בית פורומים כל העולם כולו

האט איר א תירוץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/5/2008 23:10 לינק ישיר 
האט איר א תירוץ

די לעצטע עטליכע וואכן זע איך ס'איז פרייליך ביי "אחים לדעה" היינט האט איינער געמאכט א דף הסיכום האב איך געקלערט מיטטיילן דעם עולם אפשר האט איינער א תשובה

 

די אשכול פארמאגט שוין 7 בלעטער, און איך וויל מאכן א סך הכל פון 39 קשיות וואס דא איז געפרעגט געווארן, וואס קיינער האט נאכנישט געענטפערט אויף דעם צו די זאך (ס'איז דא מער, אבער דאס וואס איז נוגע בימינו)

 

  1. איז די קאמפאני פון רבי זלמן לייב נקי פון דעם זעלבן טעראר נעץ, זענען די אמאליגע טעראריסטן און שלעגער היינט די פירער ביי די זאלונים. (מ. פ. - ס. ט. - ש. י. ד. - מ. וו. - מ. וו. ק.)
  2. ווער האט אנגעפירט די ילד שעשועים שריפה,
  3. ווער איז געווען די ווייז-גייז אין אמעריקא צו טעראריזירן ווען מען גייט נישט אין שפאן
  4. ווען און די ציייטן פון דברי יואל וואלט זיך אויפגעשטעלט אזא סארט אפאזיציע און מאנרא וואלט מען זיי דען נישט אזוי באהאנדלט?
  5. ווער האט צוגראדזשעט וויזניצער רבי'ס פיס ביי זיין אייניקלס חתונה
  6. ווער האט צושלאגן מענדל וועכטער,
  7. ווער האט געפלינדעוועט און געראבעוועט שולן פאר פראטעסטן קעגן די מדינה,
  8. ווערט האט גערודפט דעם ברך משה ווען ער איז געווען סיגעטער רב,
  9. וויפיל פון רבינ'ס שטוב מענטשן קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה פונעם רבינ'ס טאכטער חי' רויזא הי"ד,
  10. ווער האט געהערט ווי רביה"ק האט געזאגט ער איז נישט מוחל וכו' ווער ס'וועט רעדן פון די מעשה,
  11. יעצט, ווער האט גערודפט רביה"ק בעל ברך משה נאך פאר תשכ"ו, פארוואס האט מען אים גערודפט????
  12. פארוואס דער בריוו וואס ר' יוסף אשכנזי האט געשריבן קיין ארץ ישראל בשם דעם רבין אז מען זאל נישט גיין צו די חתונה פון רבינו שליט"א איז געשטאנען דערויף "מכתב זה טעון גניזה"
  13. איז אמת אז דער דברי יואל האט געזאגט ביי די חתונה פון ר' בעריש מספינקא "ס'קומט זיך אים אויך א מזל טוב",
  14. איז קרית יואל טאקע געבויעט געווארן נאר וועגן ציונות, איז טאקע וומסב"ג געווען אנגעפיקעוועט מיט ציונות (ביז תשנ"ט... וד"ל)
  15. וואס האט מען געטון אין ליבאוויטש אין די סוף ל' יארן,
  16. וואס האט מען געטון אויף אלע טרעינס אין מאנהעטן וואס יעדער האט געוואוסט אז סאטמאר טוט עס,
  17. וואס האט מען געטון מיט ר' מיילעך שווארץ,
  18. וואס האט רבינו שליט"א געטון ביז תשמ"ה אז לכבוד דעם האט מען אים גערודפט
  19. נאך תשנ"ט האט נאך קיין איינער נישט געכאפט קיין שלעק?
  20. פון ווי בחורים זענען פארשיקט געווארן ביים זמן פון הדלקת הנרות פון קווינס קעמפ, פארוואס?
  21. וואס איז געווען מיט ר' שמואל אבערלענדער סוכות תש"ס?
  22. וואס האט מען געטון פאר ר' דוד עקשטיין ביי שלש סעודות?
  23. וואס האט מען געטון פאר ר' חיים אליעזר גראס?
  24. מיט וועמענס הסכמה האט ארעסטירט 26 בחורים שמח"ת?
  25. על פי סמכות פון וועם טוט מען נאכשרייען פרויען מיט קערידזשעס שב"ק?
  26. ווער האט ארעסטירט בחורים אין סענטראל בוקינג פאר א קרוין פארוואס?
  27. וועלכע טעראר איז מותר און וועלכע איז אסור?
  28. פאר וועלכן טעראריסט שרייט מען "ימח שמו", און פאר וועלכן שרייט מען "יחי"?
  29. דער זלמן לייב איז אזא פרידליכער מענטש, ווי אזוי קען זיין אז פונקט נאר מיט אלע בני יואל אין זיין טאטענס שונאים האט ער דערקלערט שלום, אבער מיט זיין אייגענע ברודערס און שוועסטער, און לכה"פ האלב סאטמאר וואס זענען אלס געווען זיין טאטענס גרעסטעט ליאליסטן האט ער בין יום ולילה ערקלערט א וועלטס קריג,
  30. איז טאקע משה פר"מ געווארן אויס טעראריסט נאך תשנ"ט
  31. וואס האט מען געטון פארן קרעטשענעווער רבין זי"ע נישט וויל ער האט ח"ו גערעדט אויפן רבין זי"ע . נאר ווייל ער האט געפרעגט פארוואס די רביצין מעג אריינקומען צווישן אלע מענער כ"א כסלו וכדומה.
  32. וואס איז געווען פרייטאג בהעלתך תשכ"ז ווען דער רבי איז געגאנגן מנחם אבל זיין דעם לאנצוטער רבינס קינדער
  33. און וואס איז געווען מיטן קאלובער פון ארץ ישראל ווען ער האט געפירט טיש אין פאפא בית המדרש . ווען אינמיטן טיש האט מען זיך גענומען ווארפן זאכן און צושטערט דעם טיש אז ער האט געמוזט אנטלויפן.
  34. און וואס האט מען נעבעך געטון פון די ישיבה אויס אין סאנדז סטריט פאר הגאון הגדול רבי משה פיינשטיין ז"ל , היינט איז ער ביי זעלבע אנטי עירובניקעס . דער גדול הדור. און זיי שרייען ביי זייער טמנעס פראטעסט. חוה"מ "היתכן מען איז נישט חושש לשיטת ר"מ פיינשטיין ". בושה תכסה פניהם.
  35. האט מען געשפאלטען דעם קאפ פון ר' יצחק לייב וויינגארטען?
  36. האט  מען געשטאכן א יוד ר' אליעזר סילווער. שיער צום טויט?
  37. האט מען געלאזט ארעסטירן חיים שאולזאון אן א היתר פון א בית דין?
  38. האט מען גערופן אין קאורט איינעם כ"ץ פון די מקוה טהרה?
  39. און יעצט נאך אלעם די גרעסטע שאלה פון וואס איינער האט ארויסגעברענגט די גרויסע צדקות פון זלמן לייב - האט טאקע זלמן לייב אפגעשטעלט הייד פארק, ווי ווערט נתפרסם יעדע וואך אזוי פונקטליך "בהיכלא דמלכא"

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2008 00:05 לינק ישיר 

און אויב איך מעג פרעגן ווער האט פארברענט דעם רבין'ס תורה'ס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2008 03:05 לינק ישיר 

סאיז דא איין תירוץ צי די אלע קשיות ,דויטשלאנד איבער אלעם (עיין דער בלאט די וואך אין די בריוון )



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האט איר א תירוץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext