|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:07 |
|
| |
באמת האט שוין "לעבעדיגער" אלעס זייער פיין פארענפער, ציקער זיס, די סך הכל איז, אז וואס די ווילסט וויסען איז דא איין אדרעס, דאס איז אין וומסב"ג העכער אמעזיניג סעוויניגס, זיי ענטפערן גערען, אין זיי בעטען נישט קיין אפצאל, א שאד זאלסט זיך דא מיטשען פאר א ענטפער בשעת די באקימסט עס גרינגערהייט ביי זיי אין אפיס
| כנגדכולם כתב: |
 |
השר מקוצי,
ליידער זעיט די "וועד הדירות" אויס, אזוי ווי משה הלוי'ס דריי גוד סטאר,
מען פאנגט אן מיט דעם, אז עס האט זיך געגרינדעט א וועד וואס גיט ארויס אפליקציעס כדאי צי קענען לערנען וואס די עולם זיכט, אין די אפליקאציע פרעגט מען די קימענדיגע שאלות,
1. ווי ווייט מעג די ישוב זיין?
2. כדי אנציהויבן א נייעם ישוב איז פארשטענדליך אז מען קען נישט קויפן א שטח וואו מען קען תיכף ומיד בויען הונדערטער דירות. וויפיל וואלט געווען די מינימום צאל דירות אנציהייבן אזא ישוב?
3. אין נאך אזעלעכע שאלות,
אין מאכט חוזק פין דעם עולם אז עס ווענדט זיך ממש אין זייערע ענטפערס, אין לפי די ענטפרס פין עולם "פינקלעך אזוי וועט מען זיכן,אין די צייט וואס מען האט שוין די פראפערטי, דאס איז די ערשטע פראבלעם וואס איך האב מיט דעם. ??
די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב שטייען אינטער דעם פריוואטע דיוועלאופרס (וואס זענען נעבעך סטאק געבליבען מיט זייער דיוולאפמענט ווייל די גוישע מארקעט איז שטארק געפאלען) פארוואס זאגען זיי נישט דעם אמת אז מיר זענען פריוואטע דיוולאפערס וואס ווילען אויף בויען א נייע אידישע שטאט? פארוואס באהאלטען זיי זיך איטער די מאסקע פין א "וועד"? "עסקנים"? |
|
דו האסט באמת צוויי זייער זייער שטארקע קשוית,
ווי באלד אבער איך ארבייט נישט פרען וועד ווייס איך נישט די תירוץ
אבער, עס קען זיין אז זיי האבן שוין געהאט די לאט, זיי זענענן נאר געוואר געווערן פינעם ציבור'ס תשובות אז עס איז טאקע גע'אייניגט פארען ציבור, פאר דעים האבן זיי עס נישט געוואלט אנטראגען פארן ציבור צי קויפן,
אדער קען זיין, אז פאר PR איז בעסער צי גיין מיט די וועג, כדי דער עולם זאל מסכים זיך צי לאזן העלפן אין גיין ווינענן אויף א פערטעל עיקר, אנשטאט די 800 הינדערט סקווער פיס וואס מען האט אין וומסב"ג וואס איז דעם איז שוין אינקלאדעט די עלעוועטעיר
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 07/05/2008 0:13:54
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:29 |
|
| |
| השר_מקוצי כתב: |  | |
אויף די קשיא וויפיל גייט קאסטען שכר לימוד, זעה איך נישט קיין תשובה.
דערווייל קען מען נישט וויסען, עס ווענט זיך אין די הוצאות פינעם מוסד, אבער בדרך כלל וועט עס זיין אין עווריטש מיט אלע חסידישע מוסדות, וואס האבן בערך די זעלבע פרייז
איך האב טאקע נישט מער ווי א דריי גוד סטאר, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר ווי אזוי מען האלט אויף אזא מוסד ווען דער גאנצער געגענט איז פון 150 משפחות? ווען די עווריטש מוסד האט אסאך מער אין דאך שרייען זיי כסף מנלן?
-אויף די קשיא פון ווי נעם איך די אחריות אז מען גייט דארט בויען טויזענטע דירות, זעה איך נישט קיין תשובה.
