איך ווייס אז ס'וועלן זיין חסידים וועמען ס'וועט באדערן אז דער רבי שליט"א טרייט נאכצומאכן זיין ברודער, דעם וויזניצער ר' ארון, אבער וועמען ס'געפעלט נישט זאל זיך פוצן פון דא.
וועמען ס'געפעלט נאך אלץ נישט זאל אויסהערן די דרשה פון הגה"צ רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א, וואס טוט מסביר זיין בטוב טעם ודעת פאר די בחורים אז ס'איז נישט קיין שום בושה אזוי צו טון.
אגב, דער רבי צופייערט זיך אזוי וויבאלד דער חשוב'ער בעל מנגן זינגט פאר א ניגון פון דעם נייעם טעיפ "נעימות יטב לב" אויף וועלכן די חסידים ווארטן שוין אזוי לאנג, דער טעיפ וואס וועט זיך פארמעסטן מיט די גרעסטע און שענסטע טעיפס וועלכע זענען נאר אמאל ארויסגעקומען. זאל טאקע יעדער איינער שוין לויפן און געבן מעות קדימה, כדי דעם רבי'נס טעיפ זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל קענען ארויסקומען.
|
|