|
|
| נשלח ב-16/3/2008 04:19 |
|
| |
איך האב מורא דו דארפסט ערנסט איבערטשעקן דיינע באגריפן פון "קידוש השם" און "חילול השם". די עצם איידיע פון א היימישן יונגערמאן שפילן אויף א מואווי איז א שרעקליכער סטעפ אויף אראפ פארן היימישן ציבור, וואס קומסטו דרייען א קאפ פון "קידוש השם". געוואלדיג, ער האט נישט געוואלט אנכאפן איר הענט, לייג אויך צו אז ער האט איר נישט געוואלט קושן אינמיטן גאס, אויף וואס נאך קומט אים "קרעדיט"?!
די חוצפה אז א "חסידישער" יונגערמאן זאל זיך פארקויפן די נשמה פאר צוואנציג טויזנט דאלער איז אין לשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 04:23 |
|
| |
מנהלים איך האלט מען דארף פארמאכן דעם אשכול סאיז שפיכות דמים
אויפן העכסטענס קלימאט סאיז נישט יושר מענטשן האבן משפחות מיט קינדער
סאיז גענוג ביטער ווי אזוי סאיז
אין קומט אזא פערד ווי געדאנגען אין מאכט א ליצי ליצנות פין אזא סענסעטיווע אישו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 04:28 |
|
| |
אזויווי דער אינגערמאן האט צוריקגעצויגן, א זאך אויף וואס ס'קומט אים קלאר קרעדיט, ווערט דער אשכול אפגעשפארט. לאמיר האפן אז ס'וועט נישט צוקומען צו אזוינע זאכן מער אינעם צוקונפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 07:31 |
|
| |
מנהלים, איך האלט אז מען דארף ארויסווארפן געדאנקען, פאר'ן האבן די גרויליגע חוצפה פון בארעכטיגן אזא שאנדפולן פארברעכן, וואס ממש קיינער בארעכטיגט נישט.
אזא צדיק הדור, ממש! ער האט נישט אנגעכאפט די גויטע. איך האלט אז משיח דארף שוין קומען.
לאמיך רעדן גראב פאר די סעיק אוו קאנווערסעישאן!
ס'איז פונקט ווי איינער זאל אריינגיין אין א טמאנער פלאץ (וד"ל) און נאכדעם זאגן וואספארא מקדש שם שמים ער איז געווען אז ער האט נאר געקוקט און נישט געטאן למעשה.
דער יונגערמאן האט געטאן צוויי ריזיגע פארברעכנס, איינס כלפי שמים און די אנדערע כלפי אונז חסידישע אידן.
כלפי שמים: ער האט געשפילט אויף א ראמענס פילם. דאס מיינט די לאועסט פון די לאועסט. א פילם פון לויטער טומאה.
כלפי אונז אלע: ער האט מסכים געווען אונז אלע אראפצומאלן, ווי די אנטיסעמיטן האבן אונז אלעמאל ליב אראפצומאלן, ווי שמוציגע מענטשן.
פאר דעם ערשטן פארברעכן דארף ער איבערבעטן דעם רבונו של עולם. פאר'ן צווייטן דארף ער אונז אלע איבערבעטן, און כ'בין נישט זיכער אז יעדער איז שוין מסכים אים איבערצובעטן.
אפשר זאל מען גאר אריינלייגן ריזיגע מודעות "אשריך" אז ער האט געמאכט א קידוש השם? דאס אידישע פאלק וועט צוגרונד גיין מיט אזעלכע סארט קידוש השמס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 07:53 |
|
| |
זיסקייט, כל דבריך דברים של טעם. כשמו כן הוא.
עס איז ליידער א גרויל אין א עקל.
זיך אזוי צו פארקויפן די נשמה פאר אפאר דאללער?!.
עס איז א שאנדע, אין א ווייטאג, אז עס איז צוגעקומען צו אזא מצב רח"ל.
אין אז עס קען נאך קומען איינער אין בארעכטיגן אזא געוואגטן אין נידעריגן שריט, ווייזט עס נאר ווי טיף מיר זענען ליידער פארזינקען.
כ'בין מתפלל מקרב הלב, ילמדו תועים בינה, אין מיר זאלן שוין אלע אויפגעראכטן ווערן מיט די ריכטיגע ישועה, ומלאה הארץ דעה את השם, ופדויי השם ישובון, ובאו ציון ברנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 08:52 |
|
| |
די חורבן יעצט איז נאך ערגער.
יעצט אז ער האט ארויסגעבעקט שוין נאכען מאכען די מאווי, מאכט אונז אלע אויסקוקען ווי היפריקיטס.
3 חדשים זיך צוגרייטען און מאכען די מאווי (מיט פרעמדע גויטעס) איז כשר געווען.
מ'סטראשעט עיהם מיט ארויסווארפען די קינדער דעלמאטס בעקט ער ארויס?
וואס טראכט די גוי? די פרומקייט איז ביי אינז מיינט גארנישט?
נאר די פרעשור העלפט?
ווי מען קען זעהן אויף די דעלי נויס ווי זיי אלע פרעגן די קשיה.
די חילול השם איז אוים ונורא.
