| נשלח ב-28/4/2008 19:23 |
|
| |
וועד הדירות VS גני שמש
ווער ווייסט עפעס מער וועגען "וועד הדירות"?
האט עס די זעלבע פנים פין "גני שמש", וויא א פריוואטער איד איז געבליבען STUCK מיט זיין דיוועלופמנט אין עס פראבירט צי פארקויפען פאר אחב"י כאילו לשם עסקנות ולשם שמים ולשם ארוסציהעלפן די מאנגעל אין ביליגע דירות? אדער איז עס טאקע א ריינע לשם שמים דיוועלופמנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2008 23:06 |
|
| |
ס'איז דא 6 ערליי סייזעז פון דירות דארט.
אנגעפאנגען ביי 1500 ס"פ ביז 4000 ס"פ, עס קומט אויס בערך $130 א סקווער פיס!, ד.ה. די 1500 ס"פ דירה קאסט צוויי הונדערט טויזענט דאללער! מיט א צען פראצענט דאון פעימענט, און אזוי ארויף.
די דירות ווערן געבויעט אויף א שטח פון א פערטעל עיקער פער הויז. אלעס איין פאמיליע הייזער.
עס באלאנגט נישט צו קיין שום סעפיצישע קהלה, יעדער קען דארט קויפן, א שטייגער ווי מאנסי.
די געגענט וואס מ'האט אפגעקויפט צו קענען בויען האלט יעצט ביי 1500 עיקער! (קרית יואל איז בערך די העלפט דערפון) און עס איז אין פלאן צו קויפן גאר בקרוב נאך לאנד.
די "וועד הדירות" האט געפענט א אפיס אין וויליאמסבורג אויף ראטלידזש קארנער בראדוועי, העכער די נייער "עמעזינג סעיווינגס" געשעפט.
מ'קען אהין גיין אין אפיס אפנעמען אן אפליקעשען און זעהן די אויסשטעל פון די דירות און די בלו פרינט'ס, פינקטליכע מאפע'ס פון די געגענט און פארהאנדלען איבער די פרייזן.
אריינצוגעבן אן אפליקאציע איז די פרייז $5000 און עס איז ריפאנדעבעל.
עטליכע צענדליג מענטשן האבן שוין אריינגעגעבן אפליקאציעס און געצאלט די פרייז, עס איז נאר פאר ערנסט אינטערסירטע.
לאמיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבייטן, די מצב אין וויליאמסבורג איז שרעקליך, די פרייזן פון די דירות איז אומהערבאר, ס'איז נישט מעגליך בכלל אז די קינדער פון אלע מענטשן וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג זאלן דא פארבלייבן, עס וועלן זיך מיזן פארמירן אנדערע פלעצער ווי צו וואוינען, לאמיר האפן אז דער ערשטער וועט זיך אויסארבייטן און אזוי וועט עס גיין ווייטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2008 23:31 |
|
| |
פאר 130$ קען מען שוין גיין וואוינען אין קרית יואל.
ווי מען בעט היינט ביי 150$ א סקווער פיס.
דאס זעלביגע איז געווען אין דער בלאט פאר יו"ט דירות אין מאנסי פאר 149 א סקווער פיס.
פלוס ווען נאך מן הסתם יעדער דארפן באצאלען פאר די קאסט פון נייע מוסדות בית המדרש וכו'.
אז איינער וויל מופען וואס האט ער ביליגער אינעם נייעם שטעטל?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 00:13 |
|
| |
פארשטייסט אליין אז נישט יעדער וואס וואוינט אין וויליאמסבורג קען גיין וואוינען אין קרית יואל, און עס נישט פאר יעדעם געמאכט.
דאס האט נישט מיט קיין שום קהלה, עס איז נישט סאטמאר, איך וווייס פון עטליכע גרופעס פון אנדערע קהלות וואס האבן דארט גענימען אן אפליקאציע.
חוץ דעם וואס אין קרית יואל איז היינט די פרייז צווישן הונדערט אכציג און צוויי הונדערט דאללער א ס"פ, איך האלט גראדע אז ס'איז זייער ביליג, אבער דאס איז ביליגער, פלאס וואס די באקימסט דא א פריווטע איין פאמיליע הויז געבויעט אויף א פערטל עיקער לאנד.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 00:17 |
|
| |
אידן פון אנדערע קהילות קעגן גייין אויף מאנסי ווי מען פארקויפט איצט פאר זייער ביליג דירות.
און קרית יואל לויפט היינט די פרייז צווישען 150 און 170, 180 - 200 איז שוין געשטארבן.
נישט אז איך האלט נישט פון דיי נייע שטעטל, נאר אדרבה ואדרבה עס וועט זיין א גרויסער ישועה אז עס וועט זיין, נאר איך וויל פשוט זעהן צו עס קען זיך אויסארבעטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 00:25 |
|
| |
די ריכטיגע ענטפער איז: ימים ידבירו.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 01:00 |
|
| |
רבי יונה
האט איר מברר געווען די אדווערטייזמענט פון מאנסי???
דאס איז נאר אויב אין קויפט מיטן אויבעשטן שטאק און אן אונפינישט בעיסמענט
דעמאלט קומט אויס 149
אנדערש איז דאס אסאך טייערער
דא איז דאס ביליגסטע וואס איז פארהאנען
מען סקרינט דעם עולם און דוקא יא סזאל זיין היימייש און נישט פארטייאיש
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 18:25 |
|
| |
יכול
איך זאג נישט אז עס קען נישט מצליח זיין אבער די פראבלעם פין א דעוולאפמעהט וואס ווערט געפירט אדורך א פרייוועט מענטש וואס מיינט נאר געלט קען זיין גאר גרויס,
וואס געשעיט אויב איו א יאהר ארים וועט ער זעין אז עס גייט נישט וויא אזוי ער האט געמיינט, אדער עס וועט אינטערקימען פארשידענע פרבלעימען פין די שכנים אדער TOWN וואס ער האט זיך נישט געראכטען אין פין א ביזנעס פוינט וועט זיך עם מער נישט לוינען וויטער ממשיך צי זיין, אין ער וועט מחליט זיין צי פארקויפען די דיוולאפמענט פאר גוים וכו' (ארטיסטען LOL) אדער ער וועט אויפהערען צי פאנדען די מוסדות אדער פארקויפען די קהל בנינים, אין נאך פארשידענע פרבלעמען, וואס וועט זיין מיט די ערשטע 150 משפחות?? ווער וועט שטיין צי זייער האנט?
מיר קיקט עס אויס אביסל מאדנע די גאנצע זאך,
א. עס האט זיך אנגעהויבן בערך פאר א חודש פאר פסח אין עס איז באשריבען געווארען אין דער בלאט "אז האט זיך געגרינדערט א וועד וואס וויל ארויסהעלפן די דירות מאנגל אין די וועד גיט ארויס אפליקאציע'ס כדאי צי וויסען וואס דער עולם זיכט".
ב. צוויי וואכען דערויף איז באשריבען געווארען אז עס איז ב"ה אריינגעקימען א גרויסע ריספאנס אין די וועד קיקט אדורך די אלע אפליקאציע'ס כדאי צי קענען לערנען וואס דער עולם זיכט וכו' אין לפי וואס דער עולם זיכט גייט די וועד אנהייבן צי זיכן א פאסיגע פלאץ.
ג. ערב פסח איז שוין באריכטעט געווארען אז ב"ה אז די וועד האט שוין געטראפען א פאסיגע פלאץ אין אויך האט שוין די וועד איינגערישט א פילען אפיס אין שוין געפרינטעד שיינע פלענס אין ביכלעך אין מען נעמט שוין דיפאזיטס.
אין מיין שאלה איז,
וויא אזוי ארבעט דאס אזוי שנעל??
וי אזוי איז שוין דא אן אפיס אוועק געשטעלט? וי אזוי איז שוין אזוי שנעל דא פארטיגע פלענס אין ביכלעך?
צי האט מען דען גיט בודק געוועין די אלע ליגאלע פראבלעמען וואס קענען אינטערקימען?
צי האט מען גיט בודק געוועין אויב עס איז נישט דא קיין ENGINEERING פראבלעמען?
1.מען האט קוים געפרעיגט דעם עולם ווייניגער וי א חודש ציריק?
2. מען האט קוים אנגעהויבען צי זיכן א פלאץ?
3. מען האט נאר יעצט געטראפען דאס פלאץ.
אין שוין פארקויפט מען?
אזוי אויך מען רעדט שוין פין דעם 5 וואכען, אין איך האב נאך נישט געזעין קיין איין נאמען פין ווער עס שטייט אינטער דעים, אפי די אינטערוויא אין די בלאט איז אן א נאמען, איז ווער נעמט די דיפאזיטס? ווער פראטעקט דאס?
איך זאג דיר נאר וואס איך טראכט, עס קיקט מיר אויס זייער מאדנע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2008 21:18 |
|
| |
דאס וואס די שרייבסט אז מ'האט קוים אנגעהויבען טראכטען דערפון און שוין קויפט איז אביסעל נישט ריכטיג,
מ'האט טאקע יעצט אנגעהויבען רעדן דערפון צום עולם אבער ארבעטן ארבעט מען שוין דערויף פאר א לענגערע צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2008 01:15 |
|
| |
לעבעדיגער
ליין די היינטיגע דבר יום ביומו!!
"נייע הערליכע דירות, געפעינט אין סקרעיפט אין ק"י פאר $165 א ס"פ"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2008 18:23 |
|
| |
די עד אין דבר יום ביומו רעדט זיך בלויז פון 'איין' דירה, וואס איז שוין עדווערטייזט דארט עטליכע טעג, און קוקט מיר אויס אביסל אינטערעסאנט אז יענער האט נאך אלס נישט געטראפן א קונה פאר אזא ביליגע פרייז.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 00:11 |
|
| |
אלץ א בארא פארקער האלט איך נישט ביים פארען קיין ווילימסבורג צו נעמען אן אפליקעשאן, פאר איך ווייס נישט אז מען מאכט נישט פון מיר פורים,
אבער איך בין זייער פאראינטרעסירט זיך ארויסצוזעהן פון מיין 2 בעדראם לאך וואס איך צאל דערפאר צוויי טויזענט דאלאר, אויב איינער איז שוין געווען אין די 'וועד הדירות' אפיס, קען אפשר מיטטיילען מער פרטים לגבי די דירות און געגנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 00:16 |
|
| |
באקומען אין אימעיל
| ללא נושא |
|
אזוי ווי איך האב נישט רשות כתיבה, לייג דאס ארויף פאר די טובה פון די לייענערס:
איך בין נישט הונדערט פראצענט מיט יעדע ווארט אבער גענוג קראנט צו מעלדן. און אדרבא, ווער עס ווייסט מער, זאל זיך אנרופן.
אזוי ווי איך האב געהערט פון חבירים וואס טראכטן ערנסט פון דעם נייעם וועד הדירות ישוב, איז א פליכט צו זאגן אביסל וואס דא רעדט זיך אז מ'זאל וויסן די פאקטן. נישט אז עס קען נישט זיין א גוט געשעפט צו קויפן א הויז, אבער ווען איינער וויל טון אזא שריט איז ער בארעכטיגט צו וויסן פונקטליך פון וואס דא רעדט זיך און "אלע" דעטאלן.
קודם כל מיינען מענטשן אז דאס איז די זעלבע פראיעקט פון די איחוד הקהילות , איז גוט צו וויסן אז עס איז א צווייטע זאך און האט נישט מיט זיי.
דא רעדט זיך יעצט פון צוויי פריוואטע אינוועסטארס וואס זענען דורכגעפאלן מיט דעם שטח וואס זיי האבן געהאט געעקויפט, זיי האבן שוין פרובירט ביי עטליכע גרופעס דאס צו פטר'ן, אבער עס איז נישט געגאנגען. און יעצט זענען זיי געקומען צו די ארונים און פרובירן דא צו מאכן עפעס דערמיט און אין ערגסטן פאל, כאטש צוריקזען דעם קרן.
עס איז א ריזיג פלאץ און יעדער באקומט א פערטל עיקער, אבער, יעדע לאט באשטייט פון עטליכע עיקער, דעריבער וועלן די אינוועסטארס זיין א שותף אין יעדנ'ס דיד. (אויף וועלכע זיי קענען, אויב ארבעט זיך עס גוט אויס, בויען הייזער אויף זייערע פראפערטיס).
ביז עס גייט אפראווט ווערן אלס א ווילידזש , אויב עס וועט בכלל דורכגיין, דארף דויערן לכאורה ווייניגסטנס ארום צען יאר. דערווייל גייט מען וואוינען "זייער" אויסגעשפרייט איינער פון אנדערן. (ווייל יעדע לאט באשטייט פון פיר פינף עיקר און יעצט איז נאר איין הויז אויף א לאט). קען זיין עס איז דא פאר ווער עס איז א מעלה, איך זאג נאר די פאקטן. אבער אויב גייט זיך עס נישט אויסארבעטן אלס ווילידזש, (למשל אויב שכיניםוועלן זען אז אידן רוקן זיך אן און וועלן שטערן , וואס וועל איך טון מיט מיין הויז?)
