בית פורומים כל העולם כולו

יומא דהילולא קדישא של כ"ק מרן רבינו זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2008 19:31 לינק ישיר 
יומא דהילולא קדישא של כ"ק מרן רבינו זי"ע


די וואך דאנערשטאג פאלט אויס די צווייטע יארצייט פין כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.

בנו וממלא מקומו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט פירן טיש לכבוד די יארצייט דאנערשטאג נאכט אין 7:00 אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו.

דאנערשטאג אינדעפרי וועט רבינו שליט"א דאווענען בצוותא חדא מיט די בחורי חמד תלמידי סאטמאר מכל רחבי תבל ניו יארק, אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו 9 אזייגער, נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים ווי די רבי וועט משמיע זיין דברות קודש לכבוד היום אין הכנה פארן ארויף גיין צום ציון הקדוש.

תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו.

תוקן על ידי יודלע ב- 29/04/2008 20:07:04




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2008 00:38 לינק ישיר 

היינט - מיטוואך נאכט - וועט פארקומען א "מסיבת לחיים" אור ליום פון די הילולא קדישא פון איתן אדונינו רבינו הקדוש והטהור זכיתו יגן עלינו, אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.

מארגן וועלן ארויספארן באסעס נאכמיטאג צום ציון הקדוש און דערנאך וועט פארקומען די צענטראלע סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בהשתתפות אלפי חסידים ומעריצים פון רביהקוה"ט זי"ע ובראשם פון מ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2008 03:55 לינק ישיר 

אין בארא פארק וועט פארקומען א סעודה היינט מיטוואך נאכט אין ביהמ"ד וואס ווערט אנגערופן לשמו ולזכרו פונע'ם בעל הילולוא "ברך משה" אויף 12 ווי בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 עוו. וועט אויפטרעטן.

אזוי אויך הענגט מודעות אין די סאטמארע בתי מדרשים אין ב"פ אז קהל יטב לב פון בארא פארק הייבט אהן שרייבן א ספר תורה לעילו נשמתו פונע'ם רבי'ן זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2008 04:00 לינק ישיר 

ביי די וועי ווייסט איינער אפשר צו הגרז"ל וועט דאס מאהל אויך קומען אינמיטן די נאכט ווי א גנב במכת-רת ווייל . . "מארגען וועט רעגענען"???.... (אדער אפשר איז דאס שוין א מנהג גאר?... צו שרייבן אז מ'קומט בייטאג, און אנגומען פלוצלינג אינמיטן די נאכט.., מ'דארף דאס אריינשרייבן אין זיין מחזור...)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/05/2008 4:37:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2008 16:22 לינק ישיר 

ראו מה בין בני לבן חמי . ביי זיי מאכט מען ל"ע פון רבין דעם ברך משה זי"ע דאס ערגסטע ליצנות מען רופט עהם אהן א מהרס ל"ע אפילו נאך זיין הסתלקות. און ביי אונדז איז ער בדרך כבוד כאחד הצדיקים הקדושים זי"ע. נו!! זאלען זיי אליין זאגען למי החותמת ולמי הפסילים?

אזוי וויא דאס ווארט אויף פיתחת למוסרי מען עפענט אויף דאס שטריק פון די שעפעלע זעהט מען צו וועם עס לויפט. וד"ל.

עס איז אמאל געווען ביי שלמה המלך אז איינער האט זיך צוגעשטעלט צו א משפחה ביי א עושר וואס איז געשטארבן און געטענעט אז ער איז אויך א זון און עס קומט עהם אויך ירושה.

מען איז געגאנגען צום משפט. האט מען געפאסקענט אז די צוויי זון זאל יעדער נעמען א שטעקן און ארויסגיין אויפן ציון פון טאטען און געבען א  פאטש אויפן קבר. פארשטייט זיך אז דער פאלשער זון האט גלייך געגעבען מיט שמחה. אבער דער עכטער זון האט געזאגט אז אפילו פאר אלע געלט אין די וועלט וועט ער נישט געבען א פאטש פאר זיין טאטענס קבר. . האט מען גלייך געזעהן ווער איז דער אמתר זון.

מען חברט זיך מיט מענטשען וואס רופן אהן דעם טאטען רשע . דוד המלך שרייט דאך געוואלד . וויאזוי קען מען וויסן ווער עס האט ליעב דעם אייבישטען.  נאר מיט איין סימן. הלא משנאיך השם אשנא וגו' תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי . אז די מענטשען וואס האבען אפילו לאחר פטירתו פיינט זיין טאטען און ער  גלייכט זיי . דאס איז דער סימן אז ער איז א פאלשער זון ..

