|
|
| נשלח ב-6/5/2008 03:40 |
|
| |
רבי יונה
קודם א דאנק פארן אהינגיין אפשר קענסטו געבען אפאר תשובות וואס דערווייל הערט מען נישט דערפון, די זאגסט טאקע אז זיי האבען הערליכע בילדער (זלמן לייב האט א הערליכע בילד פון זיין בית מדרש אויף ראסס - און הערליכע בילדער מוצאי יו"ט פון זיין עולם - אבער אין ריאלטי ווייסט יעדער וואס ער האט) בילדער מיינען גארנישט.
א. אין וועלעכע טאון איז דאס? די זאגסט לעבען מאנרא האט גענומען א יאר, אויב די קענסט אביסל היסטאריע מיינט דאס גארנישט, יעדער טאון איז אנדרעשט, אין מאנסי (רעמעפא) האט עס גענומען פאר 'כתר' וויזניץ קרוב צו 25 יאר!
ב. ווער גייט צושטעלען מוסדות?, וויפיל גייט קאסטען שכר לימוד?
ג. וואספארא טראנספערטעשן איז דא?, אויב מיין איך פארשפעטיג די באס ווי אפט וועט זיין טראנספארטציע?
ד. ווי איך פארשטיי גייט דאס זיין פאר 150 משפחות אין אנהייב, ווי פיל גייט זיין פון יעדע קרייז? - גייט מען שרייען 'שבת' אויב עס איז דא אן עירוב....?
ר' יונה: מיך אינטערסירט גאר ווייניג אויב דאס זענען פריוואטע אינוועסטער, אבער ווי לאנג עס שטייט נישט אויפען ארויס ווער דאס איז יא, האב איך א פראבלעם.
"זיי זאגען" - "וועד הדירות" - "צענדליגע קהלות" > ביטע זאגט אונז "איין" נאמען פון אן עסקן וועם מיר קענען טראסטען וואס שטייט אינטער דעם, דערווייל איז דאס פונקט ווי גני שמש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 04:53 |
|
| |
גיי אהין און זיי וועלן דיר אלעס זאגען, פון זיצען אויף הייד פארק און פרעגן וועסטו קיין קלארע ענטפער נישט באקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 18:17 |
|
| |
לכאורה ווי איך פארשטיי איז דאס אן אינטערנעמונג פון פריוואטע אינוועסטירער וואס ווילען טון א גוטע זאך און פארשטייט זיך אויך מאכען געלט דערביי,
(א שטייגער ווי שלמה לייב וו"ב פון ק"י וואס טוט אסאך גוטע זאכען פארן ציבור ווי למשל מנוחת הנפש א.נ. און ער מאכט נישט קיין סוד דערפון אז ער טוט עס פאר געלט)
דא ביי די פראדזשעקט גייט (קען) ווערן געבויעט טויזענטער דירות,
ס'גייט זיין איינגעטיילט אין סעקשאנס (שכונה'ת), די ערשטע סעקשאן וואס ווערט געבויעט פירט אן א סאטמארע אינגערמאן וואס וויל עס בויען אומאפציעל פאר סאטמארע איגעלייט,
דהיינו- לכתחילה וויל ער אז ס'זאל זיין 90% סאטמארע אינגעלייט מיט א "סאטמאר געשטימט" ת"ת און מיידל סקול,
(א שטייגער ווי קאנטרי וואס האט רוב סאטמארע משפחות וואס זענען אויך דע 10% נישט סאטמאר)
נאכדעם וואס די ערשטע phase/סעקשאן וועט זיין באוואוינט וועט מען בויען phase/סעקשאן/שכונה #2 וואס וועט זיין ג'בעיסט אויף 90% בעלזא אא"וו מיט אלע קהלות וואס ווילען.
און ווען ס'וועט זיין גענוג גרויס וועט ווערן אן אפציעלע סאטמארע ביהמ"ד און מוסדות
דאס איז אלעס מיינע אייגענע השערות וואס טוט נישט רעפרעזענטירען די "וועד הדירות"
די אינפארמאציע איז גענומען געווארען דורך צאמשטעלן פון אידען וואס זענען געווען ביי די "וועד הדירות" אפיס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 20:17 |
|
| |
די מצב פון דירות אין וויליאמסבורג איז אומדערטרעגליך, מ'דארף העלפן יעדעם וואס וויל עפעס אויפטון, נישט צוברעכן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 20:44 |
|
| |
כללטוער - גערעכט! און אדרבה מען דארף זיי העלפען, אבער ווי עס קיקט מיר אויס האבען זיי א שלעכטע מארקעטינג פירמע, מען פארקויפט אונז לאקשען וואס ברענגט אז מען קען נישט קלייבען קיינעם, ווען איך קום אהיים צו מיין דירה הייב איך שוין אן צו טראכטען צו קיין צו דעם וועד, אבער איך מיין אז געגענטער אזוי ווי 'ברך משה' אין מאנרא איז בעסער (יא, אביסעל טייערע) ווי פאנטאזיע וואס די חברה פארקויפען.
meadowview
-נעכטען האסטו מציע געווען איך זאל פארען קיין ווילימסבורג אין אליינס באקומען תשובות, היינט ברענגסטו אינפארמאציע "גענומען געווארען דורך צאמשטעלן פון אידען וואס זענען געווען ביי די "וועד הדירות" אפיס" דאס הייסט נישט קיין שום קראנטע אינפארמאציע.
-אויף די קשיא וויפיל גייט קאסטען שכר לימוד, זעה איך נישט קיין תשובה.
-אויף די קשיא פון ווי נעם איך די אחריות אז מען גייט דארט בויען טויזענטע דירות, זעה איך נישט קיין תשובה.
-אויף די קשיא ווער איז דאס "וועד הדירות", ענטפערסטו "פירט אן א סאטמארע אינגערמאן" איז דער וועד באשטייט פון איין יונגערמאן? - זיי מאכען פון אונז פורים?
-אויף די קשיא וואספארא טראנספערטעשן איז דא?, זעה איך נישט קיין תשובה.
און צום סוף פין דיינע "אייגענע השערות" שרייבסטו אז שפעטער גייט זיין "90% בעלזא אא"וו מיט אלע קהלות וואס ווילען" - ווען איך האב געפרעגט היינט א בעלזא עסקן אין בארא פארק וואס ארבייט פאר זייער קהילה האט ער בכלל נישט געוויסט צו זאגען פון דעם נייעם שטעטעל,
דאס איז אלעס מיינע אייגענע השערות וואס טוט נישט רעפרעזענטירען מענטשען וואס מען קען פאר זיי פארקויפען די "ברוקלין ברידש"
די אינפארמאציע איז גענומען געווארען דורך צאמשטעלן פון אידען וואס האבען אביסעל שכל אדער זענען שוין דורך די "וועד" וואס מיינען אז מען קען פון יעדען מאכען פורים ווי "גני שמש"
רבותי! דער מצב איז שרעקליך און מען טאר זיך נישט לאזען פארפירען פון שטותים, עס איז שוין די העכסטע צייט זיך ארויסצוציען ארום קרית יואל - יא מען וועט אפשר דארפען באצאלען פאר סקול טראנספארטאציע - אבער איך וועל נישט זיצען דארט און ווארטען פאר מוסדות, סטאר'ס, דאקטארים אא"וו
אגב, איך טראכט יעצט צו עפענען א 'דריי גוד' סטאר, האט איינער א גיטען נאמען אזוי ווי "וועד למען נקיון" פאר מיין ביזנעס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 21:18 |
|
| |
משה הלוי,
איך מיין די בעסטע נאמען פאר דיין דריי גוד סטאר וועט זיין "וועד מלביש ערמים" אדער "וועד הלבשה" אבער קודעם דארפסט די איינקופען די סחורה, אין נאכען איינקויפען די סחורה דארף מען ארויס שיקען אפליקציעס צי זעין וואס דער עולם וויל אנטיען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 21:48 |
|
| |
איך מיין עס איז צייט פאר די וועד הדירות זאל אפעציעל ארויסשטעלען א פאסיגער מענטש וואס זאל זיי רעפרעזענטירען אויף הייד פארק, פארפאלען, די אינטערנעט איז היינט די שופר פון אינפארמאציע אפילו פאר חרדיש'ע אידן, עס איז דא אזוי סאך אינגעלייט דא וואס ווארטען צו הערן עפעס מער אינפארמאציע, און דא קען מען געהעריג אויסשמועסען אן ענין.
אדער אז נישט הייד פארק, זאל זיין ערגעץ אנדערש אויפן אינטערנעט, און מודיע זיין דעם עולם וואו מען קען גיין פאר מער אינפארמאציע.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 22:12 |
|
| |
א דאנק פאר די טויזענטע ליינער וואס האבען אריינגעשיקט עצות אויף די נייע דריי גוד סטאר, וואס ווי באקאנט קאסט היינט קליידונג טויזענטע דאלער, צו ווייסט איר אז א היט קאסט היינט קרוב צו צוויי הינדערט דאלער פאר א בר מצוה בחור'ל?
א ספעציעלע דאנק פאר די 'כלל טוער' און 'עסקנים' וואס בעטען מען זאל נישט שוואך מאכען די עסקנים, און ווי אויך פאר די עסקן וואס האט אריינגעשיקט דער נייער לאגא פאר די וועד.
פאלגט נאך די מודעות אין דער בלאט, ווי איר וועט זעהן אינזערע נייעס באשריבען כאילו דאס איז נייעס פון די רעדאקציע, אן צושרייבען אז דאס זענען באצאלטע מודעות.

תוקן על ידי משה_הלוי ב- 06/05/2008 22:12:27
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 22:30 |
|
| |
משה_הלוי, זיי נישט ברוגז, אבער עס קיקט אויס ווי די האסט דא א אגענדא
אזוי אויך האסטו אויסטערליש שנעל באקימען די לאגא נאך א אינסעניט שמיעס כלומפעריש מיט יכול, אפילו אויב דאב איז די מציאות, איז עס אויך נישט קיין פעלער, אבער ביטע באהאלט עס נישט
+++++++
יעדע נייע שטעטעל גייט האבן שוועריקייטען,
די שווערסטע חלק וועט קימען פין מכם ובכם, פין אזעלכע וואס כלל ישראל איז געבענטשט, ארינטער צי רייסען יעדע זאך וואס שמעקט נאר ווי איינער וויל עפעס אויפטיען, דערנאך וועט מען האבען צי טיען פין די דרויסענדיגע גאס, די גוים וואס ביי זיי ליגט עס אין די בלוט
משה, דארפסט פארשטיין, - אין איך מיין אז יעדער פארשטייט - אז לעת עתה מיז ער גיבען די וויינגעסטע אינפערמעשין וואס עס איז מעגליך, ווייל ער וויל עס נישט טרעפן איבער מארגען באשריבען אין די דרויסענדיגע צייטונגען, וואס ווען עס וועט זיין באשריבען וועט יעדע פרט זיין טויזענט מאל שווערער, אין עס איז לא ימלט אז איינע פין די בכם ומכם וועט מאכען אזא דשאב, צי ווייל ער האט אביסל ריעל עסטיעט אין די סיטי, אדער אנדערע חשבונות, איך פלאן אי,ה זיך שטארק צי אינטערסירען איבער די פראדשעקט, אפילו מיט די ווייניג אינפערמאציע וואס עס איז דא, עס איז מיר אסאך בעסער ווען עס שטייט בראש איינער וואס זיכט צי מאכען געלט, ווי ווען א עסקן איז בראש, ווען א אינוועסטער וואס קען דערלייגען געלט איז אין טאפ אויף א פראדשעקט, וועט ער זיכער מאכען צי טיען די מאקסימום אז עס זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה,
אבער ווען עסקנים אבעטען לשם שמים אן קיין געלט אינטערעסן, האט עס 50 פראצענט טשאנס עס זאל דורכפאלען {עיין ערך בעסוואטער..} געלט איז די מאטער, אז אויב מען האט סייעתה דשמיא וועט די זאך זיין מיט הצלחה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 22:55 |
|
| |
שר,
איך האב מיט משה הלוי נישט גערעדט (הלוואי ווען איך קען מאכן אזא שיינע גראפיק אזוי שנעל...) און איך בין בכלל נישט אויף זיין זייט, אדרבה איך האב ערנסטע פלענער זיך ארויסצוציען דארט, איך האב נאר געוואלט אז איינער וואס ווייסט זאל פארענטפערען די אלע קשיות וואס איז שווער דא פאר מענטשען.
ביטע ווארף מיך נישט אויף די זייט פון די מהרסים.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 23:10 |
|
| |
ר' שרמקוצי
א. איך בין נישט ברוגז, איך זאג אפען איך האב אן אגענדע - מיין אגענדע איז עס איז מיר נמאס געווארען צו זעהן ווי אפאר מארקעטינג חברה מאכען פורים פון דער עולם,
ב. איך זעה אז די ביסט נישט אזוי באקאנט מיט גראפיקס אין די מיינסט אזא לאגא נעמט אפאר וואכען צו מאכען, די קענסט דאס מאכען מיט פאטאשאפ אדער קאראל אין צעהן מינוט.
