בית פורומים כל העולם כולו

וואס באדערט אים די געלט אדער די כפירה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2008 04:05 לינק ישיר 
וואס באדערט אים די געלט אדער די כפירה

נחום ראזענבערג האט זיך ב"ה צוזאמען געשטעלט מיט די סמעטענע פון די בני יואל, די וואס ווייסן פונקטליך וואס מיינט יהרג ואל יעבור, און אז פאבליק סקול איז ערגער ווי ציונות
די וואך האט ער ארויפגעלייגט א דרשה פון עפעס א מטורף אין מאנסי

ווייסט אפשר איינער ווער דאס איז



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2008 07:25 לינק ישיר 

ר' אברהם שלמה בלום



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2008 09:07 לינק ישיר 

איך האב אביסעל אויסגעהערט דעם נחום, ער רעדט פאר פייער און וואסער...

איין טאג זאגט ער האט נישט מורא פון קיינעם, דא האט ער מורא פרעגן א מיידעל, ווייל וועד הצניעות וועט אים ''חושד'' זיין און פארלאנגען געלט...

איין טאג שרייעט ער אפי' מלמדים זענען פארדארבען, ''ער'' ארבעט מיט די גאווערמענט פאר א האטליין פאר מסרן (ווייסט איינער אויב ער דמיון'ט נאך דערוועגן...) דא שרייעט ער היתכן מזאגט פאר רעגירונג ליגענט אז מזינדיגט פאר פראגרעמס

דא שרייעט ער היתכן מ'ווארפט ארויס פארדארבענע בחורים, יעצט שרייעט ער מדארף ארויסווארפען מיידלעך וואס האבען אליין אהיים געוואקט... ווייל ''אפשר'' איז עפעס געשעהן...

דא ער טענות לשיטתו אז א ''יונגערמאן'' כדי צו באקומען לייסענס פאר ספעשעל עד געווען אין קלאס מיט 6 יעריגע שיקסעס, ער האט אפי' בילדער... (אויב אזוי וואס האט נחום דארט געזיכט?) אנדערע מאל לויבט ער זיינס א משפחה מיטגליד א ''בחור'' א דאקטאר, איך גלייב נישט עס געווען א היימישע קלעס וואס צענזירט וואס מלערנט וד''ל

נ.ב. ווער נעמט איבער די צענדליגע קאלס וואס ער באקומט בשעת'ן אפדעיטען זיין האטליין... און בשעת ער איז אין אויסלאנד? איך מיין עס אומ'אחריות'דיג פון אים כסדר זיין און אויסלאנד... בשעת ער באקומט יעדען טאג אפי' אינמיטען ביינאכט... (זיין נומבער איז ליסטעט און עמערדשענסי אפטיילונג) צענדליגער קאלס פון בחורים, טאטעס, מנהלים, און אפי' די גאווערמענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2008 17:35 לינק ישיר 

ידידיי ואהוביי קוראי וכותבי היידפארק הי"ו

אין אמת'ן האב איך שוין נישט געטראכט מער צו שרייבן איבער דעם ענין. און אויך נישט וועגן ר' נחום'ס האט ליין.

נאר אזוי וויא נאך דעם נייעם געוואלדיגען האט ליין מעסעדזש יעצט פון ר' נחום וויא ער רייסט אראפ כעפרא דארעא דעם שאפראנערס זון י י מייזליש און ער מאכט פון  עהם פאטאש אש און פארעך . האב איך באקומען באישי א סאך טענות. אז היתכן . פארוואס דא אין הייפארק שרייב איך אויף רז"ל פארטיי אז זיי טעראריזירן די גאס מענטשען פון וויליאמסבורג . האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף.          וואס איז רז"ל שולדיג אז עס איז דא א פאר פינסטערע משוגעים און טעראריסטן אויסגעשפיגענע רשעים ארורים וואס יעדער נארמאלער מענטש ווייס ממילא אז זיי זענען משוגעים און שטייט אוועק פון זיי.   עס איז גאר א רחמנות אויף זייערע בני בית וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אזוי וויא למשל דער רשע רש"דייטש וכדומה.
 
וועגען דעם וויל איך דא ערקלערן . שישו מעי שישו. איך און נאך מענטשען פרייען זיך אז ב"ה דעם שבת בהר האט מען געזעהן און עס איז נתגלה געווארן זייער פרצוף אז עס איז נישט נאר א פאר יחידים וואס שרייען  נאך פרידליכע מענטשען.    נאר אז די קריים(פארברעכן)   איז איינגעפירט און געבעקט פון די פארטיי אליין . זייערע בחורי חמד שעמען זיך נישט צו זיין דאס אפפאל פון כלל ישראל די שמוץ פון דאס מענטשהייט . מיט קולות וויא פארטאריקאנער עקעלדיגע ערלים און מיט מדות מושחתות בפהרסיא אהנע בושה. .

לעיניהם פון כמה אנשים ונשים מישראל האט יעדער געזעהן אויף מארסי עווע. וויא צוויי קווינסער בחורים זענען נאכגעלאפן איבער א בלאק אונטער צוויי ווייבלעך און געשריגען (וויא איז די פסק פון די הייליגע גמרא "אחורי ארי ולא אחורי אשה." געוואלד!!!)

לאמיך געבן א שטיקל הבהרה.      אלע יארן האט מען ביי יודען געוויסט א כלל אחרי רבים להטות סיי בזמן הסנהדרין.  און ווער עס האט געהאלטן אנדערש איז געווען א זקן ממרא. און סיי בזמן רבי אליעזר הגדול אין ב"מ דף נ"ט וואס ער איז געווען כשני ספרי תורה. און דער באשעפער האט אליין אויסגערופן אז ער איז גערעכט אבער . דער כלל אחרי רבים להטות האט געזיגט.
ביז דאס חסידות איז אנגעקומען. און למשל דער ראדזינער רבי (עין התכלת) האט געהייסן זיינע חסידים גיין מיט א בלויע פאדים אויף די ציצית און ער האט געזאגט אז דאס איז די תכלת. . און אפילו כמעט אלע גדולי ישראל האבען געהאלטן פארקערט .  און  ביי נארמאלע אומשטענדן וואלט זיין דעה בטל געוואררן ווייל אחרי רבים להטות. אבער חסידים פרעגן דאך קיינעם נישט נאר זייער רבין איז געווען עטליכע טויזענט אידען וואס האבען געפיפען אויף די וועלט און יא געגאנגן מיט תכלת.

שפעטער איז געווען רבה"ק בעל דברי יואל זי"ע און האט מחדש געווען אז דער וואס גלויבט אין די ניסים פון די ציונים אדער גייט צו זייערע בחירות .    די עבירה איז גרעסער וויא עבו"ז גילוי עריות און שפיכות דמים מיט חילול  שבת צוזאמען.
און חאטשיג די זאך שטייט נישט בכלל אין שו"ע אפילו אין די אחרונים אויך נישט אין רמב"ם וכדומה. האט מען דאס געמאכט אזוי הארב וויא די גרעסטע עבירה אין די תורה.  אפילו רוב גדולי ישראל האלטן פארקערט וויא טשעבינער רב וכדומה.  (איך רעד שוין נישט פון כותל וואס אפילו די אייגענע וויא ר' מאטעלע אדער פאפער רב גייען אויך )
און נאך מער פון דעם   . אז  נישט נאר מען האט נישט געפרעגט דעם כלל אחרי רבים להטות . נאר מען האט פארפירט פארקערט  אז  די רבים זענען גאר די אפיקורסים און מינים. ערגער וויא ביים ראדזינער וואס מען האט געלאזט די אנדערע חברה לויפן און טוען וואס זיי האלטן.

נאכדעם איז געקומען דער ברך משה און האט נאך מער מוסיף געווען אז נישט נאר אין די ענייני השיטה איז דער וואס זאגט אנדערש א אפיקורס. נאר אפילו סתם ווער עס זאגט אנדערש וויא ער ..בין לקולא און אפילו לחומרא.  למשל ביי די פלייש (חלב פרשה) אדער ביי די פובליק סקול. איז אויך א אפיקורס און מען דארף עהם נאכשרייען.

היינט איז דער סך הכל אזוי. די פארטיי פון סאטמאר קרית יואל האבען זיך צוריקגעדרייט און מודה געווען אז אבל אנחנו ואבותינו וואס האבען געזייעט און געבויעט טעראר. חטאנו . און אונדז ווילען מיר לעבן בשלום . אבער די רז"ל פארטיי שרייט נאך אלץ ..  געוואלד !!!  ניין. אונדז ווילן מיר ווייטער טעראריזירן יודישע קינדער שומרי תורה ומצות.
און אריינלייגען אונזער טעראר אין פאלשע קנאות מיט שמד שטיק. און זיי האבען נאך מער מוסיף געווען. אז ביז יעצט האבען חאטשיג אלע טעראריסטן מודה געווען אז זיי טוען טעראר נאר זיי האבען געשריגען אז זיי מיינען לשם שמים. אבער יעצט לייקענען זיי בכלל און זאגען אז טוען נישט טעראר. און זיי מאכען זיך וויא דער קאזאק הנגזל. און וויא א חזיר וואס ווייזט זיינע כשרע חזיר פיס און שרייען נאך אז זיי מאכען נישט קיין טעראר  נאר א פאר משוגענע יחידים.

למשל זיי שרייען און שרייבן אז. נישט רז"ל לאזט טעראריזירן נאר ר' הלל. וכדומה. (עיין אין די נעקסטע תגובה) . אבער די וואך האט מען ב"ה טאקע געזעהן זייער פרצוף אז נישט אפאר יחידים נאר הן הנה זיי זענען געבליבן די פינסטערע טעראריסטן פון כלל ישראל נאך ערגער וויא ביז יעצט. אז זיי שרייען נאך פרעמדע פרויען און מיידלעך מיט זייערע גרולישע תאוות זנות. און תאות השררה. און זיי פארדארבן די יוגענט די תינוקת של בית רבן און די בחורים וואס זענען היינט פארדארבן וואס כמוה לא נהייתה רח"ל.  און מען בעקט זיי נאך. תיפח רוחם. . יזכרו לחרפה ולדראון עולם. .
. און עס פאסט זיין נישט מודה זיין. נאר זיי זענען עומד במרדם. חאטשיג זיי זעהן שוין אז לא זו הדרך. עס העלפט ממילא א גרויסע מכה. דער וואס וויל טראגען. טראגט ממילא. און אין בארא פארק האבען זיי שוין א פנים וויא א אויסגעשמיסענע הושענא. און דאס האבען זיי ליידער געמאכט פונעם הייליגען רבין בעל דברי יואל זי"ע.  וואס זיי האבען אייגערעדט פאר די גאס זייערע שקרים אז ער האט געוואלט מען זאל נאכשרייען ווער עס האלט אנדערש וויא ער . און מען זעהט אז אין בארא פארק ווייס מען ניטאמאל נאר רוב ציבור טראגט נארמאל און מקיים מצות עונג שבת קודש כהלכתה עפ"י תיקון חכמינו ז"ל.  

און דאס וואס נחום האט ארויפגעשטעלט אויפן  זיין דרשה האט ליין א דרשה פון א רב קעגען דעם סקול דיסטריקט.  (וועגען דעם סקול דיסטריקט פרשה יעצט אין מאנסי)  כך הוא דרכה של תורה. זה בונה וזה סותר. זה מטמא וזה מטהר.  יענער רב מעג האלטן וואס ער וויל . און דער רבי ברך משה מעג האלטן וואס ער וויל ואלו ואלו דברי א-קים חיים . אין מסכת עבו"ז איז אויך אזוי דא  פלוגתות . רבן גמליאל האט זיך געבאדן אין א מרחץ וויא עס איז געווען  עבודה זרה וכדומה. און אנדערע האבען געהאלטן פארקערט.

אבער דאס נאכשרייען דאס איז רשעות און טעראריזם עס האט נישט צוטאן מיט דת ישראל און מיט קנאות נאר מיט רז"ל רשעותדיגע טעראריסטישע פארטיי וואס פארקויפן ליידער פאר די יוגענט גארנישט לא תורה ולא יראת שמים ולא חסידות נאר  שייגעץ שטיק און כח השררה.
און מאכען פון ולא תתורו אחרי וגו' א מצוה . די שקצים מאכען זיך וויא זיי קוקן נישט און דערוויל שרייען זיי נאך יענעמס פרוי און אנדערע מיידלעך.(שקיל ואזיל בר אווזא ועינוהי מטייפן (מגילה י"ד) די גאנדז מאכט זיך פרום און קוקט אויף די ערד אראפ. און דערווייל קוקט ער אויף אלע פרויען און מיידלעך אויף די גאס . )
. מען קען זעהן עין בעין . אז אפילו נאכדעם וויא זייערע רבנים האבען געאסערט דעם עירוב. דאך ווען נישט זייערע קולות וואלט דער עולם געטראגן .קומט אויס. אז זייערע רבנים'ס פסק מיינט גארנישט. א וודאי מיטן  כוח פון טעראר און רציחה ווילן זיי געווינען די הלכה און דעם קולו של יעקב דעם פסק פון הייליגן שולחן ערוך.    האט שוין ר"מ פיינשטיין געזאגט כמה פעמים אז די פייערליעשער וואס זיי פלעגן שיקען און די פאני קאללס און די געשרייעכצער וועט נישט מכריע זיין דעם מחבר און דעם רמ"א.

אונדז רוף מיר אויס. שרייטס נאראנימלעך.  שרייטס שקצימלעך שרייטס. וויא מער. זאל די גאס הנאה האבען אז מען קען ב"ה זעהן ענקער טמאנער פרצוף. וויא אני ואפסי שרייט ארויס פון ענק. . עטץ זענטץ נאר מחזק דער מיט דעם הייליגען עירוב. ענקער אייגענע קינדער לאכען פון ענק.
און אונדז זאגען מיר . הונט!! הונט!! ביל ביל! דו ביסט עשיו'ס קינד דו גייסט אין זיינע דרכים. און אונדז זענען מיר ב"ה יעקב'ס קינדער. אז דו וועסט בייסען וועט ענק אונזער פאטער יעקב צורייסן.

און צו דיר משה דוד נידערמאן זאגען מיר אז דו ביסט פארקויפט פאר דיין אייגענע פארטיי און פאר דיינע געלט אינטערסען.יהי לך אשר לך   . אבער  לאז אפ די פאליציי פונעם 90 פריסינקט. און די פאליטישאנס. . ווייל אונדז צאלן מיר גענוג טעקס. און אונדז האבען מיר א רעכט צו לעבען דא אין אונזערע געגענטן וואס איז געבויעט מיט בלוט און שווייס בשלום.   וויא פרידליכע נארמאלע בירגער. . און אז דו לאזט נישט נישט די פאלייצי טוען זייער נארמאלע פליכטן צו שיצען די אומשולדיגע בירגער. וועסטו פליען וויא א הונט. און עפ"י תוה"ק און עפ"י פסק רבנים גדולי ישראל מעגן מיר ארויפגיין צום די הויכע רעגירונג איסטאנצען. איבערקערן די שטאט. ראה הזהרנוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2008 18:14 לינק ישיר 

לגבי די פריערדיגע תגובה וועגן ר' הלל וו"ב.

זיין גאנצע טענה פארוואס ער האט געמאכט מיט זיין ליצנות פסק
פון פרויען בנות ישראל "מילך קעסטלעך" . איז געווען ווייל מיטן עירוב וויל מען ווייזן אז דער אלטער(מיינענדיג דעם רבין זי"ע ) לעבט שוין נישט און דערווייל לעבט ער יא!  (עכ"ל) .

אבער ער מעג פאר כבוד און פאר געלט אלעס טון.

פאר געלט מעג ער מאכיל זיין נו"ט. כידוע. און ווען ער געט א הכשר אויף ווערעמדיגע בראקלי און קאליפלאווער איז עס כשר מיט די ווערעם צוזאמען. מען דארף נאר מאכן צוויי ברכות. אויף די ירקות א בורא פרי האדמה. און אויף די ווערעם א שהכל. (אדער גאר נאר א שהכל ווייל די ירקות ווערן שוין בטל צו די ווערעם) 
און נאכדעם שעמט ער זיך נישט און זאגט א דרשה און שרייט אז די לעטוס זענען פול מיט ווערעם . פארשטייט זיך אז נישט זיינע. ווייל זיינע ווערעם זענען דאך כשר.

און פאר כבוד טוט ער אויך אלעס. ער האט געהאלטן די גרויסע ספיטש וועגן מילך קעסטלעך ווייל ער האט געמיינט אז ער וועט האבען כבוד מלכים. דערווייל אזוי וויא ער האט געהערט אז עס קומט צוזאמען א אסיפה פון גדולי הרבנים . מונקאטשער רב. ואחיו מדינוב. הגה"צ מקארלסבורג. מיאקא. משנה הלכות. ממאזשוי ז"ל. מפאפא בארא פארק. מקאסוב. לינדז .נטעי גבריאל.  רח"ל כץ מסערדאהעלי. ועוד.
און פון וויליאמסבורג מאודווארי. מהאליין. מווין. אדמו"ר מפאפא. מבראשוב. הדיינים מוויזניץ ומקלויזענבורג בעלז. . און מען גייט ארויסגעבען א בריוו קעגן עהם.
איז ער שנעל געלאפן צו איינעם פון די גרויסע ראשי ישיבות אין בארא פארק.(ר"י שערי יושר)  און געבעטן אז ער ציעט צוריק אין דער איד. מען זאל נאר מבטל מאכען די אסיפה.
וכן הוה די רבנים זענען דאך איידעלע ערליכע רבנים נישט קיין אני ואפסי . האט מען עהם ערלויבט און ער האט טאקע אריינגעשטעלט א מכתב חזרה אין יוד. (פאר זיין כבוד האט ער מסכים געווען אריינצשטעלען א מכתב חזרה אויך)
פאר כבוד איז ער געגאנגן האלטן א דרשה חול המועד אין קרית יואל אויך חאטשיג ער האלט אז מען מאכט דארט אז דער רבי זי"ע לעבט שוין נישט וד"ל.

פאר כבוד איז ער געגאנגן זיין סנדק אין בארא פארק ביים בעלזער דיין אין בעלזער ביהמ"ד. חאטשיג דער בעלזער האלט זיכער אז דער רבי זי"ע לעבט נישט און די שיטה איז ביי עהם און ביי זיינע מענטשען און ביים בעלזער  דיין זעלסט ווייניגער פון א פורים שפיעל. דאך פאר כבוד איז ער געגאנגן. און האט נאך געלאזט אריינשטעלן די בילדער די וואך אינעם צייטשריפט. . כמובן.

און צו דיר משה דוד. זאלסט נישט מיינען אז דאס האט נאר צוטון מיט די אמעריקאנער געזעצען. ווייל נאכשרייען מענטשען וואס האלטן אנדערש. חוץ דעם וואס עס איז אסאלטמענט.. איז עס עכטער ראסיז"ם . מען שרייט נאך יענעם ווייל ער האלט אנדערש וויא דו. .האט עס אויך צוטון עפ"י תוה"ק ווייל דער הייליגער נוב"י פאסקענט קלאר להלכה.  אז טאמער איינער פירט זיך און טוט אפילו וויא איין דעת יחידאה. אפילו באיסורי דאורייתא האט קיינער נישט קיין שום רעכט עהם מבזה צו זיין. און טאמער איינער איז עהם מבזה איז ער א מלבין פני חבירו ואין לו חלק לעולם הבא(וואס די שרייערס האבען ממילא נישט קיין חלק לעולם הבא) . חוץ דעם איז עס פלעין יעדען שבת א גזל שינה וואס העלפט נישט קיין חזרה. און סתם צו דערשרעקן יודען. . ראה הזהרנוך.
נעקסטע שריט גייט זיין אז כל אשר יראת השם נוגע בלבבו.. זאל אויסשיקן א פערזענליכע בריוו מיט אפעטיציע צו דו באהערדע פון ניו יארק וויא אויך צו די פעדעראל גאוווערמענט. אז די פאליציי פון אונזער געגענט לאזט זיך קארופצירן פון יחידים אין א קאמיוניטי . און זיי טוען נישט זייער פליכט צו באשיצען די נארמאלע באפעלקרונג. וד"ל .
עס גייט ווערן ארויפגעשטעלט דער ברייוו מיט א פארעם דא אויפן היידפארק און אויסגעשיקט ווערן פאר יעדען אויף די פאסט מיט א קארטל אויסצופילן די פעטיציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2008 21:48 לינק ישיר 

דער אברהם שלמה בלום זאגט בתוך דבריו
"מיטן נישט וועלן פאר די אידישע קאנדאדיטן ווען מען אפהאלטן דאס אויפשטעלן א פאסליק סקול אין מאנסי"

איין מינוט

וואס איז יעצט דא, יעצט איז דא סקול ווי מען לערנט אידישקייט (איסט ראמאפא) און ס'איז דא א מזוזה וכו', און ווען די אידישע וועלן אריינקומען גייט מען אראפרייסן אלע מזוזות.

ווער קען מסביר זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 00:25 לינק ישיר 

לויט ווי סקוקט אויס מיינט ער נישט קיין געלט אין נישט קיין כפירה

ער איז פלעניר חזיר אין א מינוול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 00:52 לינק ישיר 

ידידי היקר "פלעכטעל " נר"ו.


דאס וואס ער (נחום) איז . (אפשר?)  . איז קיינעם נישט נוגע. זאל ער זיין וואס ער איז. גילט דא דער כלל "קבל את האמת ממי שאמרו" . נישט קיין חילוק ווער דער מי שאמרו איז.

איין זאך איז יא נוגע.   אז א פארטיי מיט א רבין בראש גייט נאך היינט אין די היינטיגע וועלט. און לאזט בחורים טעראריזירען אנדערע יודען בפרהסיא. פאר דעם איינעם חטא ווייל מען גייט נישט אין זיין שפאן.
 וואס ווען ער וואלט חאטשיג געווען פערטל אזוי גרויס וויא זיין עלטער פעטער דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע וואלטן מיר נאך עס  אראפגעשלונגן. אבער ער אליין און יעדער ווייס דאך ליידער דעם ביטערן אמת. זיינע מדריגות און חכמת התורה.
 וויא האט ער א חוצפה. צוצולאזן טעראריזם. בפרט נאך פורץ צו זיין קדושת ישראל אז יונגעלייט און בחורי ישראל זאלן שרייען אויף נשים און בתולות. וואס דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען אפילו אין בלעם הרשע'ס צייטן.
דאס איז נישט א פרייוועט מענטש. דאס איז א בכיה לדורות לשימצה בקמיהם.

עס איז געווען א מיטינג מיט די רבנים הגדולים דער בי"ד המיוחד לענייני עירובין שליט"א צוזאמען מיט די ראשי הוועד לתיקוני עירובין בוויליאמסבורג. עס איז געווען א פארשלאג דורך רבנים. אז מען זאל ארויסגעבען א קול קורא און א כרוז. אז יעדער איינער איז מחוייב מקיים זיין לא תעמוד על דם רעך. און ווען מען זעהט אז א בחור אדער א צווייטער אויסווארף אדער משוגענער. שרייט נאך א מאן אדער א פרוי. זאל דער גאנצער עולם וואס זעהט דאס. מענער מיט פרויען מיט קינדער אנשים נשים וטף יעדער זיך נעמען צו שרייען אויף דעם יונגאטש..
 שייגעץ!!! חזיר!!! מנוול!!! פושעי ישראל!! צדוקי!! עוכר ישראל!!.
  נאר  סוף כל סוף איז באשלאסן געווארן דורך רוב דעות . אז אזוי וויא דאס ווילן  זיי דאך די מחרחרי ריב. די פינסטערע פארטייי שקצים. אז מען זאל זיך ארומשלאגן אויף די גאסען. ממילא זאל מען זיי נישט נאכגעבן. און מען זאל זיי לאזן בילן ווייטער וויא הונט אהן ציין. אזוי וויא די הייליגע גמרא זאגט (גיטין ז) והם כלים מאליהם. זיי זענען ממילא נחשב ביי יעדען נארמאלן מענטש. אזוי וויא אש און פארעך. מחוץ למחנה ישראל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 01:23 לינק ישיר 

מיר ווארטן שוין קוים אויף דעם קומעדיגען שבת חזק
אויב עס וועט זיין א שיינע צייט אי"ה וועלן די מייז נאכאמאל ארויסקריכען פון זייערע לעכער און בילן וויא כלבים (צווחין ככלבין(תיקו"ז) יעדער ווייס דאך וואס דער רבי בעל דבר"י זי"ע פלעגט טייטשען "להוציא מליבם של צדוקים" וואס הייסט דאס להוציא מליבם.?   וואס דארף מען ארויסציען פון זייער הארץ?   נאר די צדוקים האלטן זייערע אומווערדיגע מעשים און מחשבות באהאלטן אין זיך  אין זייער הארץ. מען זאל נישט וויסן ווער זיי זענען !! אבער ווען מען רעגט זיי אויף קומט ארויס פון זייער טמא הארץ זייער שייגעץ שטיק. אויף די אויבערפלאך און יעדער זעהט למי החותמת ולמי הפסילים וער זיי זענען. דאס מיינט להוציא מליבם של צדוקים.

אזוי וויא די מעשה הידוע פונעם רבין רב יונתן אייבשיץ זי"ע אז א קאץ איז געווען פארשטעלט וויא א סארווער ביי א סעודה און ארייגעברענגט א טאץ פול מיט גוטע עסן. אינמיטן האט די קאץ באמערקט א מויז האט זי אראפגעלאזט די גאנצע טאץ מיט אלע עסן און מיט אלע טייערע כלים נאכצולויפן חאפען די מויז. ווייל דאס איז איינגעווארצלט אין איר הארץ.

עס שטייט אין מדרש אז שבת דערקענט מען ווער עס האט גוטע מידות און ווער נישט! וויאזוי? (דער מדרש מיינט דורכן מן וואס איז געפאלן אין מדבר כידוע (עיין ערוגת הבושם גבי דתן ואבירם) אבער לענייננו זעהט מען יעדען שבת
ווער עס האלט ביי א שידוך ער האט א פיינע טאכטער און ער וויל וויסן וועלכער בחור איז א גוטער בחור. און וועלכע משפחה איז א חשובע משפחה. זאל ער ארויסגיין אויף די גאס. און ער וועט זעהן אז דער בחור וואס זיצט נישט  און לערנט און לויפט נאך פרויען . דער האט נישט קיין מידות און ער איז א אויסווארף און ער זאל אוועקשטיין פון עהם און פון זיין משפחה. כמובן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס באדערט אים די געלט אדער די כפירה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext