היסטאריע: וויען טוישט נוסח אשכנז צו ספרד
די וואך שבת בייי פרק פארלערנען האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א געמאלדען אז פון היינט און ווייטער גייט מען טוישן די נוסח פון דאס דאווענען אין די קהלה פון נוסף אשכנז צו נוסח ספרד.
ער האט ארום גערעדט איבער די ענין איבער א שעה, און ער מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס ער טוט דאס, ווייל רוב עולם פארלאנגט דאס, און ער האט באקומען דערפאר די הסכמה פון מורו ורבו פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א.
אויך האט ער גערעדט צו די אלטע יעקערס וואס זענען מסכים דערצו און פארפירן, אז זיי זאלן זיך צושטעלען דערצו.
|
|