עסן פארטיילונג דורך UJ-CARE פארגעזעצט. היינט אין ראקלענד קאונטי
היינט דינסטאג האט די נייע מעכטיגע ארגאניזאציע UJ-CARE פארגעזעצט מיט זייער מעכטיגע עסן-פארטיילונג. דאסמאל אין מאנסי, אין פראנט פונעם סאטמארן בית המדרש. ס'איז געווען א מוראדיגע בילד צו זען די פילע הונדערטער קארס וועלכע האבן זיך געשלענגלט צו קומען נעמען דאס עסן, וואס UJ-CARE האט ארלעדיגט דורך זייערע אומגלויבליכע קשרים מיט די רעגירונג. געבענטשט זאלן זיין די געטרייע פירער פון די מעכטיגע ארגאניזאציע.
מאנסי האט נאך אזא בילד קיינמאל נישט געזען.
ווי איך הער וועט די קומענדיגע עסן פארטיילונג פארקומען איבער גאנץ ניו יארק סטעיט, אין אלע אידישע געגנטער.
תוקן על ידי דערסיגעטער ב- 16/04/2008 7:46:40
|
|