|
|
| נשלח ב-30/5/2008 00:00 |
|
| |
צו מיינע געשמאקע ברידער, מיט וועמען איך רעד כמעט טעגליך, און יעדן איינציגן שבת אין קרית יואל.
עטס ווילטס יעצט ביי די וואלן שיקן א מעסעדזש פאר ר' דוד עקשטיין און נאך - דורך די ווילידזש עלעקשאנס.
פארוואס, ווייל עקשטיין און די אנדערע פארשטייען נישט אנדערש.
זאג נאר, האסטו פראבירט צו שיקן דיין מעסעדזש אן אנדערע וועג און ס'איז נישט געגאנגען:
האסט פראבירט צו מאכן א דרייוו, נישט צו צאלן קיין מעמבערשיפ און אזוי שיקן דיין פראטעסט.
האסט פראבירט צו מאכן א קאמפיין נישט צו צאלן די זיצן געלט, און אזוי מעלדן אז ס'איז נישט הפקר וועלט.
ניין. האסט נישט פראבירט, ווייל דו ווילסט האבן די EASY WAY. אן דארפן טאן גארנישט. בלויז שיקן א מעסעדזש מיט א PUSH OF A BUTTON
אבער, מיט דעם PUSH OF A BUTTON, אבער מיט'ן בלייבן אינדערהיים, שיקסטו א שלעכטן מעסעדזש פאר די מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר - דאהי, און אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
איך רעד צו דיר.--- און נאך אסאך יונגעלייט.
DON'T SHOOT US, מיט א שלעכטן מעסעדזש צום נישט ריכטיגן רעסיפיענט.
ווען מיר וועלן האבן פראבלעמס מיט'ן בית החיים... צו וועמען וועט מען האבן טענות?
צו גדלי' סעגעדין אדער צו דיר...
DON'T LOOSE YOUR BRAIN ביטע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/05/2008 3:18:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 00:15 |
|
| |
האקאבו יא יא דאס ווארט "געספוילטע" איז דאס ריכטיגע ווארט צו ניצן אויף די קרית יואלער אידן א מענטש וואס איז געספוילטע ווייסט פון איין זאך אויף די וועלט קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
זאל די ווילדש אויפהערן געבן פאר זיי אלעס וועט זיך די קאמפלעינען אויפהערן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 00:33 |
|
| |
די אפטיישט פון א זאלי און קורצן "מענטשן וואס קוקן אלעס מיט שווארצע גלעזער"
און אלעם וועט ער טרעפן נאר שלעכטס (אויסער ביי זיך)
זעהט אויס ס'איז אביסעל קעטשי און דעי מחלה הייבט זיך אן אריינצוכאפן אביסעל צווישען אונז
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 00:50 |
|
| |
ס'איז אמת אז קרית יואל'ער אידן פארלאנגען מער דערפאר וואס דער ווילעדזש שטייט איין אין היימישע הענט, אבער דער פאקט איז אז איר קענט נישט פארלאנגען אריינצורעדן פונדרויסן אן מיטהאלטן וואס דא גייט פאר.
פאקטיש איז דער עולם זייער אנגעווייטאגט נאך וואס דוד עקשטיין און מאיר הירש האבן געמאכט פורים פונעם עולם ביי די קהל'ישע וואלן, און די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען זיך אויסגעבן איז ביי די ווילעדזש וואלן, גערעכט צי נישט.
היי יאר איז די וואלן נאר פאר 2 טראסטי'ס, און די ווילעדזש בלייבט נאך אלץ געהעריג אין היימישע הענט, אזוי אז די איינציגע זאך וואס וועט געשען איז א "מעסעדזש" פאר קהל פונעם ציבור אז מ'דארף זיך רעכענען מיטן עולם ווייל ס'איז פאראיבער די צייטן ווען סאטמאר איז באשטאנען 'פון פופצן טויזנט זיצערס וואס וועלן זיצן וואו מ'וועט זיי הייסן'. במילא איז דאס בכלל נישט נוגע פאר די סאטמארע חסידים פונדרויסן וועלכע זארגן זיך איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 00:56 |
|
| |
בי אהער -האסט פארגעסן דאס צו לייענען-
| זשוליאני08 כתב: |  |
זאג נאר, האסטו פראבירט צו שיקן דיין מעסעדזש אן אנדערע וועג און ס'איז נישט געגאנגען:
האסט פראבירט צו מאכן א דרייוו, נישט צו צאלן קיין מעמבערשיפ און אזוי שיקן דיין פראטעסט.
