עבד, תורה'לעך קענסטו זייער גוט, אבער איך האב נישט אזויפיל ליידיג צייט ווי דיר שנה ופירש'ניק אפצוענטפערן כסיל כאולתו, ווייל דו וועסט סייווי בלייבן מיטן לעצטען ווארט, און איך ווייס סייווי נישט ווער דער דייטש וועם דו באצייכענסט אלץ ריש שין עין איז, אפשר האט ער דיר אמאל וויי געטוהע אדער מוסר געזאגט, איך ווייס נישט. אבער דאס ווייס איך יא אז טויזענטער אידען קען ער נישט נאכשרייען, ווייל דערווייל איז נאכנישטא קיין טויזענטע טרעגער'ס אין וויליאמסבורג ב"ה, די אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער. אויך פארשטיי איך נישט ווי אזוי ווערט מען א מלעיג על דברי חכמים, ווען די חכמים אליין זענען די וואס האבן מסכים געווען צום קול מחאה אקעגן די מחללי שבתות, ומאי חזית דחכמים דידך סומק טפי מחכמים דידי!
דער אודווארי רעדט דאך סתם שטותים און הבלים, קיינער קוקט ניטאמאל אויף זיין זייט, בכלל פארשטיי איך נישט ווי אזוי ווילסטו אז איך זאל אים אפשפארן, בין איך קען א מנהל הפורום, אדער פון די מנהלי היידפארק? (אפשר קלערסטו אז מיט א סקעננער - וואס עד היום הזה ווייסטו נאכנישט וואס דאס איז, נאר אלע דאקומענטן ליגען נאך ביי דיר אין באזיץ - קען מען דאס אויך טוהען, בין איך דיר מודיע אז נישט.
איך פארשטיי נישט וואספארא סתירה האסט געטראפען צווישען חולה מסוכן און שוטה לדבר אחד, עס איז רוהאיג שייך ביידע, און מען דארף נישט די אלע פורים פשט'לך כדרכך, נאר פשוט די שטות לדבר אחד מאכט דיר קראנק חולה שי"ב סכנה ווען דו זעהסט אדער הערסט איינע פון די זאכען וואס שמעקן דיר נישט. די גאנצע מעשה מיט שאפראנע רב און נשא תורה כאפ איך נאכנישט לפענ"ד וואו עס געהערט דא, חוץ אז דו ווילסט אנצייכענען התחלפות האותיות, אפשר דערמאנסטו אויך אז מונקאטשע רב פלעגט זאגען לתּקן עולם מיט א תיו דגושה, כדי עס זאל זיך נישט הערן חלילה ווי לסכן? 1 זאך זעה איך אז 'ויהי לו סוכנת', עפעס קרענקט דיר דער טיטל חולה מסוכן, איך פארשטיי נאכניטש פארוואס.
ניין, איך ווייס נישט פון דעים תשובה אין ספר מהרי"א ענזיל, איך האב ניטאמאל געזעהן דעים ספר קיינמאל, אז דו קענסט ברענגן א קאפי דערפון וואלט געווען אינטערסאנט (אבער דו האסט דאך נישט קיין סקעננער...), אבער סיי ווי אזוי איז עס נאר מחזק דברי האמורים למעלה, כיהודה ועוד.
גראדע האב איך הנאה געהאט פון די סתם פשט פון דער מצודת, "גם אויל מחריש" ווער עס קען שטיל מאכן דעם אויל דעם נאר , דער איז "חכם יחשב" ווערט גערעכנט וויא א חכם, אז ער האט געקענט ווייזן אזוי א קונץ שטיל צו מאכן דעם נאר . מוז ער זיין א חכם. דער חכם וועט טאקע זיין ווער עס וועט קענען שטיל מאכן דעים עבד בנוגע די ענינים, און צורוה לאזען די מענטשהייט, און אנהויבען נוצען זיין קעפל פאר גוטע זאכען, און ארויפלייגען אלע זיינע אלטע דאקומענטן וואס ער דארף צו האבן.
איך ווייס טאקע אהובי ידידי היקר והנעלה והחביב אז די הייליגע גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין צ"ז אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין "וסר מרע משתולל" דער וואס וועט זיך אפשאקלען פון די "רע" פון די רשעותדיגע טעראריסטישע אקציעס. "משתולל" וועט הייסן א משוגענער. און עס איז דאך דא דער כלל מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת. ענדערש צו הייסן א שוטה ממש וויא ענדערש צו זיין א רשע און טוען רשעות אדער מחזק זיין עושי רשעה וד"ל, דעריבער שייד דיר אפ פון די קשר רשעים וואס טוהען נאר רשעות און מיינען גאר נישט לשם שמים, נאר אייגענע הנאה און באקוועמליכקייטן און תאוות הניצחון, און מעשה מ.ר. יוכיח, ועוד.
די גאנצע מעשה פון די רב קוקט אויס ווי דו ביסט געווען דא ניצוץ פונעם שואל ומשיב, ווייל דו ביסט געווען סיי דער שואל און סיי דער משיב ביי דיר אין קאפ, און נישט געכאפט און ארויפגעלייגט די נארישקייטן בפני כל קהל ועדה, ארויף אויפן פארק, וואס עס מאכט נישט קיין סענס, עס פאסט פאר א חיידער יונגעל צו זאגען אזא באמבאסטישען חידוש!
די אשכול דארף מען נאכנישט פארמאכען, ווייל מען דארף נאך געבן א געלעגענהייט פאר עבד אפצוענטפערן די דאזיגע רייד מיט זיינע מאכעניקאציעס און דריידעלעך כדרכו, און ברענגען מעשיות פון ראפשיצער רב, און קרייזער רב, אז די עולם זאל זיך מיט ספינען און מיטדרייען און פארגעסן וואס עס איז געשטאנען פריער, און ווער גייט דען זיך נעמען די מיה און איבערליינען פון אנהויב זעהן ווער עס מאכט די גענאר פון וועמען? אזוי בלייבט מען אייביג מיט די לעצטע ווארט.
_________________
הכל שריר וקיים
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/05/2008 4:40:56