שבת קודש פרשת פקודי שקלים איז פארגעקומען אן אינטערסאנטע סצענע וואס באבוב האט שוין לאנג נישט געזעהן, ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים איבערנעמען דעם כתר ההנהגה אין באבוב איינגעפירט אין גרויסן ביהמ"ד פארשידענע תקנות מחזק צו זיין דאס עבודת התפלה וואס איז ב"ה גקרוינט געווארן מיט גרויס ערפאלג ווי באקאנט.
צווישין די תקנות איז איינגעפירט נישט מוסיף צו זיין קיין שום הוספות ביים ליינען אפי' פאר חיובים און כ"ש פאר מחותנים זיידעס וכדו'.
אבער די וואך איז אנדערשט געווען כאטשיג עס זענען געווען 5 באווארפענס 8 בר מצוה בחורים און 6 קריאת השם, האט דער רב שליט"א משנה געווען מדרכו און אוועק געגעבן זיין מפטיר שקלים און מכבד געווען דעם באקאנטן סאטמערע ראש הקהל הרה"ח המפורסים ר' בערל פריעדמאן נ"י דעם רב'ס אן אלטען ידיד
באבוב האט דאס נאכנישט געזעהן