ג. איך ווייס נישט פון וועלעכע "אינסעניט שמיעס כלומפעריש מיט יכול" די רעדסט.
און יעצט צום פוינט: די פרטים וואס איך האב געפרעגט זענען נישט פרטים וואס מען קען נאך נישט ארויסגעבען לדוגמא ווער שטייט אינטער דעם?, די ביסט גערעכט אז אן קיין געלט נאר עסקנות גייט עס אין ערגעץ נישט, אבער מיינען אז דער עולם איז משוגע און קויפט יעדע שטות איז אויכעט טפשות!
ווען זיי וואלטען געווען גראדע מענטשען (איך זאג נאכנישט אז זיי זענען נישט) וואלטען זיי ארויסגעקומען אפען און געזאגט מיר זענען א קאמפאני דא צו מאכען געלט, נישט "וועד הדירות" און געגעבען מער קלארע תשובות צו דער זאך!
(ווען מען שרייט מהרס און מען ענטפערט נישט צו דערזאך, איז דאס א קלארע תשובה)
מיט דאנק!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 23:34 |
|
| |
משה, איך רעד נישט אינעם נאמען פין די וועד,
איך זע אבער אז עס ברענט דיר צי וויסען תשובה אויף די פאר שאלות, בעפאר דו גיבסט די אפליקעשען, וועל איך דיר פראבירען צי ענטפערען לפי קט שכלי, אבער געדענק, די בעסטע עצה אאלעס צי וויסען, איז דורוך אראפגיין רעדן מיט די מענטשן אין אפיס, זיי וועלן דיר גערן ענטפערען,
| משה_הלוי כתב: |
 |
-אויף די קשיא וויפיל גייט קאסטען שכר לימוד, זעה איך נישט קיין תשובה.
-אויף די קשיא פון ווי נעם איך די אחריות אז מען גייט דארט בויען טויזענטע דירות, זעה איך נישט קיין תשובה.
-אויף די קשיא ווער איז דאס "וועד הדירות", ענטפערסטו "פירט אן א סאטמארע אינגערמאן" איז דער וועד באשטייט פון איין יונגערמאן? - זיי מאכען פון אונז פורים?
-אויף די קשיא וואספארא טראנספערטעשן איז דא?, זעה איך נישט קיין תשובה |
|
אויף די קשיא וויפיל גייט קאסטען שכר לימוד, זעה איך נישט קיין תשובה.
דערווייל קען מען נישט וויסען, עס ווענט זיך אין די הוצאות פינעם מוסד, אבער בדרך כלל וועט עס זיין אין עווריטש מיט אלע חסידישע מוסדות, וואס האבן בערך די זעלבע פרייז
-אויף די קשיא פון ווי נעם איך די אחריות אז מען גייט דארט בויען טויזענטע דירות, זעה איך נישט קיין תשובה.
קיינער נעמט נישט קיין אחריות, 500 הינדערט דירות פאר די ערשטע 5-10 יאר איז געניג, עס שטייט נישט אז מען דארף זיין אין א שטאט וואס זענענן דא העכער טויזענט איינוינער, אבער בדרך כלל ווי לאנג די בוירט ראטע וועט אנגיין ווי עס גייט יעצט אן, וועט עס זיכער האבן ביז 10 יאר איבער טויזענט איינוינער, דאס קען דיר יעדער איינציגער נערמאלער מענטש צי זאגען {דרך אגב, וואס פאר מין גאראנטי ברויכסטע אז עס גייט זיין טויזענט דאלער איינוינער, אין פארוואס דארפסטע די גאראנטי, אין ווער ווילסטע זאל עס אינטערשרייבען, ווער קען עס בכלל אינטערשרייבען??}
-אויף די קשיא ווער איז דאס "וועד הדירות", ענטפערסטו "פירט אן א סאטמארע אינגערמאן" איז דער וועד באשטייט פון איין יונגערמאן? - זיי מאכען פון אונז פורים?
מען מאכט נישט קיין פורים, ווייל יעצט גייט זייןל"ג בעומר, בסך הכל וויל דער אינוועסטער זיך יעצט נישט אויסטיען פאר די גאס אין צייטונגען, אי"ה ווען עס וועט נוגע זיין - אויב עס וועט נוגע זיין- דאס הייסט, פארען געבן דאון פעמינטס, וועט עס יעדער וויסען
-אויף די קשיא וואספארא טראנספערטעשן איז דא?, זעה איך נישט קיין תשובה
אזוי ווי אלע אפסטעיט שטעטליך האבן,{ מאנראו באס, אין מאנסי טרעליס וועלן זיך אדורוך קימען ווער עס זאל באקימען די ראוט.
וואס נאך ווילסטע וויסען????
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 06/05/2008 23:38:23
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 23:41 |
|
| |
א דאנק!
גענוג!
פאר איך גיי דיר געבען תשובה, און על אף וואס די דעבאטע פילט אביסעל אן מיין טאג האב איך מחליט געווען צו גיין א טריט פאראויס, איך וועל אליינס אראפגיין און באקומען תשובות.
אי"ה מארגען האף איך צו האבען מיט פינף טויזענט דאלאר ווייניגער נאכען געבען א דיפאזיט, הלוואי!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 23:57 |
|
| |
משה'לע, לאז מיר אייך דערציילן א מעשה'לע. אפשר אזוי וועסטו דאס פארשטיין.
געווען א איד וואס האט געקויפט ריזיגע שטחים אין א געגענט, געפלאנט האט ער אז ווען די צייט וועט רייף ווערן וועט ער בויען דערויף דירות, פארקויפן פארן עולם און מאכן א מיאנטיק מיט געלט, געמיינט האט ער אז עס וועט קומען דער טאג און ער וועט שארן גין גאלד, ער וועט זיין א רייכער מאן, ווועט האבן פעלדער און וועלדער אא"וו.
יארן זענען דורך געלאפן, ווי גייט דאס ווערטעל "דער מענטש טראכט און פון הימל מ'לאכט" די פרייזן פון די שטחים הייבן אן צו פאלן, דער איד, אינזער בעל החלומות דערזעהט זיך מיט אן ערנסטער פראבלעם, ער קען אויף די שטחים קיין דירות נישט בויען, ער קען קיין געלט נישט מאכן דא, די פרייז איז פילפאכיג געפאלן, בעסער געזאגט געטראסקעט, אויב בויעט ער יעצט וועט ער נאר דערלייגן די גאטיעס. וואס טוט א איד?
ער ווענדט זיך צו אנדערע סוחרים אויב זיי ווילן דאס אפקויפן, למעשה נאכן שטיין ווייס-איך-ווי-לאנג מיטן שטח און נישט פארקויפן האט ער שלום געמאכט מיטן מצב אז ער מיז דערלייגן געלט און זיך ארויסזעהן פון דעם דיעל.
*
אין איינע פון די הייזער אין די רוישיגע שטאט וויליאמסבורג זיצט א פרוי מיט אירע זעקס געבענטשע קינדערלעך און פראבירט זיי צו לייגן שלאפן, די דירה האט - וווי רוב איינוואוינער - צוויי שלאף צומערן, (איינס פארן פארפאלק און די אנדערע פאר די זעקס קינדער בליעה"ר) א קאך, ביה"כ, און דיינונג רום.
יעדע נאכט איז דאס אן עקסטערע מיטמאכעניש וויאזוי צו לייגן די קינדער שלאפן, א חלק זענען קליינע וואס גייען פרי שלאפן, אנדער זענען שוין גרעסער וואס קומען הערשט אהיים אסאך שפעטער און זיי וועקן אויף די קלענערע, קיין סאך פלאץ אין די דירה איז נישטא ווי זיך צו דרייען, אויב יא איז עס די בית הכיסא און די קאך, עפעס אנדערש איז נישטא. אויב ווילסטו זיך אויסצוען גיי אויף די שטיגן אינדרויסן, נישט אינדערהיים. ס'איז נישטא קיין פלאץ.
דער טאטע איז נישט רואיג, עס גייט אום שוין אויף די נערווען (פארן מאמען איז עס שוין געגאנגען א שטיק צייט צוריק..) ווי קען מען אזוי לעבן, רענט צאלט ער אכצן הונדערט דאללער פלאס געז און עלעקטריק און מענעדזשמענט און א דירה האט ער אין די ווערט פון קוים זיבן הונדערט טאללער.