אז ער האלט שוין דא ביים סוף, זאל ער זיך נעמען זיין 50 טויזענט דאלאר און גיין פון דארט.
נישט אז די גאנצע מידיא זאל שרייבען און רעדען פון דעם,
עס קוקט אויס ווי די מעשה מיט פארדארבענע פיש געגעסן, געכאפט שלעק, און ארויסגעווארפען פון שטאט,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 13:45 |
|
| |
ארגינעלער:
פלעכטעל שרייבט:
מנהלים איך האלט מען דארף פארמאכן דעם אשכול סאיז שפיכות דמים
אויפן העכסטענס קלימאט סאיז נישט יושר מענטשן האבן משפחות מיט קינדער
סאיז גענוג ביטער ווי אזוי סאיז
אין קומט אזא פערד ווי געדאנגען אין מאכט א ליצי ליצנות פין אזא סענסעטיווע אישו
יעצט הער מיך זייער גוט אויס פלעכטעל פאר דריי וואכן צוריק ווען סהאט זיך אפגעשפילט א פרשה
ביסטו גראד געשפרינגען צי קאנגלאשנאס אין די האסט זייער מיאוס אראפ געריסן ר' ד.ע. פין קרית יואל
אן אויס הערן א צווייטע צד האסט גארנישט חושש אויף שפיכות דמים
יעצט ווען אין ווילאמסורג קומען פאר מעשיות וואס מען דארך נישט זיין קיין גרויסער קארפען קאפ
צי פארשטיין, סליגט אין די גוישע פרעסע שקצריי וואס קומט יעצט פאר ביי זקנים אין נערים ל"ע אין וויליאמסבורג
זעט יעדער איין ספעלט זיך אויס אזא כח ווי ר' ד.ע. אין זיי מוחל פלעכטעל בעט אים איבער
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 15:57 |
|
| |
געדאנקען אז די רעדסט פין א קידוש בשם וויל איך דיר איינמעלדען וואס הייסט א קידוש השם
Hasidic community activist Isaac Weinberger said Karpen should have known better.
"We don't watch television. We don't go to the movies, so to be in a movie is the worst thing. It's a shame for any Hasid," he said.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 16:07 |
|
| |
ליצנות געלייגט אין א זייט
זאגט מיר איינער, אז נאך א מזל סאיז געווען אזוי פיל נייעס יענע וואך
ווען נישט וואלט די גאנצע גאס גערעדט אז א. אייזנבאך האט זיך געבענדט (געסטפעלט)
נישט שלעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 18:09 |
|
| |
די א.ג. "אנטיסעמיטיזם" איז א גרויס חלק אדאנק זיין נישט וועלן האלטן איר האנט. האלטסט ער וואלט עס יא געדארפט טון וועגן "אנטיסעמיטיזם"? וואס נאך דארף ער טון וועגן "אנטיסעמיטיזם" (לייען: זיין פעי-טשעק)?!
יעדער גוי האט אונז במילא פיינט. צי אונז וועל מיר זיין אידן צו גויים וועלן זיי אונז פיינט האבן. מעג מען חלילה טון די מינדסטע זאך וועגן "אפהאלטן אנטיסעמיטיזם"?
אויב וויל ער אפהאלטן אנטיסעמיטיזם האט ער געדארפט טראכטן פאר ער האט געטון אזא תועבה'דיגן שריט, רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 18:14 |
|
| |
לאו עכברא גנב אלא חורא די פראבלעם דא איז אסאך טיפער,
וויאזוי איז די פיש אנגעקומען איבערען וואסער? איך בין שוין נישט אזוי זיכער אז די סטאדיא אין די נעווי יארד קען נישט ווערען א גרויסע סכנה, ווער האט אמאל געחלוימט אז מען קען אנקומען צו אזא נידריגען מצב אן קיין בושה, און ס'איז נאך דא ליידער אזעלכע וואס בארעכטיגען דאס, סווערט נאך עבירה "לשמה",
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 18:16 |
|
| |
לויט געדאנדקען איז עס גאר קידוש השם !!!
אין אז מען רעדט שוין פין רב אייזנבאך דארף מען שוין דערמאנען זיין הילכיגען
סטעיטמענט וואס ער האט געפרעגט אמאל ביי א מיטניג מיט קהל וואס איז דער פלאן
ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 18:23 |
|
| |
א
תוקן על ידי פלעכטעל ב- 16/03/2008 18:24:26
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2008 19:40 |
|
| |
טייערע אידן בארוהיג זיך,
איך האב נישט געשריבן אז עס איז קידוש השם, איך האב געמאכט א קעפל וויאזוי "דער בלאט" וואלט עס געקענט שפינען אלס קידוש השם.
זיכער האט דער אינגערמאן געטון א נארישקייט, וואס ער האט זיך מן הסתם נישט געכאפט וואס ער טוט, אבער צו זאגן אז ער האט זיך פארקויפט זיין נשמה צום שטן, איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין.
איך ווינדער מיך אז אונז אידן וואס תשובה און לימוד זכות איז דער יסוד, זאל קיינער נישט טרעפן א גוט ווארט פארדעם אינגערמאן, איך האב מורא אז עס הערשט אויכט אביסל "קנאה" צו די "קנאות".
|
|
|
|
|