מפלה פאר פעלדער; זיג פאר אבראהאם: קאנדזשעסשאן איז טויט
יעצט קומט די פרייליכע נייעס אז די קאנדזשעסשאן פרייזן וואס בלומבערג האט געוואלט איינפירן, ארויסצושלעפן פון מענטשן וואס ווילן אריינקומען קיין מאנהעטען איז דורכגעפאלן.
די ניו יארק אסעמבלי האט עס ניטאמאל געוואלט אנקוקן.
שעם דיך שמחה פעלדער. אפילו די אסעמבלי מעמבערס וואס פארטרעטן נישט אונזערע געגנטער האבן געוואוסט אז מען טאר נישט צולאזן אז די געלט ארויסרייסעריי זאל דורכגיין, און נאר דו ביזט געגאנגען און זיך צוזאמגעשטעלט מיט בלומבערג און בוגד געווען אין דיינע וואוטערס, וועלכע וואלטן די מערסטע געליטן פונעם ביל.
על הטוב יזכר ר' אברהם יצחק אבראהאם וואס האט געקעמפט מיט ציין און נעגל, און פערזענליך גע'שתדל'ט ביי די אסעמבלי נישט אנצונעמען דעם ביל. ר' אברהם יצחק איז א קאנדידאט פאר סיטי קאנסיל וואס דעזערווט צו באקומען אונזער אלעמענס שטיצע.
אויך דארף מען אויסרימען אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס האט אויך געקעמפט קעגן דעם ביל מיט אלע זיינע כוחות, און ער האט געזאגט אז "איך וואוט נישט וויאזוי בלומבערג וויל און איך קען נישט עקספלעינען פארוואס שמחה פעלדער טוט דאס יא".
בראווא אבראהאם! בראווא הייקינד!
|
|