס איז געווען גענוג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > מעכטיגע זיג פאר באבוב 45
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext