מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.
אצינד קומט פאר אין שטאט אנטווערפען די פייערליכע מעמד העשור צום צענטן יאר זינטן גרינדונג פונען "כולל ויואל משה ד'סאטמאר" אין אנטווערפן. בהתייסדות הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א (דאן אב"ד אנטווערפן)
די גרויסארטיגע מסיבה ווערט אפגעהאלטן אין די זאלן פון בית רחל ד'סאטמאר בהשתתפות די גרויסע גאסט הגה"צ אב"ד ווויליאמסבורג שליט"א.
די זאל איז איבערגפולט עד אפס מקום, ביידע זאלן זענען אפען צם באניץ, פרישע בענקלעך ווערן אריינגעברענגט די גאנצע צייט און די מענשטן הערן נישט אויף צו שטראמען.
יושב ראש המסיבה איז ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו.
הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד (חיד"א) ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן האט אויפגעטרעטן מיט א פייערליכע דרשה ארויסברענגענדיג וואס די רב שליט"א האט אלס אויפגעטוען זייענדיג רב אין דער שטאט ווי איינע פון די זאכן האט ער געבויט דער כולל וואס דאס האלט אן דער גאנצער שטאט און אלעס איז נאר בזכיתם.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי בעריש קאהן שליט"א די ראש הכולל.
דערנאך איז באעהרט געווארן העסקן הנמרץ ר' יואל פויגעל נ"י וואס ער איז פון די סאמע גרענסטע עסקנים למען קהלתינו אין שטאט אנטווערפן און שטייט א גאנץ יאר צו הילךף פאר די כולל.
"אורח הכבוד" איז געווען הרבני הנגיד ר' משה ארי' פריינד גבאי דביהמ"ד סאטמאר-לאנדאן.
"דבר הכולל" האט געזאגט הרה"ג רבי ליפא טייטעלבוים, א איידעם ביי הגה"צ חיד"א ווייס שליט"א.
מיט א עקסטערע דרשה האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רב פאללאק שליט"א, דיין עיר אנטווערפען.
פאר עטליכע מינוט צוריק איז אריינגעקומען אין זאל כ"ק אדמ"ר מ'פשסווארסק שליט"א.
אצינד קען מען מיטהאלטן די דרשה פון הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א אויפן נומער 718-487-9469 דערנאך לייגט אריין די דאזיגער פין נומער 470059771#
 |
|
|