מאסן אידן תושבי וויליאמסבורג וועלן שטראמען היינט נאכט צו דינער השנתי לטובת כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין זאל פון קאנטינענטאל.
די מעמד וועט באשיינט ווערן דורך די חשובע חברי הנשיאות פונעם כולל די גדולי הרבנים פון וויליאמסבורג כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א כ"ק גאב"ד וויען שליט"א כ"ק גאב"ד צעהלים שליט"א.
די דבר השם מירושלים וועט געהערט ווערן דורך הגאון הגדול ר' יעקב בלוי שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק.
אלקא דמאיר עננו!
נשלח ב-19/5/2008 00:48
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט נישט ביי שומרי החומות
ער האט שוין געגעבן היינט דעם ביקור גומלין פאר הרב הגאון ר' יעקב בלוי שליט"א אין מאנסי
דער רבי איז היינט געווען אין ווילימסבורג פאר א מסיבה פאר מחנה בית רחל אין ראוז קעסטיל
אין נאכדעם איז דער רבי געוווען אין די ווייט בילדינג
אין שפעטער איז דער רבי געווען ביי אפאר נגידים
נשלח ב-19/5/2008 02:02
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט באשיינען בראש המסובין אין אזוי אויך אלע נשיאי הכולל האדמורי"ם מפאפא, וויען, צעהלים.
א נשיא הכולל איז זיך משתתף ביים דינער ובפרט ביים יובל המאה וחמישים.
נשלח ב-19/5/2008 05:39
איך קום יעצט פונעם דינער און ווי איך זעה האט זיך טאקע כ"ק האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א נישט משתתף געווען ביים דינער און וווי געווענליך וועט ער גיין צום דינער וואס ווערט עקסטערע אפגעהאלטן אין קרית יואל יצ"ו.
וואס האט רבי יעקב בלוי שליט"א מיט רבי מענדל דער וויליאמסבורגער רב שליט"א?
כהאב געזעען ווען רבי יעקב איז אריינגעקומען האט ער זיך אפגעשטעלט ביי רבי מענדל און זיך ספעציעל נאנט באגריסט
נשלח ב-19/5/2008 17:12
איך האב אויך זעהן ווי ער האט זיך אפגעשטעלט דארט און עפעס האבן זיי זיך צולאכט.
נשלח ב-19/5/2008 18:14
הרב קו-חדשות, איך האב דאך אייך געבעטן נישט צו עפענען דעם אשכול...
איר קענט שוין צוריקגיין צו וואקאציע.
נשלח ב-20/5/2008 04:05
און איך האב אויך געזען ווי ער האט זיך אראפגעזעצט לעבן וומסב"ג רב'ס פעטער און זיך מיטאמאל באגריסט מיט אים ווען מיט פאפא רבי האט ער זיך יא באגריסט
און איך האב אויך געזען ווי דער אויבענדערמאנטער האט פון יעדע joke וואס יקיר האט געמאכט נישט געקענט סטאפן צו לאכן ביז ער האט זיך איבערגעדעקט די אויגן און געריבן די אויגן מזאל מיינען ווי למשל ער איז פארמח'ט ספעציעל ביי די joke אויפן חשבון פונעם עלצטען גבאי
נשלח ב-20/5/2008 04:16
סיגוטער, בעיני ראיתי דאס וואס דו שרייבסט, כ'האב עס נישט געקענט גלייבן, ער האט זיך געריסן פאר געלעכטער פון יעדן דזשאויק ממש ווי א דריי יעריג קינד..
אלמלא לא ראיתי לא האמנתי.
נשלח ב-20/5/2008 05:13
חיים נחום, סיגוטער,
אפשר זענט איר מפרש פון וואספארא דזשאוקס מ'רעדט דא, איך בין שוין יארן נישט געווען ביי קיין שומרי החומות דינער'ס, איך האב נישט געוויסט אז דארט מאכט מען דזשאוקס