דאס אלעס האב איך געהערט פון איינעם וואס קען אביסל די זאכן פון אינעווייניג און איך געדענק שוין נישט אלעס וואס ער האט מיר געזאגט, אבער דאס איז מיר זיכער קלאר געווארן: מ'האט מיר נישט געזאגט אלעס וואס מ'וואלט געדארפט זאגן איידער איך גיי צאלן פאר א הויז. עס קען זיין עס לוינט צו פרובירן און אריינטאנצן, עס איז מעגליך עס זאל זיך יא אויסארבעטן. אבער דער פאקט וואס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז מ'זאגט נישט אלעס ארויס גראב פאר'ן עולם פונקטליך פון וואס דא רעדט זיך, דאס צינדט מיר אן א לעמפל.
נאך א קליינע משל. ווען דער בלאט האט אין אנהויב געלייגט אנגעבליכע פראגע בויגן אז דער עולם זאל אויספילן וואס זיי זוכן און וויפיל זיי ווילן צאלן, און גלייך דערנאך געמאלדן אז "עס איז געלונגען צו טרעפן א צוגעפאסטע פלאץ", האבן זיי שוין געהאט אפגעמאכט מיט די אינוועסטארס אז זיי גייען עס פרובירן צו פראומאטן ביי די ארונים, איז פארוואס קומען זיי מיט מעשיות ווי גלייך צוליב א פארלאנג פון ציבור וואס זיי האבן געזען אויף אפליקאציעס האבן זיי געזוכט א פלאץ און "געטראפן"? פארוואס נישט שרייבן אפן: עס זענען געקומען אינוועסטארס וואס ווילן פארקויפן שטח, מיט גוטע דיעלס, פאראינטערעסירטע זאלן זיך שנעל אנרופן, וכל הקודם זכה"? קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. ממילא בין איך סקעפטיש. קודם וויאזוי קען איך געטרויען נאך אמאל דעם בלאט? און וואס ווייס איך צי די אינוועסטארס צאלן פשוט פאר'ן בלאט דאס צו פאמפן, און זיי שרייבן אז עס זאל אויסקוקן גוט. אבער נישט די דעטאלן וואס קען זיין א טוירן-אף פאר מענטשן. איז דאס אבער גערעכט? האב איך נישט געמעגט וויסן פאר איך געב 5,000 דאלער , פאר איך קויף א הויז, "אלע " דעטאלן?
מעג איך נישט וויסן איין איינציג נאמען ווער עס איז דער פאראנטווארטליכער פארשוין דא? וועל איך קענען סוען דעם בלאט אויב האט מען מיך אויסגעפאפט?...
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 00:40 |
|
| |
ר' דיפלא
א דאנק פאר די אינפארמאציע, אישית שטערט מיך נישט אז דאס איז "צוויי פריוואטע אינוועסטארס" אויב איז דאס אן אינטערסאנטע פלאץ און קען ווערען א שיינע ישוב.
אדרבה, קען איינער אויפקלערען פון וואס דא רעדט זיך?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 00:59 |
|
| |
ווען גייט אן אז אינוועסטערס האבן עס לכתחלה נישט געפלאנט צי פארקויפן פאר אידן???
ווער זאגט אז עס איז נאר פאר ארונים?? אין פארוואס פעלט אויס אייביג פרובירען צי באגראבען יעדע גיטע זאך???
דרך אגב, איין קלייניקייט, יעדער ווייסט ווי גרינג עס האט זיך איצט געשאפען צוויי נעבן קר"י
עס איז א גלאטע שקר אז עס קען נעמען 10 יאר, יענטץ האט ניטאמאל גענימען א האלב יאר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 02:12 |
|
| |
איך בין געוווען אין די אפיס פון די וועד הדירות, איך זאג ענק איך טראכט ערענסט פון מופען דארט, אזאלעכע שיינע דירות ממש פאר בחינם, איך האלט אז זיי דארפן ארויף לייגן דא די בילדער פון די דירות, מיט די פרייזן דערפון, וועלן זיי האבן 100'דערטער דיפאזעטס תיכף.
זיי זאגן אז זיי האבן שוין אן ערך פון 100 דיפאזעטס פון $5000.
עס קוקט אויס אז די זאך וועט ווערן ווייל עס אזי היינט צוטאגס נישט דא אזאלעכע ביליגע הייזער פאר אידן און "גאנץ ניו יארק סטעיט", מיט אזא ריזיגע שטח.
איינער וואס קען מופן אהין ד.מ. אז ער ארבעט אן ליין, מארגיטש בראקער וכו' כולל אינגערמאן וכו' איז א פלענער משוגענער אז ער מופט נישט אהין.
מיטן מופן אהין, פארדינט ער תיכף ומיד אן ערך פון א האלב מיליאן דאלער וואס וואלט אים געקאסט מער אזא דירה אין ווילי.
|
|
|
|
|