בית פורומים כל העולם כולו

די שקר פין די אוסרים די אריזאנע ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/4/2008 22:36 לינק ישיר 
די שקר פין די אוסרים די אריזאנע ווייץ

 

איך האב אסאך יארן צריק געהערט פין כ"ק מרן רבינו שליט"א, א מוראדיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים; ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט מדייק געווען אין די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.

 

האט רבינו שליט"א מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאג פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.

 

אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מתור אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טעפט א תירץ פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייסט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע תריץ פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס א פארוואס מען טאר די זאך.

 

מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים, אז פארקערט עס מותר, זייער גוט אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם, ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, עס בלייב איין טעם אויף זיין איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין אסור.

 

ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען ווייזט מען זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועט מען טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.

 

איך מיין אז דא ביי די אריזאנע ווייץ קען מען עס זעהן בחוש, ווי דער מוכר ספרים ובעל מחבר מתי שוא, קומט אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די ווייץ איז נישט גוט, אדער מקען עס נישט נוצן פאר מצות מצוה, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער עס איז חצץ גמור. ווען מען פרעגט אפ איין איסור טרעפט ער א אנדערע פראבלעם, מיט אלע שטותים אין ליגענטס, איך האב פארבירט צי מאכן א ליסט פין אלע זיינע אסורים, אין ווען מ'האט אויפגעוויזען איינס איז שטותים האט תיכף געהאט א צווייטע פראבלעם מיט שקרים וכזבים.

 

דאס אליין איז דער גרעסטע סימן אז עס האט נישט קיין שום חשש נאר ער זוכט עפעס א תירץ צי זאגן אז די ווייץ איז נישט גוט.

 

א)     מען האט געשניטן צו שפעט. (אשל ברמה, איי ס'רעגט נישט דארט)

ב)     מ'דארף האבן שמירה אויב די גוי גיסט נישט קיין וואסער, אדער א בהמה וכו'. (אשל ברמה. ס'איז געווען)

ג)      ס'איז יא דא דארט טל. (אשל ברמה)

 

היי יאר האט מען געשינטן אזוי ווי אייביג, איז דא פרישע איסורים, זייט נישט באזארגט.

 

ד)     חדש אסור מן התורה. (דער דיין ועוד. איך ווייס נאך נישט פארוואס ס'הייסט חדש)

ה)     ס'איז נישט דא קיין מסורה דארט צי שניידן. (דער דיין ועוד. ווייל אין לאנג איילענד אין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, האבן נאך די די ראשונים אין אחרונים אין די תלמידי בעש"ט הק' געשניטן)

ו)       אין אריזאנע איז די וואסער זאלציג. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. איי אין זיין שו"ת ספר מנחת דוד ח"א האט ער א פאר תשובות אז נאטירליכע ווייץ וואס איז אין די וואסער איז נישט קיין פראבלעם, אבער הא לן והא להו)

ז)       אין אריזאנע לייג מען אריין קעמיקעלס אין די וואסער. (אשל ברמה. אין גאנץ אמעריקא לייג מען נישט אריין?)

ח)     די ערד אין אריזאנע איז זאלציג. (ר' יואליש אין זיין בריוו. ער האט געקאסט די ערד, נאה לו. אויכט די ערד אין אריזאנע איז ווייס פין זאלץ (אשל ברמה דף מ"ו, מען זעהט עס בחוש ווער עס זעהט עס נישט איז בלינד דער מחבר פון מתי שוא איז אליין דארט געווען)

ט)     ס'איז דא אין די ווייץ מער גלאטין ווי דא. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. זייט ווען האט גלאטין מיט חמץ, האט די רמ"א אדער די בעש"ט הק' אדער גאר די חת"ס אויך געשטעקט פאר גלאטין אין זייער ווייץ)

י)       אריזאנע איז א מדבר אין מ'איז נישט יוצא דערמיט. (אשל ברמה. איי וואס האבן די אידן אין מדבר גענוצט, ווי סשטייט אין די מדרשים, אז ס'האט געוואקסן דארט דורך די בארה של מרים) אין אז די פרעגסט וועגן די לולבים פין דארט זאגט ער אין זיין נייעם קונטרס דף קכ"ב אז די לולבים האבן נאר געהייסן אריזאנע לולבים אין ס'איז געקומען פין קאליפאניא. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מ'האט געמוזט זאגן ס'איז אריזאנע מ'האט נישט געזאגט ס'איז פין קאליפאניא, אפשר איז די ווייץ אויך פין קאליפאניא, בקיצור ער זאגט אויף זיך אליין אז ער איז א שקרן.

יא)  מ'פילט אן די פעלד מיט וואסער ווי א סווימינג פול. (אשל ברמה. איי די גמ' אין ב"ב נג. רעדט שוין פין אזא מין אנפלאנצאן, אין רש"י ז"ל זאגט אז אין מצרים האט אזוי געוואקסן, אין פין ווי האט די רמב"ם אין אלע אנדערע ראשונים וואס זענען דארט געווען גענימען ווייץ, דער בעל מתי שוא געדענקט אנדערש אז מ'האט נישט אזוי איינגעפלאנץ דארט)

יב)  מען לייגט אריין קעמיקאלס אין די ווייץ. (אשל ברמה. ווייל די ווייץ פין ווי ער נעמט באמיסטיגט מען נאך די פעלדער פין די בהמה נישט פין קעמיקאלס)

יג)     די ערד אין אריזאנע איז אזוי ווי קלעי. (אשל ברמה דף קל"ג. א שאד איך וואוין נישט דארט מיינע קינדער וואלן געהאט וויפיל קלעי זיי ווילן ווען)

יד)    אין אריזאנע זענען די ווייץ אראפ געבויגען ווייל דארט איז דא מוראדיגע ווינטן אין עס טינקט זיך איין אין די וואסער. (אשל ברמה. אזוי זאגט דער בעל מתי שוא)

טו)   אין אריזאנע פלאנץ מען איין ביי א "האלבע אינטש" אין די גאנצע וועלט ביי 4-5 אינטשעס. (אשל ברמה. פונקט דארט איז אנדערשט ווי אין די גאנצע וועלט)

טז)   ס'רעגט דארט גאר נישט. (מנשה פילאף בדער איד פ' טהרה)

יז)     ס'האט גערעגענט אין אריזאנע ביים שניידן. (אין דער איד ס"ז בכיסו בכוסו ובכעסו, פארקאש אין זיין בריוו זאגט אז ס'האט גערעגנעט א טאג נאכען שניידן. פאר מען איז אויפגעקומען אז עס רעגענט נישט דארט אין דאס איז די איסור, האט מען געזאגט אז עס רעגענט יא אפילו בשעתן שניידן אין מען זאגט קיינעם נישט אויס)

יח)   ס'איז דא דארט מער מצמוחות ומבקעות. (אשל ברמה. מנשה פילאפף בדער איד)

יט)   אפילו מען זעהט נישט די מצמוחות ומבקעות איז נאך אלס דא, נאר די מומחים ווי פארקאש אין יצחק שטיין אין דער מוכר ספרים קענען עס זעהן. (אשל ברמה דף צ"ט)

כ)      עס האט נישט קיין השגחה. (שלמה גראס, פארקאש. עס איז נישט דא תירץ אויף דעם ס'איז טאקע חמץ ממש)

כא) ס'איז דא נגיעה פין געלט. (פארקאש אין זיין בריוו. יא מען מאכט מיליאנען דארט, קראך!!!)

כב)  מען וועט האבן א נגיעה צי די ווייץ אפילו עס וועט זיין א שאלה וועט מען נעמען פין דארט די ווייץ. (אשל ברמה. פארקאש אין זיין בריוו. טאקע די אלע רבנים וואס שניידן אין נעמען פין דארט די ווייץ זענען קלים וריקים והא ראי' אז זיי גייען אהין ווייל זיי זוכין דוקא די שוואכערע ווייץ)

כג)      עס איז דא דארט גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט. (אשל ברמה דף ל"ד. איינמאל איז די פראבלעם אז מען שיינט צו שפעט איינמאל צי פרי)

כד)    עס האט א דין עציץ שאינו נקיב. (אשל ברמה דף ל"ד. איי וואס טוט זיך מיט די גמ' אין פסחים לו: אז עצוץ שאינו נקוב כשים למצות מצה, דער מוכר ספרים זאגט אנדערשט)

כה)   די רבנים וואס שניידן אין אריזאנע האבן נישט קיין שום שימוש אין שניידן ווייץ. (אשל ברמה דף ל"ח. נאר אלי' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער אין יצחק שטיין אין פארקאש אין זושא כ"ץ אין דער בעל מתי שוא האבן שימויש אויף דעם, אבער די רבנים וואס שניידן שוין יארן פאר סאטמער פאפא צעלים מאנסי אין די אלע אנדערע האבן נישט קיין שימוש)

כו)     אפילו ווען די פעלדער זענען געצייטיקט איז נאך דא ווייץ וואס וואס איז נאך גרין אין פיל מיט ליחות. (אשל ברמה דף נ"ז. ער האט עס אליין געזעהן, ער איז דאך דארט געווען ביים שניידן)

כז)     עס איז צי א לאנגע וועג צי ברענגן די ווייץ מיט א טרעילער אין ס'רעגענט אריין אין די טרעילער. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). אדער פין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, איז נישט ווייט, אין זייערע טרעילערס רעגענט נישט אריין נאר אין די אריזאנע, אבער ס'איז גארנישט ווייל הא לאן והא להו)

כח)   אויב עס רעגענט נישט אריין קומט אריין פין אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויב די נאסע ערד. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח), אזא אויפטו פאסט דאך ווען פארן ראגאטשאווער גאון)

כט)   מ'האט גענומן טרעילערס אן א דאך. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן. דאס האט מען נאך געוויסט בנביאה ווען די ווייץ איז נאך געליגן אוועק גלייגט אין אריזאנע)

ל)        מ'האט אינטער געקויפט די גוי אז ער זאל עפענען די טרעיליר אין ס'איז שוין נישט קיין שמירה. (איי ס'איז מיט געפארן צוויי אידן מיט זיי, אפשר זענען זיי אויך גוים)

לא)   די ווייץ זענען פאר שימעלט געווארן (ווער געדענק נאך?) אין ס'איז פיל מיט די צוויבעל. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן)

לב)    מען וועט אנהייבן ניצן אייזענע טישן מיט אייזענעס צי וועלגערן. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). דאס איז געזאגט געווארן בנביאה)

לג)      והאחרון הכביד ווייל דער מחבר ובעל מתי שוא טיילט פעקליך. (ר' יעקב זיידא במכתבו)

לד)    ועל כלום דאס איז די עיקר איסור אין דאס מאכט עס חמץ גמור ממש, אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז איינע פין די רבנים וואס נעמען די ווייץ אין געט זיך אפ מיט די ווייץ אין האלט אז דאס איז די מהודרסטיגע ווייץ וואס עס איז נאר דא.




תוקן על ידי יודלע ב- 14/04/2008 22:38:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2008 22:47 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2008 00:50 לינק ישיר 

יודלע, א קניפ אין בעקל!

דער 'ועל כולם' וואס די שרייבסט ביי די ענדע פארענטפערט שוין די אלע פריערדיגע דריי און דרייסיג פראבלעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2008 01:01 לינק ישיר 

יודלע, אויסערגעווענליך. מ'וואלט געברויכט דאס קאפירן און אויסטיילן אין אלע בתי מדרשים איבער די גאנצע וועלט.

פאריאר האט הגאון הגדול הרב ברודא שליט"א ביים שבת הגדול דרשה געזאגט אז ער האט אלעמאל געוואוסט אז די הלכות פון ווייץ פאר מצה שטייען אין רמב"ם הל' חמץ ומצה, ער האט נישט געוואוסט אז ס'שטייט גאר אין הל' נחלה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2008 01:06 לינק ישיר 

יודעלע סקומט זיך דיר די פולציער פרייז !!!
די קאפ שווינדעלט מיר פין די אלע ליגנעטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2008 04:52 לינק ישיר 

יודעלע עפעס אזאנס און אזעלכעס !!!

אזא ארטיקל פאסט געווענליך פאר יענקעלע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2008 07:10 לינק ישיר 

דער דאנק קומט זי נישט פאר יודעלע נאר פארן אברהם לויפער פארן צי שטעלן דעם חומר

אוי יודעלע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/4/2008 19:32 לינק ישיר 

איך האב יעצט באמערקט אז דער מוכר ספרים שרייב אויף דעם פארקאש אז ער האט א מסורה ווי אזוי צי שניידען ווייץ ביז די בעש"ט הק זי"ע'.

נא ווער קען דאך זאגן אנדערשט פין איינעם וואס האט שימוש פין שניידן ווייץ פין בעש"ט הק' זי"ע?

ווי איך הער האט דער מחבר פין מתי שוא שימוש אויף ווייץ שניידן נאך פין ניקלשבורג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2008 23:02 לינק ישיר 

ליינענדיג יודלעס געלונגענע ארטיקל שווימט מיר ארויף איין געדאנק אין קאפ:


ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים!

די גאנצע אריזאנע ווייץ התנגדות ווייזט נאכאמאל וואספארא פארקרומטע, פארבלאנדשעטע און דורכגעפוילטע קעפ די זאלי/בני יואל קליקע זענען נעבעך, מיר חסידי סאטמאר ווייסן דאס שוין פון לאנג, נאר יעצט זעהן עס פרעמדע רבנים פוירסט הענד, זייער מוחות זענען אזא פארדומט און אבסעסט מיט זייער וויסטע שנאה קעגן סאטמאר רבי, אז זיי כאפן זיך אליין נישט ווי פארקראכן זיי זענען. נעבעך נעבעך.

ס'דאך ממש מרפסין איגרי, וויזוי קען זיין אזא מין היכי תמצא אז פשוטער ווייץ זאל האבן אלע איסורים שבתורה? מילא א חומרא, א חשש, א מסורה, מהיכי תיתי, אבער ממש אלע איסורים? וואסעריג, זאלציג, צוקערדיג, צו הייס, צו קאלט, צו פרי, צו שפעט, צו שווארץ, צו געיל, צו רויט, זומפיג, מאראסטיג, גלוטין, חדש, ישן, איך ווייס אז דער עולם לאכט, אבער ס'נעבעך יענס געלעכטער, ווייל ליידער זייער תורות שקר גייט פארקערט אויך, להתיר את האסור, די אבסעסעטע מוחות האבן שוין געטרויטן אויף כל התורה כולוה פאר זייער מלחמה קעגן די קליפה פון סאטמאר רבי שליט"א, און ליידער טיען זיי דאס מיט פארגלייזטע קעלבערענע אויגן און מיט א רבינו יואל תניעה.

דער משיחיסט איז שוין 100 מאל נארמאלער ווי די מטורפים, זיי האבן כאטשיג א פרינציפ, טאקע א פאלשער, אבער ס'איז נאר משוגע לאותו דבר, אבער די בני יואל קענען נאך גיין קושן דעם פויפסט אויב עס מיינט צו זיך נוקם זיין אין סאטמאר רבי שליט"א.

 

נעבעך נעבעך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2008 01:08 לינק ישיר 

אפילו מען זאל  זיי אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז רבה"ק זי"ע האט אויך געשניטן אויפן זעלבען פלאץ . אין אריזאנע וועלן זיי מכחיש זיין את השמש בצהרים . אז נישט וועלן זיי זאגן אז דעמאלס האט מען נישט באגאסען די פעלדער מיט וואסער. און דעמאלס איז עס נישט געווען געזאלצן .
 אזוי וויא עס איז געווען איינער וואס האט אלץ געוואלט שפעט דאווענען מעריב. און ווען מען האט עהם געוויזן אז עס איז שוין דא שטערנעס אויפן הימעל (בעפאר עס איז געווען א זייגער) פלעגט ער שרייען "געוואלד איך זעה ניקס" . איינמאל האט ער זיך זייער געאיילט אוועקצופארן האט ער געשריגען אז מען זאל שוין דאווענען מעריב . האט יעדער געשריגען אז עס איז נאך נישטא קיין שטערענס האט ער געשריגען "איך זעה שוין" .
א תמימותדיגער בחור האט זיך נישט געוואלט לאזן פון דעם שקרן וצבועק האט ער בתמימות געשריגען אז מען זעהט נישט קיין שטערענס. האט עהם דער צבועק געגעבן א געזונטן פאטש אז דער תמימותדיגער בחור האט שוין געזעהן פונקן פייער ממש שטערענס. האט עהם דער צבועק געזאגט.  נו! יעצט זעסט דו שוין שטערענס און איך קען שוין דאווענען.
מיין רבי(מלמד) אין חדר האט געהאט א ראבער . און בעפאר ער האט געגעבן א שמיס האט ער געזאגט "יעצט גייסטו זעהן שטערענס"
א חשובער רב האט געזאגט אז מען דארף פארן צוריק קיין מצרים שניידן דארטן ווייץ און נאר פון דעם מאכן מצות . ווייל דאס איז די ריכטיגע מסורה ווייל הא לחמא עניא דאס איז די ארימע מצה וואס אונזערע עלטערן האבען געגעסן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים. פאר דריי טויזענט און דריי הונדערט צוואנציג יאר צוריק 3320 מיט משה רבינו עליו השלום
איי עס שטייט דאך אין תורה אז מען טאר נישט צוריק קיין מצרים אויף דעם וועט זיין די אלע תירוצים וואס קושקע האט געשריבן.  זאלציג צוקערדיג קאלט הייס וכו' וכו'

מיטן עירוב גייט אויך די זעלבע ניגון.   עס וועט אין וויליאמסבורג קיינמאל נישט זיין קיין עירוב (דער איד תשס"א)
עס איז נישטא בכלל קיין עירוב(דרשה בראדני חוה"מ תשס"ג)

מען האט קיינמאל ניטאמאל געמאכט א עירוב (דרשה בביהמ"ד מוירטעל עווע. )

עס איז א רה"ר דאורייתא מען קען נישט מאכען קיין עירוב(דרשה בקליימער)

דער עירוב איז נאר געיווען פאר גויים(ראב"ד דומ"צ סאטמאר)

דער עירוב וואס איז נישטא האט זיך צוריסען ביים איסט ריווער ערב שבועות(תשס"ג)

עס איז נישטא קיין זיכוי הפת(כל הנערים)

אפילו עס איז יא דא א עירוב וועט עס גורם זיין פריצות(אינדערוואכן איז נישטא פריצות נאר שבת)

עס צוברעכט די מסורת

מען מיינט נאר צו טשעפענען דעם אלטן רבין זי"ע

מען מעג נאר מאכן א עירוב שבת סוכות נישט ערב פסח. און נאר אויף קליימער. און נאר סאטמאר מעג מאכן.

אזוי וויא עפעס א רב האט געזאגט אז עס איז פונקט וויא אלע הלכות ביי יודען זה אוסר וזה מתיר.. למשל ר"ת זמן. מאשין מצות. חלק ב"י.  וועגן דעם להוציא מלבו דארף מען דוקא ביי דעם ענין שרייען וויא צופליקטע משוגעים אזוי וויא די נביאי הבעל וואס זיי האבען נישט אויפגעהערט צו שרייען .

