|
|
| נשלח ב-12/5/2008 07:32 |
|
| |
| תצוגת הודעה |
|
| *--begin tochen pmsg *
|
גירוש טאהש |
|
אזוי ווי איך האב נישט קיין רשות כתיבה אינעם פארום, ביטע אריינלייגן.
לא תעמוד על דם רעיך!
איך קוק מיר דא אזוי צו ווי מענטשן רעאגירן מיט א קאלטקייט צו די שרעקליכע ווידעא ווי מען ווארפט ארויס א אידישע משפחה פון זייער דירה, און אין קען נישט פארשטיין, דאס זענען אידן אדער זענען מיר דא אין סדום?
איך קען נישט די טאהשע פאליטיק, און ס'אינטרעסירט מיך נישט קיין פרטים, די עצם זאך אז אידישע קינדער ווארפן ארויס אנדערע אידן פון זייער וואוינונג איז א שוידערליכע זאך שאין לשער.
איך האב געזען דעם קליפ פרייטאג, ס'איז מיר גערינען טרערן פון די אויגן, איך האב די מעשי אכזריות נישט געקענט צוצוקוקן.
איך קען ענק אזויפיל זאגן, איך האב היינט געוויזן דעם קליפ פאר אסאך מענטשן, עטליכע פון זיי בעלי בתי'שע מענטשן וועלכע האבן אליינס דירות צו פארדינגען, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן שוין אסאך מאל געהאט ארימע מענטשן וואס האבן נישט געהאט צו באצאלן רענט חדשים לאנג, און זיי האבן זיך נישט געוואגט צו רופן א מארשאל יענעם ארויסשטעלן אויף די גאס. א איד איז נישט קיין אכזר!!! מען שטעלט נישט ארויס אנדערע אידן אויף די גאס!
איך זע ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זיך נאך אן פאר די רשעות, ס'איז גאר א דזשאוק. איינער זאגט זיי זענען אזוי ווי די בני יואל, פרומע, נטורי קרתא, בעק, משוגעים, און אלע אנדערע שמות נרדפים, נישט קיין חילוק די אלע זאכן, זיי זענען אידישע קינדער... קינדער פון אברהם יצחק ויעקב... זיי האלטן שבת, לייגן תפילין, דאווענען און לערנען, ווי קען א אידיש קינד מיט אביסל רחמנות געפילן נעמען א אידישע משפחה און ארויסווארפן אויף די גאס מיט פאליציי.
ס'איז ממש א געוויין, אז אין א שטעטל וואס איז געווארן געבויט דורך א צדיק וקדוש, דער הייליגער טאהשער רבי שליט"א, וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך אויסגעצייכנט אין מדת הצדקה, און מדת החסד, מדת הרחמים, נאר זיכער געמאכט אז מען זאל קיין איד נישט מצער געווען, פאר יעדן צובראכענעם מענטש געווען ווי א באליבטער טאטע, זיך געזארגט פאר זיינע פראבלעמען, געשיקט געלט און זיכער געמאכט עס זאל אים גארנישט פעלן, ווי איז מעגליך אז אין זיין הייליג שטעטל, זאל פארקומען אזא מעשה אכזריות בעצם היום הזה???
דער טאהשער רבי האט אמאל איינעם נאכגעקוקט די ציצית? ווי ער באלאנגט אדער פון וועמען ער האלט??? ער האט זיך מקריב געווען פאר יעדן צובראכענעם מענטש?
און איך פארשטיי נישט די טאהש'ע מאכערס, וואס איז זייער חשבון מיט רשעות וועלן זיי אויפבויען ר' אלימלך, היעלה על הדעת אז דאס וועט אים ברענגען עפעס נוצן?
איך זע דא ווי איינער שרייבט אז פונקט ווי מען האט געדארפט רודפ'ן די בני יואל אין סאטמאר אזוי אויך דארף מען רודפ'ן די מענטשן אין טאהש.
ס'איז באמת א נארישקייט אריינצומישן פאליטיק פון איין קהלה צו א צווייטע, עס קוקט אויס ווי קורצקעפיקע מענטשן וואס קענען נאר דערהייבן איין סוגיא אין זייער מח, און יעדע אנדערע פראבלעם אויף די וועלט מוז אריינפיטן אין זייער אלטע מחלוקה. עס קוקט אויס פון די שרייבערס ווי גלייך דער רבי מהר"א שליט"א בארעכטיגט אזא אכזריות אקציע פון ארויסווארפן משפחות מיט קינדער פון זייערע הייזער, איך האלט אז ס'איז אומ'אחריות'דיג אזוי צו שרייבן, און מען איז סתם מוציא לעז אויף אן אדם גדול בישראל.
און חוץ מזה, זאל מען אריינטראכטן אז פון די רדיפות אויף די בני יואל, איז אויסגעוואקסן א ריזיגער מוסד אין קרית יואל, פאר יונגלעך, פאר מיידלעך, א קהלה, א בית החיים, און ס'איז נישט קיין ספק אז די אלע מחלוקת האבן געטריבן די אלע שפעטערדיגע טיילונגען ווען גאנץ "מלכות סאטמאר" האט זיך געשפאלטן, אין די לענג און די ברייט.
מיין שאלה איז וואס דער ציל פון ר' אלימלך, וואו וועט ער אנקומען מיט די נארישע מחלוקת'לעך, וואס וועט ער פארדינען אז א האלבע שטאט, וועלן זיין זיינע געשוואוירענע שונאים? לאמיר זאגן ס'איז נישט קיין האלבע שטאט, ס'איז נאר 20 פראצענט פון די שטאט, ווי קען ער זיך ערלויבן אז מענטשן וואס וואוינען אקעגן איבער אים, זאלן אים ווערן אנגעווייטאגטע שונאים. אויב די מענטשן פילן אז ער פייניגט זיי וועלן זיי דאס אים דאך נישט פארשווייגן, וויאזוי קען מען לעבן מיט אזעלכע דם שונאים האנט ביי האנט.
און לאמיר זיך נישט נארן, קיין גרויסער "כח התורה" איז ער דאך נישט, די איינציגסטע זאך וואס וואלט אים געקענט בויען, איז דאך נאר ער זאל זיך כאטש אויפפירן ווי א מענטש, לאמיר זאגן אז ס'איז אים שווער צו געבן צדקה, ס'איז אים שווער זיך מוסר נפש זיין פאר א צווייטן איד, ער האט נישט דעם טאטן מדריגות, און באמת קען מען דאך דאס נישט פארלאנגען פון אים. אבער פארוואס זאל ער מצער זיין אנדערע אידן.
און צו אחינו בני ישראל וואס האבן נאך אין זיך די מדת הרחמנות, און די מדת החסד דארף מען זיך ווענדן זיי זאלן נישט צולאזן די געפערליכע רשעות'ער, יעדער אויף זיין אופן זאל נוצן צייט מח אדער געלט צו העלפן די אידן אין זייער נויט.
איך האב יעצט מנדב געווען פון מיין צייט זיי צו העלפן. יעדער זאל פרובירן צו העלפן לויט זיין מעגליכקייט.
כלל ישראל איז נאכנישט אזוי געפאלן אז מען אזעלכע זאכן צולאזן!
יהודי לא מגרש יהודי!
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 19:14 |
|
| |
איך האב דריי שאלות
לאמיר זאגען די יונגערמאן איז א בני יואל און א קאושיער און פאפענע אייניקל, און ער האט נישט געצאלט קיין רענט פערציג יאר
א) פארוואס האט מען אים גערופען בערכאות של עכום, און נישט גערופען צו דין תורה ווי די הלכה איז ביי יודען? ב)
פארוואס ווען ער האט שוין יא געצאלט, פאלט דעך אוועק אלע תירוצים, נו
פארוואס האט מען אים ארויס געטראסקעט, ער האט דעך שוין געצאלט? ג) ווען
די יונגערמאן בעט זיך ווי ביי א רויבער, געב מיר א האלבע שעה זיך
צאמצופאקען, האבען זיי מיט אכזריות אפגעזאגט, וואלט ער טאקע אין איין
האלבע שעה געמאכט די גאנצע שטעטעל פאר בני יואל???
די תירוץ ענפערט זיך אליינס!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 19:25 |
|
| |
רבותי, איך זע אפאר ווילען דא פארגלייכען די טאהשע צו בני יואל
סאיז נישט קיין פארגלייך, די בני יואל האבען זיך גענומען א ציהל צו מתחצף זיין אקעגען דעם ברך משה זצוק"ל, און זיין זון דער מרא דאתרא שליט"א, מיט א ציהל צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים, און אונטערברעכען די גאנצע כח ההנהגה פון קרית יואל
אנדרעש איז אין טאהש, ווי די יונגעלייט זענען הייסע חסידים פון טאהשע רבי שליט"א, זיי דארפען נישט קיין מוסדות און קיין אנדערע בתי מדרשים, זיי האבען אפילו נישט קיין קפראבלעם אז ר' אלימלך זאל זיין רב, נאר זיי שפילען נישט מיט פאליטיק מיט די נייע ווילדע חברה, (ס'איז אויך אויסדריקלעך נישטא מערכה אקעגען ר' אלימלך, נאר דער חכם שטיפט זיך אריין איבעראל ווי ער דארף נישט, אשטאטץ האבען שכל און לאזען אנדערע טוהן די ארבעט, שטעקט ער זיך איבעראל אריין)
פארגלייכען זיי מיט בני יואל איז א עולה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:43 |
|
| |
איך האב קלאר ארויסגעשריבן אז איך קען נישט די פרטים פון די מחלוקה אין טאהש, אבער די ווידיא וואס זיי האבן ארויסגעגעבן טוט קלאר בעקפייערן קעגן די שונאים פון ר' אלימלך.
