פייערליכער מעמד "קביעת בית דין" אין קרית יואל
היינט נאכט וועט פארקומען דער פייערליכער מעמד "קביעת בית דין" פארן ביד"צ פון קרית יואל, וואס האט קונה שם געווען אין די לעצטע דריי יאר וואס עס פראקטיצירט אלס איינע פון די שטארקסטע בתי דינים אין ניו יארק טראץ דעם יונגן עלטער פון די דיינים. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס שטארקער כבוד פאר סאטמאר בכלל און קרית יואל בפרט ווען מ'זעט די "גידולים שגידלתם", די אויסגערופענע תלמידי חכמים וועלכע האבן זיך אויסגעהאמערט א נאמען מיט זייער ישרות, ערליכקייט, און חכמה אין אלעם וואס איז נוגע אין פירן דיני תורות.
עס זאגן דערויף עדות אלע איינוואוינער פון קרית יואל, מ'זעט עס בחוש אז אפילו טייל פון די גרעסטע שונאים פאר סאטמאר פארלאנגען ווען מ'רופט זיי צו דין תורה אז זיי ווילן גיין אויסשליסליך נאר צו דעם קרית יואל'ער בית דין! (מחמת כבודם פון די באטרעפנדע וועל איך זיך צוריקהאלטן פון פורש שמות זיין, אבער ס'איז גרינג זיך נאכצופרעגן ביי באקאנטע און ידידים וועט איר זעלבסט הערן די אויבנדערמאנטע באשטעטיגונג).
אין א צייט ווען דער כבוד פון בתי דינים איז בעוה"ר געפאלן לדיוטא התחתונה צוליב די געמיינע אויפפירונג פון טייל 'דיינים' אין דעם פעלד וועלכע זענען מבזה די תורה הק'. אין א צייט ווען גיין צו דין תורה איז לדאבונינו געווארן צו לייטנ'ס געלעכטער אדאנק די זאליס נאכאנאנדער מסרב זיין זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר בישראל און אויפברענגען כסדר די לעכערליכע ווערטער פון 'דייני הקהילה' (אויך נאר דארט וואו עס האט זיי געשמעקט), איז א כבוד און א שטאלץ פאר די סאטמארע חסידים איבעראל ווען דער גוטער נאמען פונעם "ביד"ץ קרית יואל" שניידט זיך א וועג אין די פארכמורעטע הימלען העכער'ן כלל ישראל.
יתן ה' וכה יוסיף!
 |
|
|