בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק אדמו"ר מקאשוי קעגן די שאבעס שרייערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2008 07:29 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר מקאשוי קעגן די שאבעס שרייערס

עס איז נתפרסם געווארן אז ביי די דרשה פאר פסח דא אין וויליאמסבורג יצ"ו פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א האט ער שטארק ארונטער געריסן און פארדאמט. די משוגעים וואס שרייען אויף די גאסען יעדען שבת וויא מטורפים. ער האט קלאר געמאכט בטוב טעם ודעת אז די די געשרייעכצער. האט נישט קיין שום שייכות מיט קנאות צו מיט מחאה. . עס איז נאר סתם א געשריי צו ווייזן בעלות אויף די גאס. אדער סתם צולאזקייט ע"כ.

און עס איז דאך ידוע אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע פלעגט אייביג זאגען "די גאס איז נישט מיין" איך רעד נאר צו מיין ציבור"  די גאנצע חורבן פארוואס דער רב הכולל רבי יעקב יוסף רב דניו יארק האט גארנישט געקענט אויפטון דא אין אמעריקא איז נאר ווייל ער האט געוואלט מתקן זיין די גאס.   און איך(רבה"ק זי"ע)  וויל נאר מתקן זיין מיינע מענטשען.

און עס איז אויך ידוע אז מרן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט געזאגט אויף די עלטערע יארן. אז ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז איך וועל מתקן זיין די גאנצע וועלט.  שפעטער האב איך איינגעזעהן אז די וועלט קען נאר מלך המשיח מתקן זיין. האב איך חאטשיג געוואלט מתקן זיין גאליציע. נאכדעם האב איך עכ"פ געוואלט מתקן זיין חאטשיג די שטאט צאנז. אויף די עלטער האב איך פרובירט חאטשיג מתקן זיין מיין משפחה . היינט וויל איך חאטשיג מיך אליין מתקן זיין (ברוב ענוותנותו) און יעצט זע איך אז איך קען דאס אויך נישט. וויל איך עכ"פ איין שמו"ע זאל זיין מתוקן כתיקונו.. דברים נוראים ומבהילים. תשמרנה שערת אנוש.

די וואך ווען דאס איז נתפרסם געווארן אויף די גאס. (ווייל די סאטמארע צייטונגען האבען דאס נישט געוואלט אריינשטעלען)
זענען די משוגעים א סאך מער צוווילדעוועט געווארן (ב"ה אז מען זעהט אלץ מער און מער זייער אמתדיגן פרצוף פנים)
און אנדערע משוגעים האבען זיך גענומען ארומשרייען קעגן זיי . עס איז געווארן א משוגעים געשרייעכץ פון ביידע צדדים . מען האט נישט געוויסט פארוואס מען שרייעט מען האט נאר מפלפל געווען . ווער עס איז א גרעסערער משוגענער. .

איינער האט שפעטער געשריגען.. ווער פרעגט דען דעם קאשויער רב?   א צווייטער האט געשריגען "זיין מיינונג איז דאך שוין לאנג נישט קיין מיינונג! "  א דריטער האט געשריגען "קאשויער רב איז דאך א לינקער" נאך פון מדור דור צייטן .

עכ"פ יכה יוסי את יוסי די משוגעים האבען זיך ארומגעשריגען צווישן זיך.

ברוך א-קינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן המשוגעים ונתן לנו תורת אמת.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק אדמו"ר מקאשוי קעגן די שאבעס שרייערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext