בית פורומים כל העולם כולו

סאיז לעבעדיג אין טאהש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2008 05:41 לינק ישיר 
סאיז לעבעדיג אין טאהש

היינט צופרי זענען אריין געקימען קיין קרית טאהש מחנות מיט פאליס ארויס ווארפען א אינגערמאן פון זיין דירה אין פארשטייט זיך אז א יעדר איז זיך צאם גלאפן און נישט צו געלאסט די פאליס צו דע דירה. און מען האט ארעטירט איינעם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2008 07:32 לינק ישיר 

אלטר משה איז שוין מוחה דעראויף.

ער זאגט אז די טאהש אידן דארפן זיך אריינרייסן מיט די ווייבער אין קינדער צום טאשער רבי'ן און דערציילן וואס עס גייט פאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2008 16:33 לינק ישיר 

אויסער די אלע זאכן.

די יודן מעגן שוין אנפאנגען צו צאלן רענט, זיי וואוינען שוין דארט טאקע יארן אן רענט, אבער מען קען נישט מער, מ'בעט זיי צו צאלן דאס ביסל רענט און זיי ווילן דארט וואוינען פאר גענצליך פריי, ס'איז נישטא היינט מער די זאכן, אלעס קאסט געלט און א דירה צו וואוינען קאסט אויך געלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2008 06:08 לינק ישיר 

לעבעדיגער. ס'רעדט זיך צופאליג פון א אינגערמאן וואס האט שוין יא באצאלט רענט.
נאר ער איז נישט אינגאנצען מיט די טאהש'ע רב'ס פארטיי.
אזוי צו אזוי ווארפט מען נישט ארויס א גאנצע משפחה פון זייער הויז.



תוקן על ידי איש_גמזי ב- 09/05/2008 6:12:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2008 22:43 לינק ישיר 

די קליפ איז ווערט אלע געלטער

מען זעהט ווי מען ווארפט ארויס גער אינגערמאן, און איינער וויינט איינער שרייט איינער לאכט איינער טאנצט

עס איז מורא'דיג

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2008 23:55 לינק ישיר 

די אכזריות און הארצלויזיגקייט איז שרעקליך, מיט דען וועלען זיי קיין רעביסטעווע נישט קענען אויפבויען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2008 07:30 לינק ישיר 

היות אני חדש - באינטערנעט בכלל ופה בפלטיא בפרט - , אני צריך סיוע איפה להוריד קלטים מהלינק הרצוף.
 
לחצתי במוסמן " הורד עכשיו בטח", ונפתח חלון חדש עם שלש ברירות.

בחרתי לשמור הקלטה, ותחל להוריד. 

עבר עכשיו כעשרה מוניטין ולא הוריד אף 10 אחוזות.


  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2008 10:16 לינק ישיר 

ביז היינט האב איך זיך נישט אריינגעמישט אין די טאהשער מחלוקה ווייל איך האב נישט געהאט קיין אהנונג וואס דארט גייט פאר, אבער נאכ'ן ענדיגן קוקן די קליפ זע איך שוין זייער גוט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט.

אויב האב איך געהאט די מינדעסטע סימפאטיע מיט די שונאים פון ר' אלימלך האבן זיי עס פארלוירן ביי מיר. מען זעט אז זיי זענען א באנדע מחללי שם שמים, ליידיג גייערס און פאראזיטן וואס לעבן אויף יענעמ'ס חשבון, און ווילן נאר אונטערברענגען און חרוב מאכן.

קוקטס גוט אויף די קליפ וועט איר זען אז ס'רעדט זיך פון די זעלבע סארט קרעציגע מענטשן פון וועלכע מען האט זיך צוזאמגעליטן אין סאטמאר מיט 20 יאר צוריק, און מען איז פון זיי ב"ה פטור געווארן.

איך האף אז ר' אלימלך וועט האבן א פולן נצחון אין די אלע משוגעים און זיי ארויסזען פון שטעטל, און אז ער זאל קענען פירן דעם שטעטל אזוי ווי זיין הייליגער טאטע וויל אז ער זאל עס פירן.

אגב, האט דער עולם געזען וויאזוי אידן מיט ברייטע ביבער היטן און בערד און פיאות ביז צו די פיס שרייען, "נאציס" אויף שטאטישע ארבעטערס, פאליסלייט וואס זענען געקומען אויספירן זייער ארבעט און נישט מער?

אזא קידוש השם צו מאכן, דאס קענען נאר שלעכטע און רשעות'דיגע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2008 10:21 לינק ישיר 

קוקטס אויך אלע ווי די "הייליגע" מחוצפים דרייען זיך אלע ארום מיט טייערע קעמקארדערס, מאכנדיג א שטאלץ פאר גאנץ טאהש.

און הער איך גוט? האט יענער משוגענער געזאגט אז די גאווערמענט האט געגעבן די שטאט פאר טאהש און ס'באלאנגט פאר די גאווערמענט און נישט פאר טאהשער רבי? איך בין אויף אדער איך שלאף?

נאכאמאל, איך האף אז ר' אלימלך וועט אויספירן און זיי אלע שיקן לעזאזאל, ווייל די מענטשן באלאנגען נישט אין קיין נארמאל פלאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2008 21:19 לינק ישיר 

די ווידיא איז א שרעקליכע חילול השם, נישט קיין חילוק וואו סקומט פאר און דורך וועמען ווי לאנג סקומט פאר דורך חסידישע אידן. די וואס האבן געמאכט און פארשפרייט די ווידיא זענען לדעתי עתיד ליתן את הדין, בפרט מיט די ענגלישע סאבטייטעלס.

ווער זענען די צוויי הויפט מוחים דארט? (איינעם מיט די שווארצע בארד רופט מען "דוד שלמה", דער בעל דרשן קוקט מיר אויס ווי ר' חיים יוסף גאטליעב?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2008 23:09 לינק ישיר 

איך מיש מיך נישט אין טאש . וואס לכאורה וואלט איך און יעדער איינער יא געדארפט מישן און  מחזק זיין דעם מרא דאתרא הגה"צ רבי אלימלך שליט"א . וואס יעדער האפט אז ער וועט ממילא געווינען די מערכה בזכות אביו הקדוש שליט"א ואבותיו הקדושים נ"ע.

אבער איין נקודה . דער ח"י ג_טליב  .(בעל דארשער)  האט געמוזט אנטלויפן פון ארץ ישראל פאר יארן צוריק וועגן מעשה אלמות כידוע. און ער איז געווען ווינטער דערנאך אין האט ספרינגס קאליפארניע און פרובירט דארטן איבערקערן נאכשרייען אידען אזוי וויא דער דרך פון אלע משוגעים מהרסים נאכשרייערס נאך יענעם.
מען האט עהם ב"ה נישט געלאזט.
דער הייליגער טאשער רבי שליט"א האט עהם געטון א טובה און אריינגענומען אין טאש. און ער איז יעצט א משלם רעה תחת טובה. א כפוי טובה. ער בילט און פארפירט אז נישט דער טאשער רבי שליט"א האט געבויעט דאס שטעטל מיט בלוט און שווייס מיט מסירת נפש נאר די גויישע רעגירונג רח"ל.
 מען וואלט געדארפט זאגן אויף דעהם  ח"י גטליב " ימ"ש " . נאר אונדז טוען מיר נישט דאס. אונז זענען מיר נישט אזא באנדיט ווי ער. ווייל ווען יא וואלט מען עהם און זיין גלייכען "העלבראנס" וכדומה שוין לאנג געדארפט איבערגעבן פאר די אינסטאנצען פון וויא ער איז  אנטלאפן און זיי וואלטן עהם שוין געטון וואס עס קומט עהם.

דאס זעלבע מיט דעם אנדערן שרייער. וואס איז נעבעך בארירט אויפן זינען.
 אז עס געפעלט עהם נישט. זאל ער זיך אוועקמופן פון טאש און גיין מופן אויף קאשוי אדער ווי ער וויל . און נישט חרוב מאכען אזא הייליג שטעטל יצ"ו . און אוודאי נישט מאכן אזוי א חילול השם וואס אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם רח"ל.

און להוי ידוע.  אז כבר היה לעולמים אזעלכע זאכען זענען שוין פארגעקומן אין יודישע שטעט אין מיטל אלטער צייטן און נאך פריער בזמן הגאונים . וואס מען האט אזעלכע מורדים איבערגעגעבן פאר די רעגירונג. כמבואר בספרי היהדות ובשו"ת שונים שנשארו אף אחר הצענזור וד"ל.(איך וויל נישט פאקן דא אויפן קאמפיוטער . שו"ת זאכען און הלכה היסטורי)

עס איז ידוע בזמננו אז ווען די מורדים אין וויזניץ בזמן האמרי חיים זצ"ל האבען געוואלט ווערן סאטמארע חסידים. און עס איז געווען א מיטינג ביי רבה"ק זי"ע . עס איז געווען דעות אז מען זאל זיי אהנעמען ווייל עס איז געווען צווישן זיי חשובע יונגעלייט.
 האט רבה"ק זי"ע געזאגט אז דער וואס איז א עזות פנים אויף איין פלאץ . דער ווערט נאכדעם א עזות פנים אין א צווייטן פלאץ. און קיין מחצפים ועזי פנים דארף ער נישט..

נאך א מעשה... א יוד האט געוואלט נעמען פאר א איידעם . גאר א חשובן בחור פון סאטמאר ישיבה א ת"ח עצום א מתמיד. א ירא שמים. האט ער בימים ההם געפרעגט דעם סקווערער רבין הרה"ק זי"ע. האט דער הייליגער סקווערער רבי זי"ע עהם געזאגט אז ער זאל זיך נאכפרעגען אויב דער בחור האט אין זיך עזות. האט מען עהם גענטפערט אז דער בחור האט אין זיך א ביסעל עזות דקדושה. האט דער סקווירער רבי זי"ע געזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט טון דעם שידוך.
אבער דער איד האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון נעמען אזא חשובן בחור א ת"ח האט ער יא געטון דעם שידוך.

ויהי היום און עס איז געקומען פסח נאכט צום סדר. האט דער שווער געזאגט הא לחמא עניא וכו' לשנה הבאה בארעא דישראל ..האט דער איידעם געשריגען ח"ו נישט אין דעם טמנעם ארץ ישראל רח"ל.  האט דער דער שווער געזאגט "ח"ו ארץ ישראל איז נישט טמא" האט דער איידעם גענומען זיך שרייען און ליארמען מיט קולות.. דער שווער איז א אפיקורס פאי. ימ"ש. און אלע וויינען דא אויפן טיש זענען יין נסך. . האט דער שווער געזאגט. אוי ווייא א שאד איך האב נישט געפאלגט דעם סקווערער רבין זאל זיין געזונט (כוונתו על מרן הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע) 

 האט דער איידעם געשריגען אז דער סקווערער רבי איז אויך א אפיקורס. יעדער איז א אפיקורס. . פארשטייט זיך  אז נאך פסח איז שוין געווען דער גט רח"ל .(  ווייל מען איז ארומגעלאפן צו רבנים און צדיקים. און יעדער איינער וואס האט געזאגט פארקערט וויא דער יונגערמאן . האט דער יונגערמאן געשריגען אז ער איז אריינגעכאפט אין מינות ואפיקורסת)     און דער יונגערמאן האט זיך שוין זייט דעמאלס נאכאמאל געגט רח"ל  און היינט דרייט ער זיך ארום וויא א צודרייטער גרוש. און מען דאנקט דעם הייליגן באשעפער וואס מען איז באצייטענס פטור געווארן פון עהם.  און די פרוי האט היינט א שיין יודיש חסידיש דור לתפארת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2008 23:50 לינק ישיר 

וואס דערמאנט די דעמאנסטראציע? עס דערמאנט די פראטעסטן קעגן די סקול דיסטריקט.

יא, די זעלבע מטורפים און משוגעים וואס האבן איבערגעקערט דא אין קרית יואל קערן יעצט איבער דארט אין טאהש.

יעצט שפירט טאהש וואס סאטמאר האט געשפירט מיט יארן צוריק.

די חוצפה פון דעם ג-טליב איז זייער גרויס, ער שרייט ארויס דעם נאמען פונעם רבי'נס זון, וועמען דער רבי האט ממנה געווען אלס רב אין שטאט, מיט גרויס בזיון.

איך וועל עס געדענקען און אי"ה די נעקסטע מאל ווען ג-טליב קומט אהער דא נאך געלט וועל איך אים פארשרייען און קיין פעני נישט געבן.

ווען מען קוקט אויפ'ן קליפ זעט מען תיכף די עקלדיגקייט פון די באנדע מחוצפים וואס ווילן צוברעכן די קהלה קדושה טאהש.

זאגטס פאר דעם קוקו גאטליב אז היות די "גאוורעמענט" טיילט דאך שטעטעלעך זאל ער גיין און פארלאנגען א שטעטל פאר אלע משוגעים דארט און זיי זאלן זיך דארט באזעצן און איבערלאזן די קהלה קדושה טאהש במנוחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2008 01:21 לינק ישיר 

די זעלבע הפקר אינגען פון בני יואל, דאס איז טיפיקעל יוסל וו"מ וכת דיליה
עס דערמאנט פון די בני יואל יארן
אבער איין זאך און וועלט פון 08 דארף די טאשע קהלה אביסל בעסער קליגער ארבעטן
מען טראגט ארויס ביינאכט, מען שפארט אפ די גאסס ווייט אוועק, מען בלאקט די הויז פון בילדער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2008 01:58 לינק ישיר 

אידן וואס קוקן זיך צו צום קליפ זאגן אז מען דארף דאנקען דעם באשעפער אז דער גרויסער מאנראוער רבי האט נישט געהאט קיין בעלות אויף דירות אין ק"י, ווייל דאס וואלט פונקט אזוי פאסירט ביי אים.


אויב ער האט געקענט הייסן ארויסווארפן א בחור נאקעט פון די מקוה דערצו אינמיטן א ווינטער פראסט, איז ער עלול געווען ארויסצואווארפן משפחות פון זייערע היימען.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2008 02:49 לינק ישיר 

ווי זענט עטס אלע ווען מען האט ארויס געווארפען טויזענטער יודען פין גוש קטיף?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2008 05:44 לינק ישיר 

דוד'ל, וואס גלייכסטו צו מעשיות? דעמאלטס ווען דער רבי האט געהייסן ארויסווארפן דעם בחור פון מקוה נאקעט, איז עס געווען ווייל מען האט אים געוואלט שחט'ן אריינצולייגן זיין בלוט אין די מצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאיז לעבעדיג אין טאהש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext