אבאמא'ס גלח: אמעריקע איז שולדיג פאר 9/11
א קאנטראווערסיע האט אויסגעבראכן ווען ס'איז פארשפרייט געווארן א ווידיא פון דעם שווארצן גלח אין די קירכע וואו אבאמא פרעדיגט ווי ער זאגט אז אמעריקע האט געברענגט אויף זיך 9/11 מיט איר אויסערן פאליסיס.
דער גלח איז געצווינגען געווארן צו רעטייערן און אבאמא האט אפגעווארפן די קאמענטארן. ער איז אויך אפגעשטויסן געווארן פון א פארמאלער שטיצער פונעם אבאמא קאמפיין, אבאמא האט פארט זיך נישט אפגעטרייסלט גענצליך פונעם מענטש, א זאך וואס קען אים שאטן אין די קומענדיגע פריימעריס און מעגליך די אלגעמיינע וואלן.
אנדערע האלטן אז ס'קען אים גאר העלפן ווייל ס'שטארקט דעם פאקט אז אבאמא איז א קריסט און נישט קיין מוסולמענער.
|
|