|
|
| נשלח ב-2/5/2008 07:11 |
|
| |
http://www.rescuesamet.com/letters.cfm
פאלגענד איז א בריוו פאר סופריעם קאורט דזאדזש גינזבורג
פרינט ארויס און מאך קאפיעס און טייל פאר חבירים זיי זאלן אויך שיקן בריוון און מקיים זיין די מצות פדיון שבויים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2008 07:12 |
|
| |
פאלגענד איז א בריוו פאר הויפט סופריעם קאורט דזאדזש ראבערטס
פרינט ארויס און מאך קאפיעס און טייל פאר חבירים זיי זאלן אויך שיקן בריוון און מקיים זיין די מצות פדיון
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2008 18:23 |
|
| |
טייערע אידישע ברידערלעך,
רעדנדיג צו די עסקנים הערן מיר צוריק ב"ה גוטע גריסען אז דער עולם רופט זיך אן גאר ווארעם און די בריוון גייען ב"ה ארויס און די מאסן. ע"כ בעטן מיר תחזקנה ידיכם, און פרובירט ווייטער צו שיקן ווי מער בריווען, ווי אויך בעטן ביי אייערע גוטע פריינד, קרובים און משפחה מיטגלידער אז זיי זאלן אויך שיקן בריוון. פאר די סוקסעס פון אזא קאמפעין איז זייער וויכטיג אז דער שטראם פון בריוון זאל אנהאלטן אויף א לענגערע צייט. און די זכות פון די גרויסע מצוה וועט אוודאי מגין זיין, ווי אויך די זכות פון הייליגע צדיקים וקדושים ווי ר' משה לייב סאסובער זצ"ל וואס האבן זיך ממש מוסר נפש געווען אויף דעם מצוה, וועט אייך אלע יעצט שטיין צו הילף פונעם עולם העליון, בכל משאלות לבכם.
הגם חכמינו ז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין ברכה אויף די מצוה פון פדיון שבויים, אונז אבער, נאכן זיך ציקוקען צו די בלבול המוחות וואס עטליכע (אדער אפשר גאר "איינער") האבן פרובירט דא אנצוזייען ביים עולם, קענען מיר הויך און קלאר זאגן: ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים...
גערעכט איז געווען דער וואס האט פריער פארגעשלאגן אז מ'זאל זיי מער נישט צוריק ענטפערן, ווייל יעצט צוביסלעך הייבען זיי זיך אן אויפצודעקן זייער ריכטיגער פרצוף... (גיט א קוק צוב"ש איין תגובה פריער מיט די בילד, און זאגט אליינס אויב מ'האנדעלט דא מיט ערענסטע מענטשן...)
געמיינט האבן זיי אז דער עולם דא זענען תמימות'דיגע קעלבעלעך און ס'וועט זיי/אים געלונגען דא אנצוזייען א שרעק מיט אפאר לשון קודש ווערטער, ארויסגעשטעלט האט זיך אבער אז דער עולם איז אביסעלע קלוגער ווי זיי האבן געמיינט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2008 01:54 |
|
| |
תפלה ותחנונים לפני אדון כל
מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זאל באפרייט ווערן ווי פריער
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2008 02:15 |
|
| |
שומי שמים, מיט וועלכע אידיאטן מיר האבן דא ציטאן.
ר' מרדכי יצחק איז אפיינער חשוב'ער יוד. און ער זאל ווי פריער ארויסקומען בשלום.
אבער צו שרייבן פאר טשיף דזשאדזש ראבערטס אזוי געמיין איז אדער באנאל, אדער גאר רשעות'דיג און אומ'אחריות'דיג.
אויף יעדן ראציגן דשאדזש שרייבט מען
HON. JUDGE JOHN DOE
נישט פלעין אזוי. און דאס אליינס רופט ארויס בייז בלוט.
שוין אפגערעדט אז מען שרייבט צום ריכטער ראבערטס וואס איז אליין א קריסט שאנדפול.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2008 12:27 |
|
| |
אפשר פארעכט איר פארן עולם טאקע יעצט אויפן פלאץ און איר שרייבט דעם נוסח ווי אזוי מען דארף דאס צו שרייבן עס זאל טאקע זיין אחריות'דיג און נישט אזוי באנאל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2008 16:59 |
|
| |
לכבוד אונזער טייערער ר' מוזיקנט שליט"א
קודם כל, א דאנק אייך בשם אלע עסקנים פארן מעורר זיין צו פארבעסערן דער נוסח. לאמיר אייך אבער פארשטיין געבן אז איר זענט נישט אינגאנצן גערעכט. קודם כל, ווילן מיר אייך קלאר מאכן אז ווען מ'טוט סאלוטירן א שופט (ד"מ ביים אנהייב פון בריוו) איז בכלל נישט ריכטיג צו ניצן דעם .HON טיטול, נאר פשוט Dear Justice Surname און דאס קענט איר מברר זיין ביי יעדן וואס האט אביסעל באקאנטשאפט. ווי אויך קענט איר דאס נאכקוקן אויף דעם פאלגענדן לינק:
http://govdocs.evergreen.edu/salutations.html
ווי ס'פאסט יא אריין איז ביים אדרעסע, און דאס איז בעפאר דעם בריוו, און דאס איז שוין ב"ה תיכף פארראכטן געווארן, אבער מיר האבן געפרעגט עטליכע לויערס און אלע זאגן אז דאס איז בכלל נישט געווען עפעס אזוי געפערליך, ספעציעל ווען מ'האנדלט מיט א הויפט שופט וואס תיכף נאך זיין נאמען שטייט: טשיעף זשאסטיס, איז דאס בכלל נישט אזא קריטישע טעות, ממילא פארדינט דאס זיכער נישט צו ווערן אפגעסטעמפלט אלס "רשעות'דיג און אומ'אחריות'דיג" אדער גאר "באנאל".
לגבי אייער אנדערע נקודה אז דער שופט איז אויך א קריסט, פארשטייען מיר אייך אינגאנצן נישט. איז דען סיי וועלכע פון די בריווען עפעס אקעגן קריסטנטום? אדרבה, א קריסטליכער שופט קען נאך מער בארירט ווערן פונעם גאנצן אינהאלט, ווייל למעשה האט זי (די שופטת MCMAHON) אויך פארשעמט זיין אייגענע רעליגיע מיט איר התנהגות, און אויב עפעס, וועט ער מעגליך שפירן אינטערעסע מיט וואס ער קען מעגליך פאררעכטן, ודו"ק
דער סך הכל איז, איעדער דא בתוכינו מיט א אידישע הארץ וויל העלפן מיט אלס וואס מעגליך, און אז די לויערס זאגן אז דאס איז די איינציגסטע מיטל מיט וואס דער ציבור קען העלפן וויל איעדער איד נעמען א חלק, ווייל אויב מ'טוט נישט גארנישט איז קלאר אז דער איד וועט ח"ו אפזיצן 27 יאר.
און אזוי ווי פדיון_שבוי האט ערקלערט זענט איר העפליך געלאדענט אריינצולייגן א פינגער און קאלט וואסער און אפשרייבן חאטשיק איין אייגענע בריעוו מיט א פראפעסיאנאלען שפראך כראוי וכיאות, די גאנצע ארבעט פונעם וועבסייט ווערט געפירט פון לויטער וואלונטירן, קיינער באצאלט זיי נישט דערפאר קיין פעני, און הלוואי זאל מיין צייט ערלויבן וועל איך אויך טוהן בל"נ אלעס וואס מעגליך צו העלפן בעז"ה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 14:10 |
|
| |
אחינו בני ישראל
דעם דאנערשטאג פרשת אמור - איבערמארגן
וועט אי"ה פארקומען דער קאנפערענס צווישן די סופריעם קוארט שופטים
צו מען זאל דן זיין איבער די אנקלאגע פון הרב סאמעט אקעגן דעם וואס ער איז געווארן געסענטסט
אויף די שווערסטע און לענגסטע אורטייל פון איבער 27 יאר
די גרעסטע סענטנסינג אין די היסטאריע פון אמעריקע
פאר א טשארדזש פון בלויז 3.5 מיליאן
און נאר וועגן דעם ווייל ער איז א היימישער ארטאדאקסישער איד
השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני אדון כל
פאר רבי מרדכי יצחק בן פיגא יהודית סאמעט שליט"א
הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך
איככה אוכל וראיתי ברעה אשר מצאתנו
ואיככה אוכל וראית באבדן משפחתי
העלפט אפפווישן די טרערן פון די לעבעדיגע אלמנה און געזונטע יתומים ל"ע
אויב האט איר נאכנישט געשיקט די בריוו
זייט מוחל און שיקט בריוו דורך אריינגיין צו
http://www.rescuesamet.com/letters.cfm
און פרינטס ארויס די ברייוון און שיקט דאס מיט געהעריגע פאסט
אויב נישט מעגליך דאן שיקטס אי מייל'ס
און אזוי אויך זייט משפיע אויף אנדערע צו שיקן בריוו
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 15:10 |
|
| |
רבותי דאנערשטאג פרשת אמור - מארגן
וועט אי"ה פארקומען דער קאנפערענס צווישן די סופרים קוארט שופטים
צו מען זאל דן זיין איבער די אנקלאגע פון הרב סאמעט אקעגן דעם וואס ער איז געווארן געסענטסט
אויף די שווערסטע און לענגסטע אורטייל פון איבער 27 יאר
די גרעסטע סענטנסינג אין די היסטאריע פון אמעריקע
פאר א טשארדזש פון בלויז 3.5 מיליאן
און נאר וועגן דעם ווייל ער איז א היימישער ארטאדאקסישער איד
השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני אדון כל
פאר רבי מרדכי יצחק בן פיגא יהודית סאמעט שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 18:34 |
|
| |
אידן רחמנים בני רחמנים
ווי קען א אידיש הארץ אויסהאלטן די צער פון די משפחה, ר' מרדכי יצחק האט א טאטע מאמע וואס גייען אויס יעדן טאג פון צובראכנקייט, ער האט א פרוי ווען מען קען נישט באגרייפן וואס זי מאכט מיט, זוהן און טעכטער, ווער עס האט קינדער זאל צולייגן אביסל געפיל וואס דאס מיינט פאר קינדער צו זיין אפגעריסן פונעם טאטען אויף אזא ברוטאלן אופן, ער האט ברודער שוועסטער גוטע פריינט, טראכט אריין, וויפיל טייכן טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן, וויפיל קושענעס האבן שוין די קינדער נאס געמאכט, וויפיל תהילימ'לעך זענען שוין דורכגעווייקט געווארן די לעצטע זיבן יאר.
אחינו בני ישראל, נעמט אייך די מינוט, גייט אריין צו דעם לינק:
http://www.rescuesamet.com/contacts.cfm?type=1
מאכט א טשעק צו וועלכע נעמען איר ווילט שיקן א בריעף, און ביז א מינוט האט איר געהאט א חלק און די געוואלדיגע מצוה פון פדיון שבויים.
לייגט עס נישט אפ אויף שפעטער, עס נעמט נישט מיר ווי 1 מינוט און איר קענט ראטעווען א משפחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 07:03 |
|
| |
איז שוין דא עפעס גוטע נייעס פון די לעצטע דאנערשטיג פראצעס?
יוציאם מחשך וצלמות ומוסרותיהם ינתק
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:53 |
|
| |
בשם ר' מרדכי יצחק סאמעט.
ער האט געבעטן מען זאל איבערגעבן בשמו א הארציגן יישר כח פאר די אלע וואס האבן מתפלל געווען און איינגעריסן להצלחת מרדכי יצחק בן פייגא יהודית, און אן עקסטערן דאנק פאר די אלע וואס האבן געשריבן בריעף.
איר האט דערמיט מקיים געווען די געוואלדיגע מצווה פון פדיון שבויים, ווי די פוסקים זאגן אז יעדע זאך וואס מען טוט גרינגער צו מאכן פאר א געפאנגענעם גייט אריין אין די מצוה פון פדיון שבויים, דאס אליין וואס עס הערשט אזא ווארימקייט ביים ציבור מתפלל צו זיין און טון פעולות לטובתו איז שוין מחזק דעם איד אז ער שפירט אז כלל ישראל האט נישט פארגעסן פון אים, און אפילו ער זיצט שוין ליידער העכער 7 יאר וועלן אידן רחמנים בני רחמנים האבן מיטגעפיל און פרובירן צו העלפן מיט וואס מען קען.
און נאכאמאל און נאמען פון ר' מרדכי יצחק, א גרויסן יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2008 15:47 |
|
| |
ליידער ליידער איז נעכטן געווארן באשטעטיטיגט אז
| May 12 2008 |
Petition DENIED |
ביטע ווייטער מתפלל זיין און שיקן בריוו
|
|
|
|
|