- מען זעט וויאזוי זיי פירן זיך אויף ווי וואנזיניגע משוגעים.
- מען זעט וויאזוי זיי מאכן א געפערליכן חילול השם ביים זיך רייצן מיט די פאליציי, שטאטישע ארבעטער, און שרייען אויף זיי "נאציס" (רח"ל). אלעס פאר'ן פרובירן צו מאכן ארדענונג. (אגב, נאציס שרייט עטס? דא אין אמעריקע וואלט מען שוין אריינגעברענגט די גאנצע פאליס דעפארטמענט, און 60 מענטשן וואלטן שוין געווען אין סענטראל בוקינג. איך וואונדער זיך איבער די איינגעהאלטנקייט פון די לאקאלע פאליציי אין טאהש)
- מען זעט וויאזוי א איד וואס דארף צו הייסן א קנאי שטעלט זיך אויף און מאכט התגרות באומות.
- דער זעלבער מענטש רעדט אויך אזעלכע שטותים אז די "גאוורעמענט" האט געבויט טאהש. (אין קרית יואל וואו דער רבי זי"ע לעבט נישט שרייען זייערע קאזינס אז דער רבי האט געבויט קרית יואל, אבער אין טאהש וואו דער רבי לעבט קען מען דאך דאס נישט זאגן, וועגן דעם שרייען זיי אז די גאווערמענט האט געבויט טאהש.) וואס דאס איז א געפערליכע חוצפה און עזות קעגן טאהשער רבי'ן, דער מייסד און רבי פון טאהש.
- דער זעלבער מענטש שרייט ארויס דעם נאמען פונעם רבי'נס זון, און דער רב פון שטאט, מיט א געפערליכן זלזול, וואס דאס איז קלאר מצער דעם טאהשער רבי'ן
- די מכלומר'שטע קנאים מיט ברייטע ביבער היטן און שווארצע ברילן דרייען זיך אלע ארום מיט קעמקארדערס, און שעמען זיך נישט אפצוכאפן ווידיא פון נשים און גויטעס.
דאס זענען פאקטן וואס מען זעט אויף די קליפ. קומען די חברה דא און פרובירן אונז צו איבערצייגן מיט זאכן וואס מען זעט נישט אויפ'ן קליפ.
well, איך זאג נאר וואס איך זע, און פון דאס וואס איך זע מאכט איר זייער א שלעכטן רושם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2008 15:40 |
|
| |
דאס היפאקריטישקייט פון די שרייבער איז ממש נישט צו גלייבן,
דאס אז א "איד" האט געוואלט ארויסווארפן אן אנדער "איד" דאס איז "קידוש השם", דאס קוק אן די פאליציי העכסט נארמאל, זייט ווען איז א בעלי"וו און א טראק דרייווער לאקסטמיט שטאטישע ארבעטער?
די הייזער האט מען געבויעט מיט "גאווערמענט געלטער" און עס ווערט אויסגעהאלטן א טייל פון גאווערמענט געלטער, עס איז א געוואלדיגער חכמה אויסצודרייען ר' חיים יוסף ווערטער ווי גלייך ער זאגט אז די גאווערמענט האט געבויעט טאש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2008 15:42 |
|
| |
גענומען פון חדשות בית טאש געשריבן דורך אידישבלוט
איך האב דורכגעליינט די אלע תגובות פון פארשידענע שרייבערס אויף כל העולם כולו און אחים לדעה, אזוי ווי איך האב נישט דארט קיין רשות כתיבה וועל איך אפשרייבן דא עטליכע פוינטס וואס איך האב צו זאגן אויף דעם ענין, און ווער עס וויל קען עס קאפיען אהין.
מען רופט אן די גע'רודפ'טע אידן מיט צונעמען, וואנזיניגע משוגעים, שונאים פון די "מענטשהייט", משוגעים.- לאמיר זאגן אז זיי זענען די אלע זאכן, גיט דאס נאך אלס נישט קיין רעכט צו פייניגן מענטשן.
עס איז א שרעקליכער פארברעכן פון צונעמען א "גאוורעמענט" דירה פון אן איינוואוינער צוליב זיינע רעליגיעזע מיינונגען, דא אין אמעריקע וואלט שוין די גאנצע באורד געווען אין סענטראל בוקינג, פאר אזא האס פארברעכן.עס איז באמת א פלא וויאזוי די פאליציי אין טאהש דולדעט אזא זאך.
