בית פורומים כל העולם כולו

ראטעוועט ר' מרדכי יצחק סאמעט "פדיון שבויים"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/5/2008 23:14 לינק ישיר 

As I'm not at my computer now , I'll type in english

Mordche Yitzchok Samet is, leider leider still in jail
Why? becasue he led a stupid and crazy canpaign. Writing to honerable judges is such a manner was SUICIDE

the RESCUE SAMET  team are suiciders!!!. JIHADISTS

EAT IT




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2008 01:25 לינק ישיר 

ליידער האט די השגחה עליונה אזוי געפירט. און עס איז אין אונזערע חטאים. און מיר מוזן ווייטער בעטן און איינרייסן פאר די זאפארטיגע באפרייאונג פון הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו.

אבער צו די זעלבע צייט קען מען זיך נישט צומאכן די אויגן, ווען אפאר אפגעריסענע משוגעים האבן זיך גענומען פירן א ווילדן זשיהאדיסטישן קאמף, מיט די פעדעראלע ריכטער (א שטייגער ווי יאסי בראך האט געטאן פאר זיינע צעדרייטע ארוני).

דארט האט יאסי בראך פארשפילט דעם קאורט פון די מסרבים לדין און דערלייגט נכסים.
דא האבן די זשיהאדיסטן געפירט אז די ריכטער זאלן ניטאמאל וועלן אויסהערן די גערעכטע טענות לטובת ר' מרדכי יצחק.

וואס א הארץ ווייטאג. ווען וועלן מיר זיך אויסלערנען אז דער ריכטער איז נישט דיין מנהל...
און פיר דיך נישט אויף צו אים ווי צום גבאי אין דיין ביהמ"ד.

וואס א טייערע פרייז זיך געלערענט (הלואי זיך כאטש געלערנט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2008 02:14 לינק ישיר 

כבוד הרב מוזיקאנט

זיך באהאלטן אונטער א ניק און שרייען איז פונקט אזוי וויי דער דעילי יוד

ווילסט העלפן האסט א געדאנק קום און זאג

פארבינד זיך אין אישי

פארבינד זיך אויפן אי מייל פון רעסקיו סאמעט

דער באשעפער האט אסאך וועגן צו העלפן דעם ר מרדכי יצחק

און בנפול אויבך אל תשמח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 02:33 לינק ישיר 

פדיון שבוי.
איך בין עפעס א פאררעטער?
איך האב נישט גענוג תהלים געזאגט אז ער ר' מרדכי יצחק זאל באפרייט ווערן.

אבער ליידער האבן משוגעים און ראדיקאל עקסטרעמע עלמענטן געפירט א קאמפיין וואס פאסט פאר שארפטאן. SHAME ON THEM


נאך איידער די קאורט היערינג האב איך שוין געשריגן אז ס'איז אן עוון פלילי. דאס איז נישט קיין וועג צו האקן אויף ריכטער פערזענליך. דאס איז ריכטיג יאסי בראך !

איך בין נישט קיין אדוואקט און איך בין נישט געגאנגען אין קאלעדזש 15 יאר. אבער דעם גאנג האב איך געזען אלס מסוכן און שרעקליך PROFOUND פראוואקטיוו.

נאכאמאל. די רעסקיו סאמעט טיעם האט חרוב בידים געמאכט זיינע שאנסן ארויסצוקומען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2008 03:49 לינק ישיר 

ידידי רבי מוזיקאנט

איך האב נישט געזאגט אז דו ביזט א פארעטער

איך האב נאר געזאגט אז זאגן אז די רעסקיו סאמעט פלאן איז נישט אויסגעהאלטן אין די צייט וואס אנדערע עסקנים האבן געהאלטן אז עס האט יא טשאנס

און יעדע טשענס דארף מען פראבירן צו טוהן

אבער זיך באהאלטן אונטערן ניק און זאגן וואס דו האסט געזאגט און זאגסט איז א עוון פלילי

אדרבה קום און זאג א עצה אדער א פלאן

ביזט טאקע נישט קיין לויער וועגן דעם האט מען אייך נישט געפרעגט

אבער די לויערס האט מען יא געפרעגט און זיי האבן געזאגט וואס מען זאל טוהן

לכאורה ביזטו נישט באקאנט מיט וואס מען האט יעצט פעטישאנט צום געריכט
און וועגן דעם האסטו געזאגט וואס דו האסט געזאגט

און די עסקנים גרייטן שוין אן דעם נעקסטן שריט וואס צו טוהן און ווי מיר וועלן מעלדן דעם עולם און בעטן ווייטער הילף פאר די גאנצע ענין בעז"ה

און נאכאמאל  א הארציגן יישר כח פאר די אלע וואס האבן מתפלל געווען און איינגעריסן להצלחת מרדכי יצחק בן פייגא יהודית,

און אן עקסטערן דאנק פאר די אלע וואס האבן געשריבן בריעף.

איר האט דערמיט מקיים געווען די געוואלדיגע מצווה פון פדיון שבויים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 03:54 לינק ישיר 

נארישקייטן.

ער האט כמעט נישט געהאט קיין שאנסן בדרך הטבע, מ'רעדט נישט דא פון קיין עולם גולם וואס מ'קען פארקויפן לאקשן נאך וואס ס'איז שוין דורך עטליכע יאר און זיך איינרעדן אז מ'האט פארגעסן זיינע מעשים טובים. דא רעדט מען "סיריעס ביזנעס" און ער האט מלכתחילה געהאט גאר שוואכע אויסזיכטן פאר עפעס [און ער איז באמת א רחמנות, נאך אלע מעשיות].

די איינציגע זאך וואס די צוהיצטע חברה מיטן משוגענעם קאמפיין האבן אויפגעטון איז געווען אז זיי האבן פארשווארצט דאס פנים פונעם יהדות החרדית און זיי אהערגעשטעלט ווי א באנדע פארברעכער וואס פארקליידן זיך אונטער א מאנטל פון 'אנטיסעמיטיזם' צו בארעכטיגן זייערע גרעסטע פארברעכער - ווייניגסטנס אין די אויגן פון געזעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 04:51 לינק ישיר 

מבקש אמת: דו ביסט זייער נישט גערעכט.

ר' מרדכי יצחק האט דייקא יא געהאט גוט שאנסן - און האט געהאט גוטע ארגומענטן, אויפצייגענדיג פארוואס דער פסק איז געווען אקסעסיוו און גאר שטארק איבערגעטריבן, קעגן פיל אנדערע קאנוויקטעד פעלאנס מיט הונדערטער ביליאנען מער גניבות און פראוד ווי זיינס.

ובפרט האט מען איבערצייגט אז ער האט דאך למעשה באצאלט די גאנצע גניבה, קומט דאך זיכער נישט אז מ'זאל אים אזוי הארב באשטראפן.

אבער... דא איז מיין אבער !
די היץ קעפ וועלכע האבן געפירט די רעסקיו סאמעט האבן עס באגראבן מיט זייערע ווילדע רעטאריק און ראדיקאלע פארברעכערישע סטעיטמענטס קעגן רעספעקטירטע דזשאדזשעס נוסח יאסי בראך.

איך באהאלט מיך נישט אינטער קיין שום ניק. קבל את האמת ממי שאמרו. און האב איינזעעניש אז דאס איז נישט דער דרך. מ'פירט דא נישט קיין מלחמה מיט'ן מנהל, נאר מיט טשיף דזשאדעס און צו זיי דארף מען רעדן מיט'ן מאקסימאלסטן רעספעקט, און אויב נישט... דאן קענסטו רעדן צום לאמפ.

דאס וואס די זאגסט אז די לאיערס האבן אזוי געהייסן שרייבן, גלייב איך בכלל נישט.
און אויב יא, זאל מען שוין פייערן אלע אדוואקטן און זיי אנקלאגן אויף מעלפראקטיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2008 12:45 לינק ישיר 

http://www.supremecourtus.gov/orders/courtorders/051208pzr.pdf

File Format: PDF/Adobe Acrobat - View as HTML
enter its order affirming the judgment of the court from which. the case was brought for review with the ..... SAMET, MORDECHAI V. UNITED STATES. 07-10386 ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2008 19:30 לינק ישיר 

CERTIORARI DENIED



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2008 02:04 לינק ישיר 

כבוד הרב מוזיקנט
עס זעהט דא אויס ווי דו ביזט באקאנט
אפשר קענט איר געבן צו פארשטיין
וואס מיינט די דאזיגע ווערטער וואס איר האט געשריבן

איך בין יעדן טאג מתפלל פאר רבי מרדכי יצחק בן פיגא יהודית
און אזוי זאל יעדער איינער ווייטער טוהן
ווייל ער דארף אונזערע תפלות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/5/2008 02:35 לינק ישיר 

certiorari
n. request for the record of a case (made by a high court to the lower court that previously reviewed the case)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2008 18:37 לינק ישיר 

ארענדאר כתב:
certiorari
n.
certiorari
n. request for the record of a case (made by a high court to the lower court that previously reviewed the case) )
 

וואס שטייט דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2008 20:54 לינק ישיר 

ארדער פון העכערן געריכט, אנטזאגענדיג איבערצודרייען (אדער אפהעלדן) פסק פון נידריגערן געריכט.

וואס טעכניש מיינט עס. אז די העכערע געריכט לאזט אין אפעקט דעם ארדער פון נידריגן קאורט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2009 00:20 לינק ישיר 

ער איז נאר איינער פון נאענט צו 200 יא 200 היימישע אידן אין תפיסות וואס הונגערן שמאכטן ליידער און עס איז כמעט נישטא ווער עס העלפט זיי.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ראטעוועט ר' מרדכי יצחק סאמעט "פדיון שבויים"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.