איך האב אסאך יארן צריק געהערט פין כ"ק מרן רבינו שליט"א, א מוראדיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים; ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט מדייק געווען אין די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.
האט רבינו שליט"א מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאג פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.
אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מתור אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טעפט א תירץ פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייסט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע תריץ פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס א פארוואס מען טאר די זאך.
מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים, אז פארקערט עס מותר, זייער גוט אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם, ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, עס בלייב איין טעם אויף זיין איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין אסור.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען ווייזט מען זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועט מען טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.
איך מיין אז דא ביי די אריזאנע ווייץ קען מען עס זעהן בחוש, ווי דער מוכר ספרים ובעל מחבר מתי שוא, קומט אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די ווייץ איז נישט גוט, אדער מקען עס נישט נוצן פאר מצות מצוה, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער עס איז חצץ גמור. ווען מען פרעגט אפ איין איסור טרעפט ער א אנדערע פראבלעם, מיט אלע שטותים אין ליגענטס, איך האב פארבירט צי מאכן א ליסט פין אלע זיינע אסורים, אין ווען מ'האט אויפגעוויזען איינס איז שטותים האט תיכף געהאט א צווייטע פראבלעם מיט שקרים וכזבים.
דאס אליין איז דער גרעסטע סימן אז עס האט נישט קיין שום חשש נאר ער זוכט עפעס א תירץ צי זאגן אז די ווייץ איז נישט גוט.
א) מען האט געשניטן צו שפעט. (אשל ברמה, איי ס'רעגט נישט דארט)
ב) מ'דארף האבן שמירה אויב די גוי גיסט נישט קיין וואסער, אדער א בהמה וכו'. (אשל ברמה. ס'איז געווען)
ג) ס'איז יא דא דארט טל. (אשל ברמה)
היי יאר האט מען געשינטן אזוי ווי אייביג, איז דא פרישע איסורים, זייט נישט באזארגט.
ד) חדש אסור מן התורה. (דער דיין ועוד. איך ווייס נאך נישט פארוואס ס'הייסט חדש)
ה) ס'איז נישט דא קיין מסורה דארט צי שניידן. (דער דיין ועוד. ווייל אין לאנג איילענד אין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, האבן נאך די די ראשונים אין אחרונים אין די תלמידי בעש"ט הק' געשניטן)
ו) אין אריזאנע איז די וואסער זאלציג. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. איי אין זיין שו"ת ספר מנחת דוד ח"א האט ער א פאר תשובות אז נאטירליכע ווייץ וואס איז אין די וואסער איז נישט קיין פראבלעם, אבער הא לן והא להו)
ז) אין אריזאנע לייג מען אריין קעמיקעלס אין די וואסער. (אשל ברמה. אין גאנץ אמעריקא לייג מען נישט אריין?)
ח) די ערד אין אריזאנע איז זאלציג. (ר' יואליש אין זיין בריוו. ער האט געקאסט די ערד, נאה לו. אויכט די ערד אין אריזאנע איז ווייס פין זאלץ (אשל ברמה דף מ"ו, מען זעהט עס בחוש ווער עס זעהט עס נישט איז בלינד דער מחבר פון מתי שוא איז אליין דארט געווען)
ט) ס'איז דא אין די ווייץ מער גלאטין ווי דא. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. זייט ווען האט גלאטין מיט חמץ, האט די רמ"א אדער די בעש"ט הק' אדער גאר די חת"ס אויך געשטעקט פאר גלאטין אין זייער ווייץ)
י) אריזאנע איז א מדבר אין מ'איז נישט יוצא דערמיט. (אשל ברמה. איי וואס האבן די אידן אין מדבר גענוצט, ווי סשטייט אין די מדרשים, אז ס'האט געוואקסן דארט דורך די בארה של מרים) אין אז די פרעגסט וועגן די לולבים פין דארט זאגט ער אין זיין נייעם קונטרס דף קכ"ב אז די לולבים האבן נאר געהייסן אריזאנע לולבים אין ס'איז געקומען פין קאליפאניא. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מ'האט געמוזט זאגן ס'איז אריזאנע מ'האט נישט געזאגט ס'איז פין קאליפאניא, אפשר איז די ווייץ אויך פין קאליפאניא, בקיצור ער זאגט אויף זיך אליין אז ער איז א שקרן.