קיינער נעמט נישט קיין אחריות, 500 הינדערט דירות פאר די ערשטע 5-10 יאר איז געניג, עס שטייט נישט אז מען דארף זיין אין א שטאט וואס זענענן דא העכער טויזענט איינוינער, אבער בדרך כלל ווי לאנג די בוירט ראטע וועט אנגיין ווי עס גייט יעצט אן, וועט עס זיכער האבן ביז 10 יאר איבער טויזענט איינוינער, דאס קען דיר יעדער איינציגער נערמאלער מענטש צי זאגען {דרך אגב, וואס פאר מין גאראנטי ברויכסטע אז עס גייט זיין טויזענט דאלער איינוינער, אין פארוואס דארפסטע די גאראנטי, אין ווער ווילסטע זאל עס אינטערשרייבען, ווער קען עס בכלל אינטערשרייבען??}
אנטשולדיג, ביז יעצט זאגט מען 150 משפחות, אין עס טאנצט גלייך אויף 500, אויב עס איז טאקע 500 ביסטו גערעכט, מארגען וועל איך זיי פרעגען אויב מען רעדט פון 500 דירות וואס דאן פאלט אוועק אסאך פון די שאלות
-אויף די קשיא ווער איז דאס "וועד הדירות", ענטפערסטו "פירט אן א סאטמארע אינגערמאן" איז דער וועד באשטייט פון איין יונגערמאן? - זיי מאכען פון אונז פורים?
מען מאכט נישט קיין פורים, ווייל יעצט גייט זייןל"ג בעומר, בסך הכל וויל דער אינוועסטער זיך יעצט נישט אויסטיען פאר די גאס אין צייטונגען, אי"ה ווען עס וועט נוגע זיין - אויב עס וועט נוגע זיין- דאס הייסט, פארען געבן דאון פעמינטס, וועט עס יעדער וויסען
יא, די ביסט גערעכט עס גייט זיין ל"ג בעומר, האסט מיך אפגעפרעגט...
-אויף די קשיא וואספארא טראנספערטעשן איז דא?, זעה איך נישט קיין תשובה
אזוי ווי אלע אפסטעיט שטעטליך האבן,{ מאנראו באס, אין מאנסי טרעליס וועלן זיך אדורוך קימען ווער עס זאל באקימען די ראוט.
באמת? זאג נאר האסטו אמאל געהערט ווי אזוי מאנסי טרעילס האט זיך אנגעהויבען? האסטו אמאל געהערט פון 'מזל' באסעס? אדרבה פרעג די ערשטע מאנסי איינווינער, אויף יעדע באס איז דא לפחות 60 פלעצער, די גאנצע געגנט גייט ארויף אויף דריי באסעס צוזאמען מיט די קינדער, און דערפאר וועלען זיי צושטעלען באסעס א גאנצע טאג?
וואס נאך ווילסטע וויסען????
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 06/05/2008 23:38:23
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:36 |
|
| |
משה איך וויל דיר קלאר מאכען אז איך רעד נישט אינעם נאמען פינעם וועד, זיי האבן מיר נישט אויטערייזט צי רעדן אין זייער נאמען, אין איך האב נישט געבעטן קיין רשות פין זיי צי רעדן אין זייער נאמען, איך בין נישט מער ווי צוויי מאל דארט געווען אין איך האף בקרוב צי געבן א אפליקאציע מיט 5000 טויזענט דאלער, פרעג מיר נישט אפ מיט זאכען וואס כ'האב דיר פריער געשריבען, ווייל כ'האב עס נאר געשריבען כדי זאלסט זען מיט דיינע אויגן אז די דראפעסט זיך אויף די גראדע ווענט, אדרבה טי וואס לעבעדיגער האט דיר גע'עצה'ט גיי ארויף אין אפיס רעדט מיט די פערסענאל דארט, זיי וועלן דיר גערן העלפן,
דרך אגב, איין זאך דארפסטע וויסען, יא, כל התחלות קשות פאר די ערשטע הינדערט פופציג מענטשן וועט אפשר זיין געוויסע שוועריקייטען, אבער זיי נישט קיין נער, זיי וועלן האבן א דאך איבערן קאפ, אויף א פערטעל עיקר פאר אינטער צוועלף הינדערט דאלער מארגיטש, נישט קיין דירה סריחה ווי אין ווילי וואס איז בשותפות מיט די מייז, וואס עס קאסט אין די אלף השיש, פארשטיי די חילוק, אויב נישט פרעג דיין ווייב
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 07/05/2008 0:44:44
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:40 |
|
| |
לגבי די תלמוד תורה האב איך געהערט אז זיי זוכן טאקע משפחות נאר פון די גאנץ קליינע כיתות לאמיר זאגן ביז כיתה ג-ד און אויס ס'וועט נישט זיין קיין פולע כיתות וועט מ' (די ערשטע יאר) צוזאמשטעלן צוויי עידזשעס אזוי ווי אין קאנטערי
תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 07/05/2008 0:40:22
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:43 |
|
| |
משה, לידעתך. שר מקוצי איז נישט דער אפיס אויף ראטלידזש.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:45 |
|
| |
לגבי די טראנספאטעישן א ווען וואלט שלעכט געווען פון אנפאנג?
פון קרית יואל קיין ב"פ איז יארן געווען נאר א ווען אויך פון קרית יואל קיין מאנסי
טאמער וועט א 15 פעס, זיין צו גרויס וועט מען נוצען נאר א מיני ווען
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 00:50 |
|
| |
לעבעדיגער, א דאנק פאר די אינפארמאציע
יעצט לאמיך רעדען אביסעל פון דיין שיינע מעשה, נאר איין טובה טיע מיר לאז מיין נערווען קראנקע ווייב ארויס דערפון [דער טאטע איז נישט רואיג, עס גייט אום שוין אויף די נערווען (פארן מאמען איז עס שוין געגאנגען א שטיק צייט צוריק..) ]
די שרייבסט א שיינע מעשה וואס ווען עס רעדט זיך נישט פון מיר וואלט איך אויך הנאה געהאט, אבער "נאכן איבער קלערן די זאך מיט מומחים און זיך דורכרעדענדיג מיט עסקנים האט ער זיך אריינגעליייגט אין די זאך" דאס איז וואס רעגט מיך דאס מערסטע, שרייב ארויס אפען "איך האב א גרויסע לאט אין איך טראכט אפשר וועט דאס גיט זיין פארן ציבור" האק נישט אין קאפ אריין מיט 'עסקנים' מיט א 'וועד'
שנית: די מינוט וואס איך האב געזעהען אז מען רעדט דא פין א פי אר קאמפיין - האב איך אנגעהויבען צו פרעגען קשיות, איך ווייס פשוט נישט וואס איז אמת אין וואס איז פי אר.
לסיכום: איך האב געזאגט איך גיי שווייגען ביז מארגען - שווייג איך ביז איך גיי אהין, א גיטע נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2008 18:54 |
|
| |
די וועד ווערט אנגעפירט לויט ווי איך הער, פון העסגן הרב החסיד רבי דוד שטיינבערג ני"ו, וואס ווי יעדער ווייסט איז רבי דוד א מורא'דיגער עסקן נלהב וואאס איז ממש נישט דא זיין גלייכן.
רבי דוד האט פאריאר אנגעפירט די נייע מחנה רב טוב דסאטמאר ליווינגסטאן מענער, וואס האט געקלאפט ווי א זייגער און יעדער האט דאס באוואנדערט, ווי אזא ריזיגע קעמפ פון 800 קינדער זאל די ערשטע יאר אזוי קלאפן.
דאס זעלביגע דא אז רבי דוד שטייט בראש פונעם וועד וועט דאס זיין א מעכטיגער סוקסעס אי"ה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2008 01:08 |
|
| |
משה הלוי
ווילסט ארויף לייגען א שלאס אויפן גאנצע קאנסעפט פון מארקעטינג? לייגען א שלאס אויף מעדיסאן עוו?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2008 01:14 |
|
| |
נו, משה, מיר ווארטן צו הערן פון אייך.
אויב זענט איר שוין דארט געווען דערציילט אינז אביסל וואס עס טוט זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2008 03:43 |
|
| |
געווען - געזעהן - געהערט!
יא, איך בין היינט געווען אין דעם אפיס, איך בין דערווייל נישט קלאר אויף עטליכע ענינים, וואס איך האף מברר צו זיין אין די נעקסטע פאר טעג, דאס קען איך יא זאגען אז אסאך פון מיינע קשיות זענען פארענטפערט געווארען לטובה - אין עס קען זיין א געוואלדיגע פלאץ.
אבער דערווייל וועל איך שווייגען ביז איך האב מער פרטים
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:38 |
|
| |
נא....
משה_הלוי
איך ווארט צו הערן פון דיר
|
|
|
|
|