האסט פראבירט צו מאכן א קאמפיין נישט צו צאלן די זיצן געלט, און אזוי מעלדן אז ס'איז נישט הפקר וועלט.
ניין. האסט נישט פראבירט, ווייל דו ווילסט האבן די EASY WAY. אן דארפן טאן גארנישט. בלויז שיקן א מעסעדזש מיט א PUSH OF A BUTTON
אבער, מיט דעם PUSH OF A BUTTON, אבער מיט'ן בלייבן אינדערהיים, שיקסטו א שלעכטן מעסעדזש פאר די מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר - דאהי, און אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
|
|
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 01:09 |
|
| |
ביז אהער
1} מאיר הירש האט גארנישט געהאט מיט די קהל'ישע וואלן 2} דאס וואס די זאגסט אז
היי יאר איז די וואלן נאר פאר 2 טראסטי'ס, און די ווילעדזש בלייבט נאך אלץ געהעריג אין היימישע הענט, און די שרייבסט ווייטער אזוי במילא איז דאס בכלל נישט נוגע פאר די סאטמארע חסידים פונדרויסן וועלכע זארגן זיך איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'. פון דעם זעה איך אז די טראכסט נישט פון נאכדעם נאר וואס ס'איז יעצט ווען די זאלסט טראכטן וואס גייט זיין נאכדעם
וועסטו גראד כאפן אז ווען 2 נישט היימישע טראסטי'ס, וועלן זיצן און די ווילעדזש אפיס ביי יעדן מיטונג איז זיך יא דא וואס צו זארגן איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'. וומס"ב קהל, וומס"ב מוסדות, ב"פ,מאנסי
ביי יעדע זאך וואס מ'וועט זיי וועלן העלפן ווען ס'פעלט זיךאויס וועלן צוויי פרעמדע דארט זיין און אפיס וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 01:30 |
|
| |
ביז אהער;
מיטאיינמאל פארשטייסטו שוין נישט וואס צוייי פרעמדע פאררעטער וואס קומען אריין אין דיין אפיס קענען אפטוען?
די פארשטייסט טאקע נישט וואספארא חורבן די צוויי טראסטי'ס וועלן אנמאכן אויב קומען זיי אריין אין אפיס אפילו די פארבלייסט די רוב מיט א מערהייט פון איינס????
וואספארא אויסרייד איז דאס?
די מסכים אז יעדע זאך ווואס זיי האבן זיך געשלאגן ביז היינט פינדרויסן מיט די ווילידזש איבער סיי וועלעכער אנגעלעגענהייט זאלן זיי יעצט טוען מיט 5 לויער'ס פון אינווייניג אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש???
די ביסט מסכים אז די ווילידזש זאל נישט קענען ארויסהעלפן מיט די מערכה אין אינזער חסידות אין אנדערע פלעצער נישט דייקא אין די גרעניצן פון קרית יואל, וואס ווי די וויייסט אלייין דארף מען כסדר אנקומען צו זיי וד"ל, אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש????
די פארשטייסט נישט אליין אז ווען די ווילידזש איז א פאראייניגטע כח קען מען ברענגען אומצאליגע פראגראמען פון וואס אלע תושבי קרת יואל האבן היינט צוטאגס הנאה, און מיטן אריינברענגען פרעמדע מענטשן דארט וועלן זיי פראבירן צו שטעלן פיסלעך אויף טריט און שריט. צו לוינט זיך דאס אלעס פאר די איינע סיבה פון נקמה, ווייל איר ווילט שיקן א מעסעדזש????
די אלע אינגעלייט זענען "סעלפיש" זיי ווילן נאר זעהן א נקמה. און זיי האבן געטראפן איין פלאץ ווי זיי קנען דאס טוען אפגעזעהן וואספארא פרייז דאס ברענגט מיט זיך. זיי גייען שפאצירן מיט ביידע פיס אין וואנט אריין אבי ווייזן אז אינז קענען טוען וואס מיר ווילן.