אין א שיינער קילער טאג, זייענדיג אין די ביזנעס איבער א הויפן פאפירן און פיילס הערט ער פון א חבר זיינס אז א געוויסער איד האט זיך אנגעקויפט מיט שטח וואס עס גייט אום נישט, און ער איז שוין מסכים צו דערלייגן געלט אבי איינער זאל דאס אפקויפן פון אום. דער איד איז נישט קיין צוויטער ווי דער אויבערדערמאנטער איד.
נאכן איבער קלערן די זאך מיט מומחים און זיך דורכרעדענדיג מיט עסקנים האט ער זיך אריינגעליייגט אין די זאך, ער גייט בויען א פלאץ אין די אפסטעיט געגענט ווי מ'וועט קענען קויפן ביליגע דירות, ביליגער ווי אין אלע היימישע חרדישע געגענטער היינט אין ניו יארק, נאכדערצו נישט ווייט פון שוין א געבויעטן ווילידזש קרית יואל.
צו טאפן דעם דופק, אויב דער עולם וועט טאקע ארויסקומען וואוינען האט ער אריינגעלייגט אין "דער בלאט" - א צייטונג וואס פארפירט שוין א וויילע וועגן בויען נייע ישובים - א פראגע בויגן צו זעהן אויב דער האלט דערביי.
נאכדעם וואס ער האט צוריק באקומען הונדערטער אפליקעישאנס מיט א פאזעטיווער ענטפער האט ער פרייליכערהייט געמאלדן אז מ'האט שוין ב"ה א געאייגענטער פלאץ דערפאר און מ'גייט זיך שוין נעמען דערצו.
ע"כ המעשה.
יעצט למעשה, אויב ווילסטו וויסן אמת'ע פאקטן, איז דא איין עצה.
דער "וועד הדירות" האט א אפיס אין וויליאמסבורג אויף ראטלידזש צווישן העריסאן און בראדוועי (העכער עמעיזינג סעיווינגס) און איר זענט העפליך געלאדענט ארויפצוגיין אהין אין הערן אלעס וואס איר ווילט, דארט האט איר א נאמען פון א מענטש צו וועם איר קענט רעדן, דארט האט איר דעטאלירטע פלערנער אא"וו.
שרייבן אויף הייד פארק, אפילו איינער זאל דיר ענטפערען איז בכלל נישט קיין הוכחה אז די פאקט איז טאקע אזוי.
געדענק:
אויב ווילסטו באמת וויסן פאקטן איז דא איין עצה. גיי ארויף אין אפיס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2008 23:57 |
|
| |
משה הלוי,
שיינע ארבעט,
השר מקוצי,
ליידער זעיט די "וועד הדירות" אויס, אזוי ווי משה הלוי'ס דריי גוד סטאר,
מען פאנגט אן מיט דעם, אז עס האט זיך געגרינדעט א וועד וואס גיט ארויס אפליקציעס כדאי צי קענען לערנען וואס די עולם זיכט, אין די אפליקאציע פרעגט מען די קימענדיגע שאלות,
1. ווי ווייט מעג די ישוב זיין?
2. כדי אנציהויבן א נייעם ישוב איז פארשטענדליך אז מען קען נישט קויפן א שטח וואו מען קען תיכף ומיד בויען הונדערטער דירות. וויפיל וואלט געווען די מינימום צאל דירות אנציהייבן אזא ישוב?
3. אין נאך אזעלעכע שאלות,
אין מאכט חוזק פין דעם עולם אז עס ווענדט זיך ממש אין זייערע ענטפערס, אין לפי די ענטפרס פין עולם "פינקלעך אזוי וועט מען זיכן,אין די צייט וואס מען האט שוין די פראפערטי, דאס איז די ערשטע פראבלעם וואס איך האב מיט דעם.
די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב שטייען אינטער דעם פריוואטע דיוועלאופרס (וואס זענען נעבעך סטאק געבליבען מיט זייער דיוולאפמענט ווייל די גוישע מארקעט איז שטארק געפאלען) פארוואס זאגען זיי נישט דעם אמת אז מיר זענען פריוואטע דיוולאפערס וואס ווילען אויף בויען א נייע אידישע שטאט? פארוואס באהאלטען זיי זיך איטער די מאסקע פין א "וועד"? "עסקנים"?
 |
|
|
|
|
|