עטליכע שרייבערס לאכן אפ פון די אידן אין טאהש אז זיי גייען מיט ברייטע ביבער היטן, לאנגע פיאות ביז די פיס, רויטע בערד, און שווארצע גלעזער, אבער מען טרעפט נישט אין די תורה הקדושה אז ביי אידן מיט אזא לבוש גייט נישט אן דער "לא תחמוד בית רעיך".
דער הייליגער טאהשער רבי האט געבויט קרית טאהש, כדי די אלע אידן אפילו וואס דו האסט פיינט ווייל זיי גייען מיט "ברייטע ביבער היטן" און "פיאות ביז צו די פיס", און שווארצע גלעזער, זאלן דארט קענען וואוינען, די אידן זאלן זיך קענען אפהיטן די אויגן, און נישט דארפן וואוינען אין די שמוציגע שטאט.
איט העפענס טו בי, אז דער טאהשער רבי האט דוקא יא ליב געהאט ברייטע ביבער היטן מיט גאר לאנגע פאות און ריזיגע גארטלעך מיט שווארצע גלעזער.
עס איז א חרפה און א בושה אז מען נעמט זיך נאך אן פאר אזעלכע עוולות.
א איד מיט א ברייטן ביבער היט, איז נאך אלץ א איד...
א איד מיט פיאות ביז צו די פיס, איז נאך אלץ א איד...
א איד מיט שווארצע גלעזער, איז נאך אלץ א איד...
א איד מיט א ברייטן גארטל איז נאך אלץ א איד...
און א איד טאר מען נישט ארויסווארפן אויף די גאס פון זיין דירה...
אפילו מען האלט ער איז משוגע...
אפילו מען האט נישט ליב זיין קאלער האר...
אפילו מען האט נישט זיין אקצענט...
אפילו ער זייפט זיך נישט יעדן טאג...
א איד טאר מען נישט ארויסווארפן אויף די גאס פון זיין דירה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2008 15:44 |
|
| |
נאך פון אידישבלוט
תגובות אויף כל העולם כולו.
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, און איך וויל אביסל אפענטפערן פאר די אריינמישערס, וואס זיצן זיך באקוועם אין שיינע רחבות'דיגע דירות, און האבן נישט קיין דאגה אז מען גייט זיי ארויסווארפן, און זיי קענען זיך אננעמען פאר דעם רשעות פון ארויסווארפן א אידישע משפחה פון זייער שטוב.
איך מיין נישט חלילה אנצוגרייפן פערזענליך די חשוב'ע שרייבערס וועמען איך רעספעקטיר זייער שטארק, אבער איך מיין אז מען האט אנגענומען דעם נישט ריכטיגן צוגאנג צו די גאנצע זאך, און מען דארף דאס אפענטפערן.
ארענדאר שרייבט:
1) איך האף אז ר' אלימלך וועט האבן א פולן נצחון אין די אלע משוגעים און זיי ארויסזען פון שטעטל.
2) ער זאל קענען פירן דעם שטעטל אזוי ווי זיין הייליגער טאטע וויל אז ער זאל עס פירן.
3) אידן מיט "ברייטע ביבער היטן" און "בערד און פיאות ביז צו די פיס" און "שווארצע ברילן".
ר' אלימלך איז נישט דער ערשטער וואס האט געוואלט האבן א "פולן נצחון" און ארויס זען אידן פון זייער שטעטל, אדער לענדל.
טארקוועמאדא, האט אנגעפירט א גאנצע אינקוויזיציע אין שפאניע ארויסצעווארפן אידן פון זייערע הייזער ווייל זיי האבן זיך נישט "אונטערגעווארפן" די קריסטליכע רעליגיע.
לייג נישט אן די אלע רשעות אויף זיין הייליגן טאטן.
זיי רעאליסטיש, ר' אלימלך וועט די אלע אידן נישט קענען אויספירן צו שיקן קיין "עזאזאל" ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז קאנאדא א דעמאקראטיש לאנד, און דער פראנצויזישער ריכטער האט פונקט אזוי ליב ר' אלימלך מיט זיינע מענטשן ווי די "ברייטע ביבער היטן מיט פיאות ביז צו די פיס". און פונקט ווי ער פארשיקט נישט ר' אלימלך קיין "עזאזאל" כאטש ער גייט אויך מיט א "ברייטן ביבער היט" מיט "פיאות ביז די פיס". און זיינע קינדער גייען נישט אנגעטאן ווי די גוי'אישע קינדער, זיי רעדן נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, וועט ער אויך נישט לאזן פארשיקן די אנדערע אידן.
ביבער שרייבט
דעס זענען די זעלבע קראנקע בני יואל וואס מען האט פארשיקט פון מאנרא...
א יישר כחכם פאר די אינפארמאציע, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די בני יואל זענען שוין נישט אין מאנרא.
האק דיר ארויס פון קאפ אז מען קען "פארשיקן", עס איז נישטא אזא זאך אויף די וועלט, מען קען בויען א נייע שטעטל און זיכער מאכן בשעת מען בויעט נישט אריינצונעמען וועמען מען וויל, אבער די מינוט וואס איינער וואוינט אויף א פלאץ קען מען איך נישט פארשיקן.
מענטשן האבן א טעות און ווילן קאפירן "קרית סקווירא" אז דארט האט מען פארשיקט מענטשן, ס'איז שתי תשובות בדבר, קודם כל איז בימים ההם סקווירא געווען א פיצל פלאץ, און ס'האט טאקע אויך געקאסט א פרייז, אבער ס'איז געלונגען, היינט איז א צווייטע וועלט, אויב זאל חלילה פאסירן א מחלוקה צווישן די סקווירא קינדער וועט מען קיינעם נישט קענען פארשיקן, אדרבא קוקט דורך די מאפע און צייגט מיר אן וואו מ'האט היינטיגע צייטן פארשיקט מענטשן מיט געוואלד?
עס איז צענדליגער חרד'ישע פלעצער אויף די וועלט ווי דער רוב וויל "פטור ווערן" פון א מיעוט, און ס'איז פשוט נישט מעגליך, ס'איז דא לענדער וואס ווילן פטור ווערן פון מינאריטעטן און זיי קענען פשוט נישט. דער חילוק איז אז אין דיקטאטורישע רעזשימען פירט מען מלחמות מיט די מינאריטעטן און דער גאנצער פאלק ליידט דערפון, מען וואקסט אויף מיט שנאה די קינדער זענען געדעמדזשט פון די אלע מלחמות, און דעמקראטישע לענדער פרובירט מען זיי אריינצונעמען אין בילד, און אזוי האט מנוחה ושלוה.
די בני יואל האט מען נישט "פארשיקט" פון מאנרא, מען האט פשוט אפגעמאכט אז מען קוקט מער נישט אויף זייער זייט און מען גייט זיך בויען אליינס, מען פרובירט זיי צו מאכן אביסל צרות, אבער נישט אזעלכע גרויסע אז זיי זאלן ווערן צעווילדעוועט. און פארשידענע זאכן וואס זענען נוגע דעם עקזיסטענץ פון קרית יואל ארבעט מען אפילו צוזאמען אונטערן טיש.
אמת אז פאר פופציג יאר צוריק וואלט מען געקענט ברוח הקודש קאנטראלירן ווער ס'וואלט היינט געווען געטריי פאר ר' אלימלך אבער אזוי ווי מען האט עס נישט געטאן און דער טאהשער רבי האט אהינגערופן די אלע אידן וואס וואוינען דארט היינט, קען מען שוין יעצט גארנישט טאן.
מבני_בניו
איז דאך פון די קלוגסטע שרייבערס דא, ער בארעכטיגט נישט דעם גירוש, ער ברענגט נאר ארויס אז די ווידיא איז א שרעקליכע חילול השם, און מיט דעם בין איך הונדערט פראצענט איינשטימוג.
די שאלה איז נאר וועלכע חלק איז די חילול ה', דאס צונעמען די דירה, דאס מוחה זיין, דאס נישט לאזן די מארשאלס אויספירן די ארבעט.
ווען אין וויליאמסבורג נעמען זיך צוזאמען מאסן מענטשן און מען לאזט נישט צונעמען א דירה פון א איד, איז דאס אויך "חילול השם"? קען זיין מען דארף טאקע פרעגן א דעת תורה.
און יעצט צו עבד עברי וואס "מישט זיך נישט אין טאהש".
עס קען טאקע זיין אז "יעדער האפט אז ר' אלימלך וועט ממילא געווינען די מערכה בזכות אביו הקדוש שליט"א ואבותיו הקדושים נ"ע". אבער ר' אלימלך אליין האפט צו געווינען די מערכה "בזכות המשטרה ובית המשפט דמחוז קוויבק". וואס וועלן נעמען די ארימע מענטשן מיט די ברייטע ביבער הוטן און לאנגע פיאות און זיי שיקן אויף עזאזאל, און אנשטאט זיי וועט מען אריינזעצן מענטשן מיט "שטאפענע היטן מיט קורצע פיאות".
טאג און נאכט ביזסטו ביזי מכלומר'שט צו פייטן "מעשה אלמות", אבער דו אליין פארשטייסט אז מען דארף ארויסווארפן אידן אויף די גאס פון זייערע דירות דורך פאליציי, און דאס איז נישט מעשה אלמות...
און להוי ידוע. אז כבר היה לעולמים אזעלכע זאכען זענען שוין פארגעקומן אין יודישע שטעט אין מיטל אלטער צייטן, אז רשעים האבן זיך פארגלוסט אויף יענעמ'ס דירה און זענען געלאפן צום פריץ וועלכער האט ארויס געווארפן מאשקע'ן אויף די גאס מיט זיין ווייב און קינדער.
די מעשה וואס דו ברענגסט פון וויזניץ איז זייער אינטרעסאנט, אבער פאר דיין אינפארמאציע וויל איך אז די זאלסט וויסן אז זייט מען האט איינגעפירט אין וויזניץ בני ברק דעם ענין פון "שונאים ליסטעס" און ווארפן מענטשן, איז שוין אדורך קרוב צו פערציג יאר פול מיט מלחמות, מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין מנוחה, עד היום הזה.
משא"כ ביי די קהלות וואס מען מאכט נישט קיין שונאים ליסטעס, מען מאכט שלום מיט'ן מצב אז נישט יעדער מעמבער איז די זעלבע מדריגה חסיד, האט מען במשך די זעלבע צייט געהאט שלום ושלוה, יא ס'איז אסאך מאל שווער אנגעקומען צו ליידן פון עקסטרעמיסן וואס מאכן זיך אין יעדע קהלה, אבער מען האט זיך געביסן די ליפן, אדער זיי נאכגעגעבן אביסל לפי הענין, נישט געגאנגען מיט אן אייזערנע פויסט, און בשכר זאת האט מען גענאסן פון מנוחה ושמחה. מען האט געהאט ווייניגער מענטשן ביים טיש, קלענערע פארענטשעס, אבער בשכר זאת זענען די קינדער געוואקסן אן שנאה און האס.
געשמאק שרייבט:
די זעלבע מטורפים און משוגעים וואס האבן איבערגעקערט דא אין קרית יואל קערן יעצט איבער דארט אין טאהש.
פארגעס אבער נישט צוצושרייבן, אז ווילאנג מען האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, זענען זיי געוואקסן און געהאט די וועלטס געלט, מענטשן האבן א געפיל זיך אנצונעמען פאר גע'רודפ'טע און שוואכערע, און די מינוט וואס מען האט זיך אויפגעהערט מיט זיי צו שלאגן, האבן זיי פארלוירן רוב שטיצערס.
עסקן
פארשטייט אויך אז אין 08 קען מען נישט ארויסווארפן אזוי ברוטאל א אידישע משפחה פון זייער דירה, נאר ער שלאגט פאר מען זאל מאכן דעם רשעות קלוג.
דוד46
כ"ק מהר"א שליט"א, האט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן א בחור נאקעט פון די מקוה, פארקערט, מען האט שטרענג גע'קנס'ט דעם בחור וואס האט דאס געטאן אויף די אייגענע האנט. עס איז קלאר אז ער וואלט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן פרויען מיט קינדער פון זייערע הייזער. והא ראי' מען האט עס קיינמאל נישט געטאן.
איןבעיה:
אן אריינגיין אין קיין ישראלישע פאליטיק, איז דאס גאנצע אויפשטעלן ישובים אין גוש קטיף געווען א עקסטרעמיסטישע מתנחל'ישע זאך, און ווען די רעגירונג האט איינגעזען אז ס'איז נישט מעגליך זיי צו באשיצן פון די אראבערס, האט מען אפגעשפארט די ישובים.
איך וויל נישט מלמד זכות זיין אויף די ציונים, אבער זיי האבן זיך אויפגעפירט אסאך איידעלער און מיט רחמנות ווי די טאהש'ע, זיי האבן צוגעשטעלט פאר די ארויסגעווארפענע נייע דירות מיט געלט, מען האט זיי געגעבן צייט אפאר חדשים זיך צוגרייטן, און מען האט זיי פארזיכערט אז מען האט נישט קיין ברירה און אף על פי כן איז דאס געווען טאקע זייער שווער פאר זיי.
אדרבה קוק וויאזוי מען האט זיי ארויסגעווארפן:


איך פארשטיי פארוואס מען האט זיי געמוזט אוועקנעמען פון דעם מקום סכנה וואס זיי האבן געוואוינט, אבער קוקט אן מיט וואס פאר א ווייטאג מען האט דאס געטאן.
לאמיר טראכטן א מינוט די אלע אידן זענען געקומען וואוינען אין טאהש ווייל טאהשער רבי שליט"א האט זיך געבעטן מען זאל קומען, ער האט געוואלט אויפשטעלן אן ערליך שטעטל פאר אידישע קינדער.
און פארוואס פארטרייבט מען זיי, ווייל זיי גייען מיט "ברייטע ביבער היטן"?.
לעבעדיגער
איך האב קלארע א אגענדע דא, מען זאל נישט ארויסווארפן אידן פון זייערע דירות!
איך האב געזען פאריגע וואך דעם אשכול פון "ס'איז לעבעדיג אין טאהש" איך האב עס אפילו נישט געעפנט, וואס גייט מיך אן אז אין טאהש איז לעבעדיג.
אבער אז איך האב געזען דעם קליפ, וויאזוי דער שטארקער רודפ'ט דעם שוואכן, ביז יעצט ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט לאווען האבן זיי זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט, ווייל זיי האבן פון אים געציטערט, אבער יעצט אז זיי האבן געסעטלט פאר אפאר מיליאן דאלער, האבן זיי זיך גענומען צו אפאר שוואכע ארימעלייט, מוז יעדער צולייגן א פלייצע זיי צו ראטעווען.
און צום שלוס:
זייטס מיך נישט חושד אז איך האב אזוי ליב די "ברייטע ביבער היטן", אדער איך סימפאטיר מיט בני יואל / נטורי קרתא / קאשוי וכו'. איך דאס בעסטע ליב מיין קרייז, וואס גייען אנגעטוען פונקט ווי איך, און זיי האלטן די זעלבע מיינונגען ווי איך, פרומער פון דעם איז שוין עקסטרעם, ווייניגער פון דעם איז שוין מאדערן. אבער נאכדעם קומט גאנץ כלל ישראל, יעדער איד איז מיין ברודער, זאל ער זיין א בעלזער, א סקווערער, א קלויזנבורעגער א וויזניצער, א קאשויער א בני יואל'ניק, א אגודיסט, א מזרחי'סט, און אפילו א ליובאוויטשער משיחיסט, יעדער שומר תורה ומצות, וואס האלט שבת איז מיין ברודער, און איך וויל נישט מען זאל פארגיסן זיין בלוט.
מיינער א גוטער ידיד איז א וואלונטיר אין "גמח הצלה" פון קרית יואל, ער זאגט מיר אז ס'איז מעשים בכל יום וואס מען העלפט ארויס בני יואל אידן, ווען זיי דארפן הילף ענטפערט מען נישט "ווער געהארגערט".
עס מוז זיין גרעניצן וואס דאס טאר מען נישט אריבערגיין, אידן זענען רחמנים בני רחמנים, און
ארויסווארפן א איד פון זיין דירה איז אכזריות!

תוקן על ידי אידישבלוט ב- 13/05/2008 7:46:54
יהודי לא מגרש יהודי!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2008 18:49 |
|
| |
ווילאנג מ'זעמיר אין גלות תחת עול הגוים והגליות, וועט ליידער גארנישט און די וועלט קענען אפהאלטן אז קרית טאהש זאל נישט ווערן אזוי ווי קרית יואל, ווי די שטאט איז געווארן א שטח הפקר אזוי ווי מאנסי, צישטערנדיג די גאנצע ציל פונעם מייסד רביה"ק זצוק"ל, פון א האבן אן אייגענע קאנטראלירטע שטעטל וואס זאל פארסירן די ערליכע סאטמארע השקפות, און דאס קומט זיך טאקע צו פארדאנקען פאר די א.ג. היראס יאסל וואלדמאן און זיינע בני יואל שותפים, זיי האבן אויסגעטרויטן דעם וועג אז מ'קען רעוואלטירן קעגן א רבי אין א קהלה דורך פאליציי אין ערכאות אונטערן שלייער פון פרומקייט, און נאך זאגן מיט א העזה אז דאס איז גאר וואס דער רבי האט געוואלט, קרית טאהש האט טאקע דער רבי געבויט, אבער ליידער באלאנגט עס פאר די גאווערמענט פון קוויבעק און ס'איז אונטערגעווארפן אונטער זייערע געזעצן, די יהדות החרדית עסט נאך ליידער עד היום די ביטערע פירות פון די בני יואל עזות פנים'ער, יעצט פארשטייט שוין די וועלט פארוואס די רבי ז"ל מיט די עדה החרדית זענען אזוי ארויס בחרב ובחנות קעגן די בני יואל, זיי האבן פאראויס געזען די שרעקליכע חורבן דאס גייט ברענגען פאר די דורות הבאים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2008 18:59 |
|
| |
איך מוז צוגעבן אז איך בין אבסעלוטלי נישט מאשר די וועג ווי אזוי מ'באהאנדלט די באטראפענע און טאהש, פונקט ווי איך האלט אז ס'געווען זייער אומרעכט די וועג וויזוי מ'האט אין געוויסע פעלער באהאנדלט די בני יואל, ס'נישט אידישליך אכזריות'דיג און ברענגט נאר די פארקערטע רעזולטאטן, איך אדרעסיר נאר די עצם רעיון פון רעוואלטירן קעגן א רבי און קהלה און די ווייטגרייכענדע קאנצעקווענצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2008 21:12 |
|
| |
איך מיש מיך בל"נ טאקע מער נישט אין טאש. . עפעס צדדים איז דא וד"ל.
אבער איין זאך וויל איך בעטין. מעשה אלימות מאכט נאך שטערקער דעם נרדף . יעצט טאמער זיי רעוואלטירען קעגן הגה"צ רבי אלימלך שליט"א דעמאלס ווערט זיין צד שטערקער. און טאמער זיי ווערן נרדפים ווערן זיי געמוטיגט דורך גאס מענטשען.
די בני יואל האבען זיך אהערגעשטעלט אלס נרדפים דערווייל זענען זיי געווען די גרעסטע רודפים. סיי אויף די דרויסענדיגע צדיקים וגאונים. און סיי אויפן רבין ברך משה זעלבסט מיט כל מיני בזיונות און רדיפות. און נאכדעם האבען זיי זיך נאך אהערגעשטעלט אלץ נרדפים . און המון עם ווערט צומישט בין רודף לנרדף. אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו.
יעצט לעניננו . אזוי וויא הרב משה בער בעק קומט אויף שבת אויף טאש . ער איז מחזק לכאורה די רודפים וואס מאכען זיך נרדפים. וואס ווילן ארויפצווינגן זייער דעת יחידאה אויף יעדען .
וואס כידוע לכל איז דער הייליגער טאשער רבי שליט"א א אמתדיגער איד וואס האלט פון יעדען ערליכן יוד. ער קען האלטן פון סאטמאר אויך פון סקווער אויך פון גור אהנע פאליטיק אזוי וויא דער ראחמסטריווקא רבי. אדער דער סקולענער רבי וכדומה. און אויף דעם אופן וויל ער האבען דאס שטעטל. אזוי וויא רוב רעביס פון דער אלטער היים הרה"ק רבי ישעיעלע קערעסטירער זי"ע הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער. וואס האט געקענט פארן קיין צאנז. און בתוך המחלוקה האט ער געקענט פארן קיין סאדיגורא (וואס דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט עהם אנגערופן אפיקורס רח"ל. ) הרה"ק רבי מרדכעלע נאדבורנער זי"ע. הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשויבער זי"ע וואס האט זיך בכלל נישט געוואלט אריינמישן אין די פייערדיגע צאנזע-סאדיגורא מחלוקה (עיין סוף שו"ת בית יצחק או"ח)
ממילא זאל מען זיך נישט לאזען פראוואצירן. און נישט שטערן דעם הרב בעק ווייל דאס וויל ער דאך ער זאל ווערן א נרדף און דורך דעם וועט ער ווערן שטערקער .
עד כאן מענייני טאש יצ"ו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2008 23:58 |
|
| |
דער_אמת, צו ביסט יא גערעכט צו נישט, מוז איך דיר געבען אזאנס פאר א שיינעם תגובה.....
תוקן על ידי איןבעיה ב- 14/05/2008 23:59:02
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2008 06:16 |
|
| |
היינט מיטוואך איז פארגקימען א זיצאנג ביי התאחדות הרבנים ווי מהאט דן גווען איבער די ענין
העמיר זען וואס זיי גייען פסק'ענן. [אז ס'האט א קלארע דין ווי בני יואל אדער נישט.]
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2008 06:26 |
|
| |
איך וואלט געוואלט בעטן די טאשהער באמעס זיי מוחל אין גייטס ארבעטן סוועט זיין נאה להם ונאה לעולם אין איש גמזי איך זע די רעגסט אזוי אויף דעם אלימילך טאהשער האסט פארגעסן צי זאגן
גם זו לטובה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2008 09:24 |
|
| |
בקיצור, איך ליין און איך ליין און אלעס בלייבט ביים אלטן.
די ווידיא מאכט זייער נישט קיין גוטן רושם אויף די שונאים פון ר' אלימלך. ס'ווייזט אז ס'האנדלט זיך פון א גרופע מחרחרי ריב וואס זוכן צו מאכן מחלוקת און שנאת חינם.
ווען מען קוקט אויף די באווייזן וואס די שונאי טאהש האבן צוגעשטעלט, דהיינו די מחלל שם שמימ'דיגע ווידיא, נעמט מען ארויס נאר איין זאך. טאהשער קהל פרובירט צו מאכן ארדענונג מיט די מחוצפים, פאראזיטן וואס ווילן נאר לעבן אויפ'ן רייכן פעטער'ס חשבון, און דאס איז אלעס וואס דארט גייט פאר.
יעדער פארשטייט אז טאהשער רבי איז א צדיק, און קיינער פארמאגט נישט אזעלכע מדריגות ווי אים, און מען קען נישט ערווארטן אז אידן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן אדער צאלן רענט זאלן בלייבן זיצן אין אומזיסטיגע דירות, ווען דער טאהשער רבי איז מער נישט ביי די כוחות זיי אויסצוהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2008 21:31 |
|
| |
אויב דו ליינסט און דו ליינסט וויאזוי בלייבסטו ביים אלטן? איך ווייס נישט פון קיין איינעם וואס וויל אז טאהש זאל אים אויסהאלטן און האט דעריבער טענות אויף די קהילה
|
|
|
|
|