הויפט פון סטעיט פאליציי ביי אבד"ק וומסב"ג שליט"א
נעכטן נאכט האט אפגעשטאט א באזוך אין הויז פון הגה"צ אב"ד ווויליאמסבורג שליט"א דער נייער סופערענטענדענט פון די ניו יארק סטעיט פאליציי אינאיינעם מיט סענעטאר עריק עדעמס.
דער סופעראינטענדענט איז דאהי געווען צוליב א פארטי וואס דער סענעטאר האט אום געמאכט לכבוד'ן ווערן אויפגענימען יעצט דורכן נייער גאווערנער נאכדעם ווואס דער פריערדיגער האט מען פארשיקט אינאיינעם מיטן פריערדיגען גאווערנער.
עס איז דארט אויך אנוועזענד געווען הרב בעריש פרייליך, אזוי אויך קהלה פירער און עסקנים פון UJCare.
עס האט אויפגעטרעטן הרב ארי' לייב גלאנץ, דערנאך די סענעטאר עריק עדעמס, דערנאך האט אויפגעטרעטן די רב שליט"א ווי ער האט גערעדט עטליכע ווערטער אין אידיש און אנגעווינטשן פאר נייער סופעראינטענדענט, וואס ר' ארי' לייב האט אלעס איבערגעטייטשט אויף ענגליש.
דערנאך האט הרב נפתלי משה אינדיג (פאליציי לעיזאן) איבערגעגעבן בשם פון די קהלה א מתנה פארן פאליציי הויפט א זילבער שטיק.
דא האט איר א לינק צו די בילדער:
http://www.theyeshivaworld.com/gallery/main.php?g2_itemId=32230
|
|