דעם שבת קודש האט הרב ר' יעקב שליט"א געמאכט א ריזיגן גרויסארטיגן קידוש אין העלמעצער ביהמ"ד ווי הונדערטער גוטע פריינד און ידידים פון הרב ר' יעקב'ן זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט זיין אומגלויבליכע שמחה.
הודו לה' כי טוב.
נשלח ב-28/5/2008 06:41
וואס יענקל פעקעטע האט געטוהן אין געזאגט איז געווען באגלייט דורך כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין כ"ק מתולדות צבי דספינקא שליט"א אין רז"ל מסאטמאר שליט"א - פינקט ווי יעדער נערמאלער מענטש פארשטייט אז דער וואס זיין רב הייסט ער מעג טראגען מיטן עירוב מעג ער טראגען - פונקט אזוי מעג אין דארף ער טוהן וואס זיינע רבנים הייסן אים טוהן ,
איך האלט ער האט נישט גערעדט ווייל ער איז נישט ווי ב. .... ער איז נישט קיין לאולייף אין זיין טאטע העלמעצער רב איז אויך נישט קיין חדר יונגעל ,
נשלח ב-29/5/2008 06:37
וואס הייבט מען יעצט אן סתם באשמוצן א ערליכן יונגערמאן, וואס האט חזקת כשרות, על לא דבר.
ער האט ב"ה געהאט גרויסע חסדים און איז ארויסגעקומען מצרה לרווחה ומאפילה לאור גדול
און דערפאר מעג ער געבן א קידוש. מ'מוז נישט איבעראל זוכן צו טרייבן שקרים כדי צו באשמוצן עמיצן.
נשלח ב-29/5/2008 09:43
קיינער האט אים נישט מתיר געווען די שרעקליכע מסירה וואס פעקעטע האט געטאן קעגן די אחים יאקאבאוויטש.
הרב החסיד רבי יצחק ברוך ברוין ני"ו האט קיין איין ווארט נישט גערעדט, די רעגירונג האט אים פארשפראכן אז טאמער ער רעדט קעגן די אחים יאקאבאוויטש ווערט ער פריי, אבער ער האט נישט גערעדט קיין איין ווארט, און וועגן דעם גייט ער ליידער זיצן.
נשלח ב-29/5/2008 21:16
קיינער האט דערווייל נישט געברענגט קיין שום דאקומענט אדער סיי וועלכע באווייז אז ר' יעקב פעקעטע האט עמיצן גע'מסר'ט, דאס איז פשוט מקוה נייעס וואס די אהרונים האבן ארויסגעלאזט אויפן חשבון פון די אנגעווייטאגטע משפחה.
נשלח ב-29/5/2008 21:38
" איחדמעמבר" זאגט אז פעקעטע האט זיך דורכגערעדט מיט'ן מונקאטשער רבי'ן, רבי זלמן לייב, און רבי אייזיק ספינקער.
איך האב אביסל מיטגעהאלטן דעם קעיס, און הגם כ'קען נישט זאגן אז איך ווייס קלאר אז מונקאטשער רבי שליט"א האט פעקעטע'ן נישט מתיר געווען צו רעדן, איז עס אבער זיכער זייער נישט מסתבר.
איך גלייב אויך נישט אז רבי זלמן לייב האב אים מתיר געווען. רז"ל זוכט זיך נישט קיין קאפ ווייטאגן. אויב פעקעטע וואלט אים געפרעגט וואלט רז"ל אים גאנץ זיכער געשיקט צו די דיינים.
רבי אייזיק ספינקער ווייס איך טאקע נישט. אבער נניח אז דער ספינקער רבי האט מתיר געווען פאר פעקעטע'ן צו רעדן - וואס פראוועט ער הוליאנקעס? דריי טייערע אידן זיצן אין תפיסה (עכ"פ טיילווייז) צוליב אים. האסט געמאכט א געשעפט מיט דער "די-עי", זאל דער זכות דיר אוודאי ביישטיין. וואס אבער ביסטו אזוי ניסימ'דיג געשטימט?
מענטשל זיי אזוי גיט אין רוף אהן דעם מונקאטשער רבי אדער פרעג דיך נאך ביי זיינע שטוב מענטשן אין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש איז עדות דערויף , לגבי רז"ל ער האט אפי' אנגערופען יענקל פעקעטע פרייטאג לכבוד די שמחה! אין דער ספינקא רבי ר' אייזיק איז גענוג א חשובע אין ארויפגעזענע רב - סא אפי' לשוטתך אז נאר ער געט דעם היתר איז 100 פראצענט אז פעקעטע האט געמעגט טוהן וואס מען האט אים געהייסן -
סיי ארי יאקאבאוויטש אין סיי יענקל פעקעטע זענען יודען אין טאטעס פין שטיבער מיט קינדער ב"ה אז פעקעטע האט נישט געדארפט אריינגיין דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אלעמען באקאנטער בעל חסד ארי יאקאבאוויטש זאל אויך ארויסגיין בקרוב ,
נשלח ב-29/5/2008 23:47
1) ר' מנחם גרשון לעבאוויטש זאגט אז מונקאטשער רב שליט"א האט נישט געלאזט ח"ו מסר'ן רח"ל על האי דעתא, פארקערט די מונקאטשער רבי האטל אז פעקעטע איז א מסור.
אז יעקב פעקטע האט געמסרט ווישט דיך נישט אריין אינעם מונקאטשער רבי, לאז אים במנוחה.
גיי פרעג יעדער איינער פון די יאקאבאוויטש משפחה יעדער שטייט און וויינט אויף די שרעקליכע מסירה נוראה וואס פעקעטע האט אפגעטאן ה' ישמרינו.
2) בנוגע צו רז"ל האט אים מתיר געווען צו מסר'ן איז בכלל נשיט אינטערסאנט, פונקט ווי עס אזי נישט אינטערסאנט אז זיין פריינד יאשקע וואלדמאן וואס טאנצט מיט אים, איז מתיר צו מסר'ן, ביי רז"ל איז אלעס מותר גיין צום ציוניסטישען בג"ץ, ארעסטירען בחורים און אינגעלייט, וכו'.
3) אז די וועסט מיר ברענגן א פוסק ווי הרב וואזנער, בדי"ת עדה החרדית, טארטיקאוב, ר 'מענדל זילבער, ר' חיים לייב כ"ץ, ר' יצחק מאשקאוויטש, ר' מיכל שטיינמענץ וכו' וכו', דיינים רבנים וואס קענען און טוען אין חושן משפט, דעמאלס וועל איך הייבן די הענט, אבער סתם ברענגען פון שאדעלע באדעלע רבנים איז גארנישט ווערט.
י פעקעטע האט נישט געמסרט דער ספינקא רבי שליט"א האט פורים ביי זיין טיש ברבים אראפגעשריבן די נאמען פין די JUDGE אין עס צוריסען אין דערנאך זיך אנגערופען ב"ה די זאך איז מסודר אין די ביסט באפרייט איך האב עס געהערט פין איינעם וואס איז געווען דערביי,
נשלח ב-30/5/2008 02:14
יענקל פעקעטע האט געזאגט וואס דער מונקאטשער האט אים געצהט צו זאגען ווען ער זאגט ווען פאר די גאווערמענט איך האב זיך פארגענומען צו מאכן א תענית הדיבור גייט ער ווען אריין אין תפיסה פאר מינימום 15 יאר פאר די עבירה פין געבן שוחד! דערמאן דיך אפאר חדשים צוריק ביי די מונקאטשער חתונה וואס איז געווען עטליכע חדשים נאכדעם וואס די יאקאבאוויטש זענען שוין געזעצן האט כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אויפגענומען יענקל פעקעטע ווי זיינס א קינד אין געטאנצען מיט אים.. ווען דער מונקאטשער זאל האלטן אז ער איז א מסור וואלט דער מונקאטשער "וואס איז זיך מוסר נפש ממש פאר אידען אין תפיסה" געקוקט אויף אים בכלל ? אין אוודאי נישט אויפגענומען מיט אזא חבה יתירה אין געטאנצען מיט אים
נשלח ב-30/5/2008 02:34
על ראשון ראשון סא יעצט זאגסטו קלאר אז יעקב פעקעטע האט יא גע'מסר'ט די יאקאבאוויטש ברודער פאר די רעגירונג ה"י.
נאר די זאגסט אז די מונקאטשער רבי האט אים געצהט וואס צו זאגן.
נשלח ב-30/5/2008 06:03
דעס אלעס וואס מען זאגט בראך איז מסור פעקעטע איז א מסור אין דעס וואס די אהרונים מיט די זאלונים זענען קארט איז איינער צי פארדאנקען
דער ברך משה ע"ה
ער האט געריפען די רעבעצין אין געריכט
ער האט געזאגט פאר א.ל. א סירוב בייסט נישט
ער האט ציריסן ר' יחזקאל ראטה שליט"א פסק דען ביי די בעדפארד הייזער
ער האט געגעבן פאר שלום בערגער אן עליה ווען ער איז געגאנגען אין קארט
היינט עסט מען זיינע פירות רעכטס אין לינקס גאנץ סאטמאר איז אין ערכאות
זכיתו יגן עלינו
נשלח ב-30/5/2008 06:17
געווארט - איך בין א קנאפע חסיד געווען פינעם ברך משה אבער מען טאר אזוי נישט רעדן מנהלים ביטע אויסמעקן
נשלח ב-30/5/2008 06:31
מנהלים טאמיר האב איך געשריבן איין ליגנעט מעקטעס אויס וואס איך האב געשריבן