דאס איז נישט קיין נייעס.
עס איז שוין געווען א שטיק צייט צוריק א גרויסע מיטונג אין די "מעט קאנסול" מיט וועם נידערמאן איז טויט-גוט, ווי די באורד מעמבער'ס האבן געשטורעמט אז מ'זאל מער נישט גיבן פאר נידערמאן קיין געלט וויבאלד ער פארטרעט די סאטמאר'ע!
געבליבן אז אז ער באקומט ווייטער וויבאלד אין וויליאמסבורג וואוינען מענטשן וואס זענען אויך "נישט" סאטמאר און מ'קען נישט אויפהערן.
דאס הייסט, זייער שנאה צו סאטמאר איז אזוי שטארק אז זיי האבן געוואלט דערפאר אויפהערן צו געבן פאר נידערמאן שטיצע.
די גאנצע זאך פארוואס התאחדות הרבנים איז אזוי שטארק און ספאנטאן ארויסגעקומען מיט א ערקלערונג זיך אפצושאקלן און דערקלערן אז נישט זיי זענען די נטורי קרטא ווען דער פרעידמאן פון וויענע מיט זיין גרופע זענען געגגאנגען צו אכמינאדינידזשאד איז געווען נאר איין איינציגע סיבה.
נידערמאן האט באקימען זייער אסאך היץ פון די "מעט קאנסול" אז היתכן זיי שטעלן זיך צו צו די נטורי קרתא וואס זענען קעגן די מדינה אויף וואס נידערמאן האט גלייך אפגענטפערט מיט א עדווערטייזמענט פון התאחדות.
|
|