יא) מ'פילט אן די פעלד מיט וואסער ווי א סווימינג פול. (אשל ברמה. איי די גמ' אין ב"ב נג. רעדט שוין פין אזא מין אנפלאנצאן, אין רש"י ז"ל זאגט אז אין מצרים האט אזוי געוואקסן, אין פין ווי האט די רמב"ם אין אלע אנדערע ראשונים וואס זענען דארט געווען גענימען ווייץ, דער בעל מתי שוא געדענקט אנדערש אז מ'האט נישט אזוי איינגעפלאנץ דארט)
יב) מען לייגט אריין קעמיקאלס אין די ווייץ. (אשל ברמה. ווייל די ווייץ פין ווי ער נעמט באמיסטיגט מען נאך די פעלדער פין די בהמה נישט פין קעמיקאלס)
יג) די ערד אין אריזאנע איז אזוי ווי קלעי. (אשל ברמה דף קל"ג. א שאד איך וואוין נישט דארט מיינע קינדער וואלן געהאט וויפיל קלעי זיי ווילן ווען)
יד) אין אריזאנע זענען די ווייץ אראפ געבויגען ווייל דארט איז דא מוראדיגע ווינטן אין עס טינקט זיך איין אין די וואסער. (אשל ברמה. אזוי זאגט דער בעל מתי שוא)
טו) אין אריזאנע פלאנץ מען איין ביי א "האלבע אינטש" אין די גאנצע וועלט ביי 4-5 אינטשעס. (אשל ברמה. פונקט דארט איז אנדערשט ווי אין די גאנצע וועלט)
טז) ס'רעגט דארט גאר נישט. (מנשה פילאף בדער איד פ' טהרה)
יז) ס'האט גערעגענט אין אריזאנע ביים שניידן. (אין דער איד ס"ז בכיסו בכוסו ובכעסו, פארקאש אין זיין בריוו זאגט אז ס'האט גערעגנעט א טאג נאכען שניידן. פאר מען איז אויפגעקומען אז עס רעגענט נישט דארט אין דאס איז די איסור, האט מען געזאגט אז עס רעגענט יא אפילו בשעתן שניידן אין מען זאגט קיינעם נישט אויס)
יח) ס'איז דא דארט מער מצמוחות ומבקעות. (אשל ברמה. מנשה פילאפף בדער איד)
יט) אפילו מען זעהט נישט די מצמוחות ומבקעות איז נאך אלס דא, נאר די מומחים ווי פארקאש אין יצחק שטיין אין דער מוכר ספרים קענען עס זעהן. (אשל ברמה דף צ"ט)
כ) עס האט נישט קיין השגחה. (שלמה גראס, פארקאש. עס איז נישט דא תירץ אויף דעם ס'איז טאקע חמץ ממש)
כא) ס'איז דא נגיעה פין געלט. (פארקאש אין זיין בריוו. יא מען מאכט מיליאנען דארט, קראך!!!)
כב) מען וועט האבן א נגיעה צי די ווייץ אפילו עס וועט זיין א שאלה וועט מען נעמען פין דארט די ווייץ. (אשל ברמה. פארקאש אין זיין בריוו. טאקע די אלע רבנים וואס שניידן אין נעמען פין דארט די ווייץ זענען קלים וריקים והא ראי' אז זיי גייען אהין ווייל זיי זוכין דוקא די שוואכערע ווייץ)
כג) עס איז דא דארט גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט. (אשל ברמה דף ל"ד. איינמאל איז די פראבלעם אז מען שיינט צו שפעט איינמאל צי פרי)
כד) עס האט א דין עציץ שאינו נקיב. (אשל ברמה דף ל"ד. איי וואס טוט זיך מיט די גמ' אין פסחים לו: אז עצוץ שאינו נקוב כשים למצות מצה, דער מוכר ספרים זאגט אנדערשט)
כה) די רבנים וואס שניידן אין אריזאנע האבן נישט קיין שום שימוש אין שניידן ווייץ. (אשל ברמה דף ל"ח. נאר אלי' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער אין יצחק שטיין אין פארקאש אין זושא כ"ץ אין דער בעל מתי שוא האבן שימויש אויף דעם, אבער די רבנים וואס שניידן שוין יארן פאר סאטמער פאפא צעלים מאנסי אין די אלע אנדערע האבן נישט קיין שימוש)
כו) אפילו ווען די פעלדער זענען געצייטיקט איז נאך דא ווייץ וואס וואס איז נאך גרין אין פיל מיט ליחות. (אשל ברמה דף נ"ז. ער האט עס אליין געזעהן, ער איז דאך דארט געווען ביים שניידן)
כז) עס איז צי א לאנגע וועג צי ברענגן די ווייץ מיט א טרעילער אין ס'רעגענט אריין אין די טרעילער. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). אדער פין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, איז נישט ווייט, אין זייערע טרעילערס רעגענט נישט אריין נאר אין די אריזאנע, אבער ס'איז גארנישט ווייל הא לאן והא להו)
כח) אויב עס רעגענט נישט אריין קומט אריין פין אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויב די נאסע ערד. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח), אזא אויפטו פאסט דאך ווען פארן ראגאטשאווער גאון)
כט) מ'האט גענומן טרעילערס אן א דאך. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן. דאס האט מען נאך געוויסט בנביאה ווען די ווייץ איז נאך געליגן אוועק גלייגט אין אריזאנע)
ל) מ'האט אינטער געקויפט די גוי אז ער זאל עפענען די טרעיליר אין ס'איז שוין נישט קיין שמירה. (איי ס'איז מיט געפארן צוויי אידן מיט זיי, אפשר זענען זיי אויך גוים)
לא) די ווייץ זענען פאר שימעלט געווארן (ווער געדענק נאך?) אין ס'איז פיל מיט די צוויבעל. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן)
לב) מען וועט אנהייבן ניצן אייזענע טישן מיט אייזענעס צי וועלגערן. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). דאס איז געזאגט געווארן בנביאה)
לג) והאחרון הכביד ווייל דער מחבר ובעל מתי שוא טיילט פעקליך. (ר' יעקב זיידא במכתבו)
לד) ועל כלום דאס איז די עיקר איסור אין דאס מאכט עס חמץ גמור ממש, אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז איינע פין די רבנים וואס נעמען די ווייץ אין געט זיך אפ מיט די ווייץ אין האלט אז דאס איז די מהודרסטיגע ווייץ וואס עס איז נאר דא.