איך בין געווען זיכער אז איינער וועט שוין עפענען א אשכול דערוועגן אבער אזויווי איך זעה אז עס האלט שוין גאר נאנט פאר די וואלן האב איך געמיזט עפענען...
אלע תושבי מונסי וואס פלאגן זיך שווער צי צאלן די שווערע סקול טעקס וואס די סקול דיסטריקט פארלאנגט אין זיי ווילען כסדר אז מ'זאל באצאלן נאך מער אין איר ווייסט אוודאי אז פאר די אידען געבן זיי פארשטייט זיך גארנישט פלאס גארנישט אין זייער אפעטיט פאר נאך געלט וואקסט אויך מיט יעדע יאר בעטן מיר אז יעדר וואס איז שוין 18 יאר זאל קימען שטימען NO פאר די סקול בודשעט.
ווי אויך פאר די קאנעדאטן פאר די סקול באורד
אהרן בנציון ווידער
משה האפשטיין
אגב איך מיין אז לעצטע יאר האבן אינז געהאט 3 קאנידאטן ביטע מיר פאררעכטן אויב איך האב א טעות...
זיצן זיך אפאר אידעלעך אויף א סקול באורד און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען אויף איז אז זיי העכערן די טעקסעס יאר איין יאר אויס.
און פאר וועמען?
רוב סקול דיסטריקט באשטייט פון פרומע אידן וואס שיקן זייערע קינדער צו ישיבות, די פובליק סקול קינדער פאלן און פאלן יעדן יאר, ס'שטייען ריזיגע בילדינגס ליידיג ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיי אנפילן, און דער בודזשעט וואקסט און וואקסט, טראצדעם וואס די הוצאות פאלן און פאלן. וואו אהין גייט די געלט פון מאנסיער איינוואוינער? מיט'ן געלט וואס מען שלעפט ארויס פון די אידישע עלטערן קען מען דאך קויפן פאר יעדן קינד אן עקסטערן סקול באס!
פון אלע חרדישע געגנטער אין גאנץ אמעריקע באצאלן מאנסי איינוואוינער די מערסטע טעקס פער פובליק סקול קינד, און וואס באקומען די חרדישע עלטערן דערפאר? גארנישט, נישט קיין טראנספארטעישאן און קוים עפעס ספעציעלע הילף.
די גרעסטע בושה פון אלעם איז נאך אז דער סקול באורד באשטייט פון א רוב פון פרומע אידן, און זיי באשטעטיגן יעדע יאר די געהעכערטע טעקסעס, אן קיין שום פראבלעם.
אהרן בנציון ווידער וועט זיך רעכענען מיט די אינטערעסן פון די געפלאגטע מאנסיער עלטערן, און זיכער מאכן אז ס'קומט א סוף צו די פארשווענדערישע בודזשעטן וועלכע עסן אויף די ארעמע פארדינסטן פון מאנסיער איינוואוינער.
רעמעפא האט שוין אזוי אויך איינס פון די העכסטע טעקסעס פון גאנץ ניו יארק.
גייטס אלע ארויס שטימען און שטימטס נאו פאר'ן הימל שרייענדן סקול בודזשעט
און שטימט אריין דעם היימישן ווארעמען יונגערמאן אהרן בנציון ווידער, דער קאנדידאט פון תושבי מאנסי און דער קאנדידאט פון די ספעציעלע קינדערלעך וועלכע דארפן נעבעך צוקומען צו הילף פון די סקול דיסטריקט.
נשלח ב-16/5/2008 13:34
זיסקייט איך מעג צילייגן צי דיינע ווערטער?
איך האף אז מ'געדענקט וואס זיי האבן געטוהן צי די טייערע נשמות פין המספיק אין פין די אנדערע ארגעניזאציעס וואס מ'דארף זיך רייסן מיט זיי הענט אין פיס ביז מען קען עפע ארויס באקימען פין זיי
אויב גייט דער עולם נישט ארויס שטימען NO דעמאלטס וועט מען נישט קענען קאמפלעינען ווען די טעקס וועט ארויפגיין,
נשלח ב-21/5/2008 06:53
איך האב נישט די פונקטליכע נאמבערס אבער איך וויס אזויפיל אז NO האט געוואנען 75-25 %
אין ביידע אידישע קאנידאטן האבן געוואנען.
איך וויל דאנקען פין טיפען הארץ פאר אלע מענטשען וואס האבן געוואוט אין פאר די אלע מתנדבים וואס האבן געארבעט זייער שווער.
אין אויכעט א ריזיגען דאנק פאר ר'מאיר ווערטהיימער הי"ו וואס ער האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות צי באקימען support פין אלע רבנים.
דרך אגב אויב איינער איז געפארן מיט דרייוער נומבער 4 פין בערך 11 ביז 3 אין דרייווער נאמבער5 פין 8 ביז 10 ביינאכט זאל וויסען אז איך בין עס געוועהן...
איין חסידישער רב פון די מאדערנע געגנט פארשעי (ער ווייסט אליינס פון וועמען איך רעד) האט גאר פארשטאנען אז מען טאר נישט לאזן קיין חסידישע אידן אריינקומען אין די סקול באורד, ווייל ס'קען זיין א חילול השם. אפשר איז ער געווארן צו נאנט צו די עקס-חסידים פון פארשעי אז ער מיינט אז ס'איז א בושה צו זיין א חסיד.