ווי איז ענקער שכל? זייטס נישט קיין צועקים לשעבר!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 01:32 |
|
| |
דע ארונים וויינען ווי בעביס אין זיי ווייסן אז זיי גייען פארלירן, איך ליין די בלאט אין יעדער פין די גאנצע וועלט זאגט פאר קרית יואל אנוואוינערס וויאזוי צי וועלן, בערל פרידמן, איציק רוזענבערג, מנחם גרשון לעבאוויטש, לייבעלע גלאנץ, הארטמאן מיט שיף פין מאנסי, וועלץ פין בארא פארק, יעדער האט א מיינונג אויזער דער ראש הקהל פין קרית יואל דוד עקשטיין האט אינגאנצן נישט קיין מיינונג, נישט דוד עקשטיין אין נישט מאיר הירש, נישט מרדכי לייב גליק, אין נישט דער טשיף שיע בלומענטאל, זיי האבן בכלל נישט קיין מיינונג, דינסטיג גייט זיין א מכטיגע אסיפה אין קרית יואל אין ווער גייט רעדן, בערל פריעדמאן, איציק רוזענבערג, ארי לייב גלאנץ, אין קיינער פין די גרויסע שוויצערס פין קרית יואל ווערט נישט מכובד מיט קיין דרשה, וואס מיינט איר, פארוואס?
איך האב א עצה, אשאד מיט די אסיפות, אשאד מיט די מודעות אין בלאט, איין זאך קען אייך העלפן, מאנטיג אינדערפרי זאל דוד עקשטיין רעזיגנירן אין דאס וועט אייך גאראנטירן א זיג, איז דאס צי א גרויסער קרבן?, ער איז דאך א חסיד פין ארון, דאס איז די איינציגע זאך וואס קען אייך העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 01:52 |
|
| |
שחמט, טו מיר פערזענליך א טובה.
שרייב יצחק ראזענבערג, נישט איציק ראזענבערג.
יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 02:30 |
|
| |
ביז אהער און די אלע אנדערע "נעבעכדיגע" קרית יואלער נשמות.
איינער האט עס שוין דא געשריבן און איך טו צולייגן מיין וואוט דערצו.
א גאנץ יאר הרג'ענען מיר תושבי גרעיטער ניו יארק זיך אוועק פאר קרית יואל. אויב קענט עטס נישט פאר אונז צוריקגעבן די פאר מינוט מיט'ן ארויסגיין שטימען פאר די ווילידזש דאן לאזן מיר אייך וויסן, די העק מיט ענק, וד"ל (און די נעקסטע שבועות איז אינקלודעט.)
מיר האבן צופיל גרעסערע פראבלעמען פון ענקערע קינדערישע שטותים, אז אונז זאל מיר פארשטיין אז ווייל דוד עקשטיין לאזט נישט הענגען קיין גרויסע צעטלעך אויף די ווענט פון בית המדרש מוז מען שטימען קעגן די ווילידזש.
די זאליס שטייען און שארפן זיך די ציין, אלע שונאים פון סאטמאר רייבן זיך די בייכער אז צום ערשטן מאל אין די היסטארי האבן זיי א טשענס צו געבן א גוטן דזשאך פאר (מרן ר') אהרנ'ען, און אלע אהרונים איבער די גאנצע וועלט, פון אמעריקע ביז אויסטראליע, פון ברוקלין ביז בני ברק שטייען און בלוטיגן אוועק, און שלאפן נישט רואיג ביינאכט אויס זארג אז מען וועט כאפן א געזונטן פראסק ביי די וואלן, וואס מיר סאטמארער אידן איבער די וועלט וועלן נישט קענען דורכטראגן. און דו קומסט מיט דיינע פערדישע ברידער און דו ווילסט אונז זאל מיר ענק פארשטיין פאר'ן בלייבן אינדערהיים.
בהמה איינער, לאמיר שוין זאגן אז איך וועל ענק פארשטיין, וועלן די זאליס עס פארשטיין? וועט משה לייב דייטש זיך איינהאלטן פון שרייבן א מעכטיגן זיג ארטיקל אינעם איד ווייל ער וועט אנערקענען אז ס'איז נישט עכט געווען קיין פאטש פאר'ן רבי'ן שליט"א, וויבאלד אזויפיל אהרונים זענען געבליבן אינדערהיים?
זאגט מיר, איז עפעס ראנג מיט די קרית יואלע ענווייראמענט אז אזויפיל אידן דארט זענען קראנק אויפ'ן מוח?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 02:48 |
|
| |
כדי צו געבן א דוגמא פאר אנדערע אידן וואספארא "ספוילד ברעטס" די קרית יואלער אידן זענען, לאמיך ענק פארציילן וואס ס'איז פארגעקומען היינט אין קרית יואל.
פריער קאלט מיך אן א חבר מיינער, וואס איז ב"ה פון די מעדזשאריטי נארמאלע סאטמארע חסידים אין קרית, וואס גייען שטימען פאר די היימישע ווילידזש קאנדידאטן.
זאגט ער מיר: דו ווייסט נישט ווי גערעכט דו ביסט מיט די געספוילטע קרית יואלער אידן.
היינט האט מען איבערגעפעיווט גארפיעלד ראוד. מען האלט טיף אינמיטן די ארבעט און אלעס ווערט אפגעשטעלט.
וואס גייט פאר? א איד וואס הינקעט ל"ע האט אפגעשטעלט זיין קאר אינמיטן גארפיעלד, געבלאקט דעם טרעפיק און נישט געוואלט פארן ווייטער. ער האט געזאגט אז ער לאזט נישט די ארבעט גיין ווייטער ווייל ער איז דיסעיבלד און די ווילידזש דארף אים נישט מער און נישט ווייניגער מאכן א רעמפ ארויף פון גארפיעלד ביז צו זיין הויז, אז ער זאל קענען ארויפפארן מיט זיין קאר ביז צו זיין הויז.
מען האט אים פרובירט מסביר צו זיין מיט גוטן און מיט בייזן אז ער זאל זיך רוקן, אבער בשום אופן. ער האלט נישט דערביי. נאך א שעה איז סטעיט פאליס אנגעקומען און זיי האבן אים ענדליך באוויזן צו רוקן, אבער נישט פאר ער האט צוגעזאגט אריינצוגעבן א לאוסוט קעגן ווילידזש פאר'ן נישט מאכן א רעמפ צו זיין הויז.
האט איר א ביישפיל פון די געספוילטע קרית יואלער אידן. א מעשה וואס האט היינט פאסירט.
אגב, פאר די וויליאמסבורגער, בארא פארקער און מאנסיער אידן דארף איך אפילו נישט זאגן וואס ס'וואלט פאסירט מיט איינעם וואס בלאקט דעם טרעפיק אויף א ביזי גאס, אפילו נאר פאר פינף מינוט.
תוקן על ידי האקאבו ב- 30/05/2008 2:49:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 03:16 |
|
| |
אכטונג, ביטע זיין איינגעהאלטן און נישט נוצן קיין שארפע לשונות צו אטאקירן פריוואט אנדערע חברים.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 03:27 |
|
| |
איך האב געפרעגט א קרית יואלער איד נעכטן, איך פארשטיי באמת נישט, ווי אזוי פאר א גוט יאר, גייסטו שיקן א מעסעדזש פאר דוד עקשטיין אדער מ.ל. גליק דורך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן וועלכע זענען גאר אן אנדערע גרופע, און אפילו שטילע שונאים פאר דוד און מ.ל.?
זאגט ער מיר, פארפאלן, עס איז נישט דא קיין ברירה, קעגן זיי קען איך נישט וואוטן, מוז איך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן.
האט ער מיך דערמאנט א מעשה,
א פרוי האט פארלוירן איר רינגל און דער מאן זעהט ווי זי זוכט עס אין דיינונג רום, זי שוויצט און בייגט זיך אראפ און קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, זוכט מיט אלע כוחות
פרעגט איר דער מאן, איך פארשטיי נישט די האסט דאך פארלוירן דעם רינגל אין בעדרום, וואס האסטו פון זוכן אין דיינונג רום?
ענטפערט זי, וואס זאל איך טון, אין בעדרום איז נישט דא קיין לעקטער, מוז איך זוכן דא...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 04:06 |
|
| |
רבי יונה, די וויץ איז גוט. פארפאלען. אבער די דוגמא דערצו איז נאך בעסער!
וועסט פרעגן א קרית יואל'ער אינגערמאן, די ווילידזש האט דיר עפעס שלעכט געטוען? ער האט דיר עפעס נישט צוגעשטעלט? וועט ער דיר ענטפערען, ניין, אלעס איז זייער פיין און וואויל, אבער דוד עקשטיין איז נישט גוט.
דוד עקשטיין איז א אנגעשטעלטער אין די ווילידזש? ניין. אבער ער האט גע'פסל'ט ליסטע ד' ביי קהל'ס וואלן וועל איך שטימען דא קעגן משה גאלדשטיין אין יענקל פריינד.
יא, אבער די חכם, וועסטאך גארנישט אויפטוען, דוד עקשטיין פארבלייבט דאך ווייטער ראש הקהל. יא, אבער איך וויל שיקן א מעסעדזש.
דאס איז דער הויפט תירוץ, איך וויל שיקן א מעסעדזש פאר קהל דורך די ווילידזש וואלן.
איז לאמיר שטייטלעך מאכן א סך הכל וואס דער אינגערמאן וויל און וואס ער טוט.
ער וויל זיך אפרעכענען מיט דוד עקשטיין פארן פסל'ן ליסטע ד' ביי די קהלישע וואלן נעמט ער די ווילידזש וואלן פאר א ציל ברעט און גייט נישט גיין שטימען פאר קיינעם און דאדורך דעם אריינברענגען צוויי זאלי'ס, די גרעסטע שונאים פאר אינזער קהלה און מוסדות זיי זאלן שטיין אויף די העכסטע ערטער אין אינזער ווילידזש, אבער אין די זעלבע צייט גייט דוד עקשטיין ווייטער זיין בעה"ב אויף קהל, ער גייט ווייטער פירן וועד הצניעות פונקט ווי ביז היינט, נישט קיין חילוק ווער דער טראסטי איז.
דער וואס דארף כאפן די מעסעדזש - זאג איך ענק קלאר - וועט נישט כאפן די מעסעדזש, ער פארבלייבט ווייטער אויף זיין פאזיציע נישט קיין חילוק צו איר גייט שטימען צו נישט.
די מעסעדזש וועלן כאפן בלויז ענק, די איינוואוינער פון שטעטל וואס וועלן זעהן וואספארא ציפקע צרות די צוויי וועלן ענק אויסטיילן.
די מעסעדזש וועלן כאפן די זאלי'ס אז ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן זיי זיי אויך א ברייטער מחותן און קעען דארט אויך געווינען.
די מעסעדזש וועלן כאפן די געטרייע ווילידזש פירער וואס על אף זיי האבן זיך אוועקגעגבן פאר די איינוואוינער ווילן אבער דא געציילטע אינגעלייט דורך זיי שיקן א מעסעדזש פאר קהל און א כפרה די אלטע געטרייע ארבייטער.
די מעסעדזש וועלן כאפן די קהלה פירער פון איבער די וועלט אז עס זענען דא צווישן אינז עטליכע הונדערט פאררעטער וואס וויפיל מ'טוט פאר זיי גיבן זיי דאס צוריק.
די מעסעדזש וועלן כאפן טויזענטער חסידים, אנשי שלומינו פון איבער די גארער וועלט אז די קרית יואל'ע אידן האבן זיי אריינגעשטאכן א מעסער אין רוקן. היל"ת.
טראכט אריין פאר איר טוט עפעס!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2008 04:17 |
|
| |
רבי יונה מיט האקאבו וואס האלט איר אז נאך ווען איר פארלירט אי"ה די וואלן וועט דוד באקומען די מעסעטש צו נישט, איך בין זיכער אז נעקסטע יאר ביי די מיעאר וואוטס וועט דוד עקשטיין נישט זיין דער ראש הקהל אין מרדכי לייב וועט נישט זיין גבאי, זיי וועלן מער נישט טעראריזירן דעם עולם, איי וועלן זיי שנעל באקימן די מעסעטש, דוד עקלשטיין וועט מער נישט שפילן פאליטיק מיט נפטרים אזויווי ביי ר' משה טייטלבוים ע"ה, איך האב נאך א עיצה פאר אייך ספוילטע ארונים, דוד עקשטיין זאל לייגן אייערע טראסטיס אויף ביידע ליינס אזוי ווי ער האט זיך גישטעלט אויף אלע ליסטעס דאן וועט איר זיכער גיווינען, זאגט א יישר כוח פאר מיינע גיטע עיצות.
|
|
|
|
|