(דער מצודת שרייבט אז אפילו די מענטשען האבען מיר נישט געטון קיין שום שלעכט נאר וויבאלד זיי האבן פיינט מיין טאטן האב איך זיי פיינט תכלית שנאה

דער אוהח"ק שרייבט די וואך כגמולו ישיב לו אז אזוי וויא ער איז מקרב זיין טאטענס שונאים אזוי וועלן זיינע קינדער מקרב זיין זיינע שונאים .)

געוואלד !!   וויאזוי לאזען מענטשען  צו ווייזען פאר די וועלט (היידפארק לייענער) אז ביי אונדז איז א רבי א ממלא מקום פון רבה"ק זי"ע דער טאטע פון אונזער רבין(זאל זיין וועלכע רבי נישט קיין נפ"מ) . א מהרס  רח"ל.

וואס קלערען אונזערע קינדער אז אונזער רבינס טאטע איז געווען א מהרס? און אונזער רבי רז"ל מאכט זיך סתם משוגע און פירט טיש פאר פאליטיק און זאגט תורה פאר פאליטיק. וואס קען שוין זיין פון אזוי א פארפוילטן חינוך.
היינט אין א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג זענען געשטאנען פון די הויפט שישקעס פון רז"ל און געמאכט חוזק פון די אידען וואס האבען געצינדן א ליכט.    א נארמאלער גוי וואלט אזעלכע מענטשען וואס שפעטען פון זיין אייגענעם טאטען (וואס האט עהם איבערגעלאזט אזא ירושה ) נישט אנגעקוקט.

מען זעהט יעטץ אויך דאס פאלשע געטריישאפט פונעם משתמש בקודש וואס האט נאר גענוצט דעם רבין דעם ברך משה זי"ע פאר זיין אייגען אינטערעס פאר כבוד און געלט . וויאזוי קען ער צוקוקען וויא אידען מאכען ליצי ליצנות פונעם איד וואס האט עהם געגעבען אזויפיל מוט און חיזוק . אלא מאי פון דעם אליין זעהט מען זיין פרצוף וואס פארא מין מענטש ער איז.. א משלם רעה תחת טובה . א כפוי טובה מעיקרו. רח"ל.

פון דעם אליין איז א סימן אז דער ברך משה זי"ע איז געווען א גרויסער צדיק ווייל יעדער צדיק האט לעבען זיך א גיחזי (וואס אין לו חלק לעוה"ב רח"ל) אזוי וויא אלישע הנביא.

אונדז רופן מיר אויס מיט שמחת הלב
ברוך א-לקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו. חיי עולם מיינט צדיקים וואס לעבן ווייטער און זענען ממשיך שלשלת הקדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2008 20:38 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל אויף [email protected] אינטערעסאנט נאטיצן פון רבין זי"ע בעל ברך משה

http://www.heimishekretchme.com/viewtopic.php?t=4400




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2008 22:30 לינק ישיר 

ענדליך האבען זיי זיך געשעמט און האבען אויסגעמעקט זייערע דברי בלע ונאצות הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז. מלאך רע בעל כרחו יענה אמן
. באין ברירה האבן זיי געמוזט פארשטעקן זייער פינסטער פנים.    ווייל זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן האבן א פנים ביי די גאס וויא ערליכע יודען קנאים. דערווייל ונהפוך הוא וד"ל

היינט מוזן זיי על אפם וחמתם זיצען ביי א טיש א סעודת הילולא לכבוד זייער שונא דעם ברך משה זי"ע און זיי מוזן שיקן זייערע בחורים הערן דברים בשבחו. אזוי וויא די גמרא זאגט אין ברכות כיון שנצטרך אדם לבריות (אז א מענטש וויל געפעלן פאר די גאס) פניו משתנות ככרום(זיין פנים טוישט זיך די קאלירן . איינמאל בארעדט ער יענעם  אז ער האט  מחריב געווען יודישקייט.  נעקסטע מאל מאכט ער זיך וויא ער האלט פון יענעם. און די קינדער ווייסן שוין  נישט וואס דער אמת איז   "מלאך" צי "גלח"

דער סוף איז אזוי וויא די גמרא זאגט אין מסכת שבת אז די שונאים פון דוד המלך ע"ה האבען נאר געוואלט שלמה המלך. אבער ווען שלמה האט בשום אופן נישט געקענט אריינטראגן דעם ארון הקודש מיט אלע זיינע 24 רננות מיט אלע זיינע דיינים און צדיקים מיט אנהענגער עס האט עהם גארנישט געהאלפן.
ביז ער האט געזאגט זכרה לחסדי דוד אבי . נישט דאס צדקות האט ער דערמאנט און נישט דאס קנאות נאר אדרבה דאס חסד דאס גוטסקייט וואס ער האט געליטן פון די שונאים רשעים . דעמאלס זאגט די הייליגע גמרא "באותו שעה נהפכו פניהם של שונאי דוד כשולי קדירה" זייער פנים איז געווארן שווארטץ וויא די גרונד פון א טאפ.
פשט איז ווייל אינווייניג האבען זיי געקאכט זויבער וואסער און מאכלים אין טאפ זיי האבען געוואלט ווייזען זיי זענען ערליך זיי זענען ג-טס פארזארגער . זיי האבען אין זיך גוטע מאכלים די דיינים וכלי קודש. אבער ונהפוך הוא מען האט געקוקט וואס טוט זיך אונטער זיי האט מען געזעהן אז זיי זענען שווארטץ כשולי קדירה פול מיט רשעות ואכזריות

פארוואס הייסט א פנים "פנים" אינווייניג עס האט געדארפט הייסן "חיצון" ווייל עס איז דרויסן. נאר מען האט יעצט געזעהן זייער פנים זייער אינווייניג . דאס וואס מען מיינט דרויסן אז זיי זענען ערליך אדער קנאים האט מען געזעהן זייער פארפוילטקייט אינווייניג וד"ל כי לא רציתי להאריך עוד
אבער העיקר אז זיי האבען מחמת בושה צוריק אויסגעמעקט זייערע דברי נאצה
וילמדו תועים בינה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2008 00:57 לינק ישיר 

למכה מצרים בבכוריהם . אזוי שטייט אין הלל הגדול (קאפיטל קל"ו) דאס מיינט אז די מצרים האבען זיך געשלאגן צווויישן זיך אליינס. 
די בכורים האבען נישט געוואלט אז ווען עס וועט ווערן חצות זאלן זיי געהארגעט ווערן אזוי וויא דער אייבישטער האט געזאגט דורך משה רבינו ע"ה.  האבען זיי זיך גענומען צו הארגענען די אנדערע מצרים די פשוטים אז מען זאל שוין ארויסלאזען די יודען נאך פאר מכת בכורות פאר חצות ליל פסח.

און די פשוטים האבען זיך נישט געלאזט און האבען צוריק געשלאגן וועגן דעם שטייט "כי אין בית אשר אין שם מת" . אפילו דארט וויא עס נישט געווען קיין בכורים האבען די בכורי מצרים געהארגעט די פשוטים

דאס זעלבע רופט אהן די גמרא אין סנהדרין "יכה יוסי את יוסי" איינער שלאגט זיך מיט זיין אייגענע חברה .

פיזור לרשעים טוב להם וטוב לעולם.

זיי  (יענע חברה וואס רופן אהן דעם רבין ברך משה זי"ע "מהרס" רח"ל )שלאגען זיך צווישן זיך.  איינער לייגט צוריק די דברי בלע קעגן צדיק בעל ברך משה זי"ע און דער צווייטער מעקט דאס.
 מלמד ששמשי מוחק וגבריאל כותב נישט מאהבת מרדכי נישט ווייל דער צווייטער האלט יא פון בעל ברך משה זי"ע נאר ער שעמט זיך פון אונדז.

ביי עשו שטייט נפשות לשון רבים ווייל יעדער שרייט פאר זיך אני אמלוך זיי זענען מעלמא דפירודא קיינער וויל זיך נישט מכניע זיין און אוטערווארפן אונטער א מנהיג. (דער רב איז נאר אזוי לאנג א רב ביז ער טוט און ער זאגט וואס זיי ווילן כדאמרן לעיל)

משא"כ ביי יעקב אבינו ע"ה שטייט שבעים נפש לשון יחיד כאיש אחד בלב אחד עס איז איין חבורה . אזוי וויא עס שטייט ביים קרבן פסח אז מען טאר עס נישט עסן בשתי חבורות זאגט דער הייליגער בני יששכר אין דרך פיקודיך אז א חסידות טאר נישט זיין בפירוד נאר יעדער זאל זיך מכניע זיין כאיש אחד בלב אחד כלולב מה לולב יש לו לב אחד .

דער הייליגער רבי ארון לייב פרימישלאנער זי"ע האט געזאגט אז אלע יודען זאלן זיך געבען די האנט וועט זיין איין לאנגע האנט און מען וועט קענען דערגרייכען צום הייליגן באשעפער נעמען בני חיי ומזוני רויחי און אפילו די גאולה שלימה אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2008 04:20 לינק ישיר 

רבינו שליט"א זאגט יעצט די דברות קודש ביים צענטראלן סעודת הילולא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.

ער רעדט יעצט איבער די לימוד התורה וואס ער האט צוגעזעהן ביים טאטן ז"ל און מיט וואס מיר דארפן זיך אפלערנען דערפון.

דאס ביהמ"ד איז געפאקט מלא על כל גידותיו, די עסקנים ארבייטן אימערמידלעך צוצליייגן נאך פלעצער ווי דער עולם זאל זיך קענען אראפשטעלן.

זכיתו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 04:35 לינק ישיר 

רבינו שליט"א רעדט יעצט ארום איבער די קומענדיגע זמן וויאזוי מ'וועט פירן די "ישיבה קטנה" אינערהאלב די מוסדות הק'.

ער האט ממנה געווען בנו הגדול הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א צו שטיין אין קאנטאקט מיט די עלטערען דערוועגן.

רעדט איבער דער נייער בנין התלמוד תורה וואס וועט גאר בקרוב נגמר ווערן. און אזוי אויך דערמיט פארגרינגערען די "בית רחל" וואס איז שוין איבערגעפילט.

רעדט איבער די כולל ווי עס לערנען הונדערטער אינגעלייט.

רעדט איבער דער נייער "מקוה טהרה" וואס וועט געבויעט ווערן אין וויליאמסבורג, און בעט מען זאל זיך משתתף זיין מיט געלט דערפאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 04:38 לינק ישיר 

וכבוד גדול עשה לו...

רעדט איבער דער נייער "שכינת ברך משה" אין קרית יואל לשמו ולזכרו פון רביה"ק זי"ע.

רעדט וועגן די אימצאליגע נייע בתי מדרשים און בתי חינוך וואס זענען לעצטענס געבויעט געווארן אין קרית יואל.

"ווי וואלט די טאטע הנאה געהאט ווען ער קומט ווען אריין דא אין קרית יואל און ער זעהט די בית השחיטה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 04:57 לינק ישיר 

אויב ווילט איר וויסן די אפטייטש פון די ווארט 'טרוקן' 'יבש' רופט שוין קול מבשר אין הערט די דרשה פון ר' זלמן לייב'ן לכבוד די יארצייט פון כ"ק מרן אביו רביה"ק זצ"ל.

רופט אין האט הנאה, אבער זעהט איר זאלט נישט איינשלאפן אינדערמיט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 04:58 לינק ישיר 

איך מיין אז דער טאטע וואלט הנאה געהאט בלויז צו קענען קומען קיין קרית יואל זיך אפצורוען און נישט כאפן קיין שטויסן און צובליטיגן זיינע פוס.

ער וואלט הנאה געהאט ווען ער קען קומען קיין קרית יואל אן צו דארפן מאכן זיין זון א מצווה ועושה (כמבואר בדרשת א'ב'ג')

ער וואלט פארדעם מוחל געווען אויף דעם גאנצן בית השחיטה מיט אירע אריזאנע טשיקענס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 06:47 לינק ישיר 

וויאזוי האט נאר דער נאצי ימ"ש געזאגט?!

Repeat A Lie Until Everyone Believes It

אם אין דעת הבדלה מנין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 06:55 לינק ישיר 

הבדלה, וויאזוי האט דיין רעבע שעליטע געזאגט?? די הונט בילט אין די באן פארט ווייטער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2008 06:56 לינק ישיר 

הבדלה פלעכטער

בלוטיגע פיס?
וואס שלמה יאנקל האט געציפט און געהאקט?אדער א בלוטיגן פארווייטיגטן רבנות מיט אלע אהבה מסותרת צרות?
אריזאנע טשיקענס.......פאני פאני מדארף עס טאקע קיינער נישט


אבג.... די ווייסט וויפיל מסירת נפש עס האט גענומען דעם רבין שליטא צו זאגן ברבים דאס וואס א דרדקי יונגל האט געוואוסט דאן און ווייסען היינט אז ער האט נאכגעקייט שמשון יאנקלס און פראדעלס שד'ישע פערדעריי

ב"ה אשר השבית לנו

און נ.ב.

דיין הייליגער ר' יואליש ברייער תפילות ווערן מקוים ס' איז ב"ה דא א טיילונג

אך ווי שיין ב"ה עס איז ביי אונז


פאר איך פארגעס
שטיק דיך נישט אויף א וויינלענד פליגעלע בשעת די לערענסט בעיון לויפערס ספר מתי שוא אדער צפנת....אדער מעטת חטין....וואטעווער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יומא דהילולא קדישא של כ"ק מרן רבינו זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext