א מוראדיגע קשיא אין דער איד די וואך
אין דער איד די וואך האט ער א מוראדיגע קשיא ער קען נישט פארשטיין אז איינער זאל גיין אין "ציוניסטישן געריכט" אן קיין שום התיר בית דין.
"עס איז ממש צו שטוינען אז איינער וואס רופט זיך א "רב" האט אפילו נישט פרובירט צו רופן צו א דין תורה נאר איז גלייך געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט, אן קיין שום התיר בית דין." עכ"ל פונעם איד אויף זייט 9
ממש עס גייט אים נישט אריין אין קאפ ווי אזוי קען דאס זיין אז מגייט נישט צי דין תורה אין מגייט צו די "ציוניסטישן געריכט". איך מיין אז ער קען גיין פרעגן די שלשה רועי בקר פין בני ברק זיי פארשטייען עס זייער גוט.
איך הערט טאקע אז דער "רב" זאגט אז מקען נאר קומען צי אים צי דין תורה ווייל נאר ער פארשטייט די תלוכות הקהלה
תוקן על ידי יודלע ב- 10/04/2008 19:42:15
|
|