און מען דארף משוגע מאכען אויך די קליינע קינדער אז זיי זאלן נישט איינשלאפן. און נישט לאזן יענעם שלאפן. נאר צווחין ככלבין בילן וויא הינט . געוואלד מען פארט דאך אפ.. דערווייל טאקע די שרייערס זיי ווערן שפעטער אפגעפארן און אפגעטריניקט פון כלל ישראל רח"ל. וויא די בני חם.
השי"ת יצילנו מהם ומהמונם.


א פרייליכן כשרן פסח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2008 21:17 לינק ישיר 

איך היינט געזען א אינטעסאנטע זאך אין משנה ברורה סימן תנ"ח ס"ק ג', ווי זאגט די טעם פארוואס אסאך אידן נעמען נישט קיין ערב פסח מצות, ווייל אין די ווייץ איז דא מצומחים, אין סאיז דא אסאך שיטות אז ערב פסח איז אויך אסור חמץ במשהו, אין עס ווערט נישט בטל. דא האט איר די גרעסטע ראי' אז פאר ערב פסח מצות איז א גרויסע ענין צו נעמען אריזאנע ווייץ, ווייל דארט איז בכלל נישט דא קיין מצומחות.
וזל"ק, והנה רוב ישראל אין נוהגין ליזהר אפילו במצות מצוה ללוש בע"פ כ"א איזה מהם וחשבתי באחרונים ומצאתי בבגדי ישע טעם להמליץ בעד המנהג מפני שיש כמה דעות שאפילו בע"פ במשהו כאשר מבואר לעיל בסי' תנ"ב וזהו קשה ליזהר שלא ימצאו אף משהו חמץ בהחטים שלא יהיו מצומחים וע"כ אופין מקודם כדי שיתבטל החמץ, עכ"ל.

יעצט וועט ער קומען זאגן אז מען טאר טאקע נישט לערנען משנה ברורה, מכמה טעמים.

נ.ב. היי יאר איז נישט דא די פראבלעם פין ערב פסח ווייל עס איז שבת, בכלל היי יאר נעמט מען נאר ערב שבת מצות אלס לא פלוג (עיין בפסקי תשובת ס' רנ"ח) אין די וואס נעמען יעדע יאר דארן היי יאר אויך נעמען, אבער היי יאר איז נישט דא די פראבלעם אז סווערט נישט בטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2009 21:22 לינק ישיר 

איך וויל בעטן יודלע - בשם כל הקהל הקודש - ער זאל פאררעכטן די ליסטע פארן יאר 2009



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2009 21:30 לינק ישיר 


אי"ה ווען די נייע שקרים וועט ארויס קומען וועל איך עס צילייגען צו די פריערדיגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2009 21:34 לינק ישיר 


איינער האט מיר געזאגט אז דער בעל מתי שוא האט ארום געטיילט א בריוו וואס מכלומעשט האט ער געשיקט פארן רבינו שליט"א, איך האב עס נאך נישט געזען אויב איינער האט עס זיי מוחל שיקט מיר עס אין אישית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2009 22:12 לינק ישיר 

דער בעל מתי שוא איז שוא ידברו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2009 20:32 לינק ישיר 


איינער האט מיר היינט געברענגט די ביכל אשל ברמה וואס דער בעל מתי שוא האט ארויס געגעבן היי יאר, מיט זיינע נייע שקרים אין שטותים אין בויך סברות.

אין אזוי ווי אסאך חברים דא האבן מיר געבעטן אין אישית אז איך זאל היי יאר צי לייגען צו די ליסטע פין פאריאר, גיי איך עס אדרוך קוקען אין איבער מאכן

ע"כ ווער עס האט עפעס צוצילייגען צו די רשומה פין די שקרים וואס איך האב נישט אויסגערעכענט  פאריאר זאל מיר עס שיקן אין אישית

יישר כח למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שקר פין די אוסרים די אריזאנע ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext