בית פורומים כל העולם כולו

וועד הדירות - קול מבשר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2008 18:14 לינק ישיר 
וועד הדירות - קול מבשר


מפי השמועה אז ס'איז שוין דא אויף קול מבשר א אינטערוויו מיט וועד הדירות, #56

איך האב נאך נישט געהאט צייט אויס צו הערן און זאגן מבינות, דאס וועט זיין באלדט.

איך הער אויך אז די בעלי בתים פון וועד הדירות רישן זיך צו קלאר מאכן אסאך פרטים בנוגע זייערע פלענער אין דעם אינטערוויו



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2008 23:29 לינק ישיר 

איך מיין ס'וואלט געווען א גוטער פארשלאג אז ווער ס'האט עפעס קשיות וועגן דעם נייעם פראיעקט זאל עס פרעגן דא ברבים, און כ'בין זיכער אז ס'וועט שוין זיין ווער ס'וועט זען ס'זאל אנקומען צו די ריכטיגע חברה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2008 23:57 לינק ישיר 

ס'איז זייער א גוטע איידיע, כ'האב געזעהן אז אין היימישע קרעטשמע, איז דא איינער וואס ענטפערט אלע קשיות,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2008 23:55 לינק ישיר 

כנגד כולם
איך בין נישט קיין אפציעל ניק פון די וועד הדירות (כ'האב מיך געגבן די נאמען נאכדעם וואס איך בין געווען אין אפיס פון די וועד הדירות)
אבער א נגיעה האב איך יא... כ'האב געגבן $5,000.00 און איך וויל אז איך אין מיינע קינדער זאלען האבען ווי צו וואוינען פאר ביליג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2008 00:29 לינק ישיר 

אריסי, די טענה איז שוין עטליכע מאל געווארן אויסגעשמיסט.

די עיקר סיבה דערצו איז זייער פשוט. די ווייסט און פארשטייסט אליין אז אויב זאל ער ארבייטן ווי אלע אנדערע האבן ביז היינט פראבירט און געארבייט וועט ער אנקומען גענוי דארט ווי די אנדערע זענען אנגעקומען, אין אינזער פאל גארנישט!

און דאס איז טאקע געווען די פראבלעם פון די אלע אנדערע פלעצער פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, ער האט שוין יעצט די עקספיריענס פון די אנדערע ווי איחוד הקהיולת און נאך, ער זעהט שוין אז אויב גייט מען מיט א אלוועלטליכע זאך וועט זיך עס קיינמאל נישט אויסארבייטן, ווי עס האט געוויזן די פארגאנגענהייט.

האט ער אפגעמאכט א נייער וועג וויאזוי צו ארבייטן וואס די פאגאנגענהייט האט געוויזן אז דאס האט אסאך מער טשאנסעס זיך אויסצוארבייטן.

מ'נעמט איין חסידות, איין פארטיי און מ'מאכט דארט א ווינט, אויב ווערט א ווינט דארט קען מען גרינג האבן הונדערט צו הונדערט פופציג אינגעלייט וואס זאלן וועלן - אינאיינעם מיט זייערע חברים - ארויסגיין וואוינען.

ווען די חברה וואוינען שוין דארט און מ'הויבט אן צו בויען פרישע דעוועלאפמענט'ס גייט מען צו אן אנדערע חסידות אן פארטיי און מ'מאכט דארט א ווינט, זיי ברענגען זיך זייערע אינגעלייט, זיי עפענען זייער'ס א בית מדרש און זייער אייגענע מוסד.

דאס איז דער הסבר און סיבה פארוואס די קאמפיין גייט יעצט נאר בעיקר צוישן חסידי סאטמאר און נישט צווישן די אנדערע חסידות.

הגם עס קומען ארויפ אין אפיס מענטשן פון אנדערע חסידות'ער און מ'נעמט אן זייער אפליקעשאן, אבער די ציל איז יעצט אזוי ווי אויבערדערמאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועד הדירות - קול מבשר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext