בית פורומים כל העולם כולו

געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2008 16:22 לינק ישיר 

שלום עליכם טייערע פריינד, שוין לאנג נישט דא געווען...

איך עפן אויף היינט צופרי הייד פארק זעה איך א גאנצע מהפיכה, די סאטמארע אידען די בכל אתר ואתר טעהנ'ן זיך ארום מיט אפאר יחידים פון ק"י איבער די וואלען.

מיך אלס ק"י איינוואוינער האט אביסעל געבאדערט אז ס'קומען זיך אן מענטשען פון די פרעמד און זיי טיילען אונז איין וואס צו טון,
און זיי שעמען זיך נישט צו שרייבען אז זיי טוען עס פאר קנאה דזשעלעסי, יא... זיי זענען פשוט דזשעלאס אז אונז האמיר א שענערע הויז פון זיי, און ווייל דעם זאל איך ק"י'ער טוען ווי אזוי אים שמעקט.

איך פארשטיי אז ס'איז דא געוויסע אינגעלייט אין ק"י וואס זענען נישט צופרידען פון די ווירטשאפט אין ק"י, אבער עפ"י רוב איז דאס פון די קהל'ישע ווירטשאפט נישט פון די ווילעדזש ווירטשאפט,
און יעצט טענה'ן די אידען אז ס'איז דא א טשענס צו שיקען א מעסעדזש וועל איך עס אויסנוצען, איי... וואס האט די ווילעדזש מיט קהל???
נאר אזוי ווי ר' מאיר הירש האט אונז גוט צוגעפיקסט מיט זיין "מעולם לא חתמתי" זאל ער זיין די כפרה הינדעל.


איז אזוי..

אמת טאקע אז ר' מ. ה. האט אונז גוט צוגעפיקסט ביי די קהל'ישע וואלען במישרים או בעקופין, אבער מיינט דעיס אז וועגן דעים קומט זיך אים טויט שטראף???

אם תמצא לומר אז יא, ס'איז גענוג א גרויסע עבירה אז ער זאל פארדעם באקומען 2 דערנער אין אויג, וואס האט ר' אברהם ווידער , ר' יעקג פריינד, ר' משה גאלדשטיין, ר' גדלי' סעגעדין געטון אז זיי זאלען ליידען.

אם תמצא לומר אז יא, זיי האבען אלע געקענט אפשטעלען ר' דוד עקשטיין'ען פון מאכען אזוי פורים פונעם עולם, וואס האבען די אלע אנדערע ראשי קהלה פון איבער גרעיטער נ.י. און פון בכל קצבי תבל חוטא געווען אז מ'זאל זיי אריינשטעכען א מעסער און רודקען???

אם תמצא לומר אז ס'דארף זיי נישט אנגיין וואס דא טוט זיך, פארוואס קומט זיך דאס פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א אז אלע זיינע שונאים זאלען טאנצען אין די גאסען???


הצד השוה שבהן...

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען שיקט מען זייער א שלעכטן מעסעדזש פאר אלע איבערגעגעבענע עסקנים.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען בלייבט ר' דוד עקשטיין נאך אלס ראש הקהל נאך מיט א גרעסערע פאוער וד"ל

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען איז מען מצער דעם רבי'ן שליט"א וואס ער געט זיך אוועק זיין לעבן פאר אונז חסידים.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען וועסטו... די אליין... זיך שעמען ארויסגיין אויפ'ן גאס פאר א שטיק צייט.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען און די אנדערע 2 וועלן ח"ו געוואונען, האט מען א חלק אין די אלע מעשי רשע וואס זיי טוען און וועלן אפטוען.


אלזא טייערע פריינד...

לאמיר לייגען אונזערע דיפערענצען, מיינונגס פארשידענהייטען, שנאה, קנאה, האס, אין א זייט און יא ארויסקומען שטימען פאר

הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ני"ו
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין ני"ו

פאר ווילידזש טראסטי, קומענדיגען מיטוואך אין זאל פון קרן ויואל משה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 17:20 לינק ישיר 

אוי בוי באם, אוי בוי באם, זייער זייער פיין אין שיין ארויס געברענגט.

זייער זאכליך, אבער מיר באדערט דאס שוין לאנג םפארוואס דאררף דאס בכלל זיין א אישו? זענען די קרית יואלער אידן נאך אלס אזוי אראפ געביגעלט ווי אמאל?
איך האב געמיינט אז היינט האבן זיי שוין אביסעלע מער שכל...

א'קעי יצעט קומען זאגן אז האקאבו, מיט יונה, מיט זשוליאני האבן גוט געזאגט? שכח! א אלטער מעשה אז דאס איז די אמת, אין נאכאמאל עס איז נישט דא אפילו א קלער פארקערט.

וואס מיר איז נאר אינטערעסאנט אז אפאר ראציגע יונגען שרייבן דא אזוי: עעעםם מיש דיך נישט אריין וויילקיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין ק"י, יא יא ענק ווייסן ניטש אלעס,

קאם אן! זענט עטץ טאקע פינעף יעריגע קינדער וואס מען שפילט אין הויף א גאנצן טאג אין נאכמיטאג ייט מען צום מלמד זיך אויסטאנען ווער עס האט געכאפט די פאסיג ביי "כל הקהל הקודש"?

וואס רעדט עטס שטותים? מווייסט נישט וואס דארט גייט פאר? עס איז עפעשס פארשטעקטע סודות, וואס עס טוט יך אין ק"י?
וואס עס טוט זיך?

א שטאט וואס בליעט קע"ה, א שיינער שטאט ברוחניות בגשמיות, מענטשען האבן אלעס מען איז צופרידן, ואוס דרייט עטס א קאפ?

אריינרוקן אפאר נאראנישע יודן איז די אקט פאר יעצט, ריכטיג? שוטים!

דער האלצערנע/פערד (האלצער/פעדער) איז יעצט די נקמה?

מ.ה. שוין 23 יאר וואס? יא יא! 23 יאר ואס ער ארבעט פאר דיר אין ער שטרענגט זיך אן פאר דיר!
קוק צוריק וואס ער האט געטאן, קוק צוריק וואס מען האט אויפגעשטעלט א שיינעם ישוב, קוק צוריק וועמענס קרעדיט דאס איז.

נוצט אמאל ענקער שכל, נאראנים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 18:10 לינק ישיר 

כ'האב געטראפען היינט איינעם וואס מ'האט געזאגט אויף אים אז ער וועט נישט שטימען, פרעג איך אים, "איך הער אז די גייסט נישט שטימען, פארוואס נישט?"

זאגט ער מיר, "אוודאי גיי איך שטימען!!! אז איינער וויל מיר אראפרייסען א פינגער זאל איך מיר פארדעם אליינס אראפרייסען מיין האנט???..."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 18:54 לינק ישיר 

אויב איך מעג ביטע נאר פרעגן איין פראגע.

וואו זענט איר געווען ביז יעצט? נישט דייקא איר, נאר וואו זענען געווען די געטרייע פירער ביז יעצט? קרית יואלע אידן האבן שוין טענות עטליכע יאר, קרית יואלער אידן רעדן שוין פון נישט גיין שטימען צוויי חדשים, און די אלע ביי וועמען דער 'כבוד פון סאטמאר' איז אזוי טייער האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון עפעס צו פיקסן דעם פראבלעם.

פלוצלינג א וואך פאר די וואלן הייבט מען אן מיט א ויצעקו, מען שרייט, 'סאטמאר'! דער כבוד פון סאטמאר איז אויפן וואגשאל! דאס האט איר ביז יעצט אויך געוואוסט, דאס האט איר געוואוסט ביי די אלע מהפכות וואס זענען פארגעקומען אין לעצטע פאר יאר אויך. דאס האט איר געוואוסט בייי די קהל וואלן אויך. דאס האט איר געוואוסט ביי 'מעולם לא חתמתו' אויך, דאס האט איר געוואוסט אין די לעצטע צוויי חדשים אויך, וואו זענט איר געווען? פארוואס האט איר נישט פרובירט ביז יעצט עפעס צו טון? פארוואס איז נישטאמאל בייגעפאלן פאר די הנהלת הקרי' צו פרובירן זיך כאטשיג וויסנדיג מאכן פונעם עולם.

נאר וואס דען, אז מען האלט דעם ציבור פאר קיען, מען האלט אז 'די קיען' וועלן קומען שטימען סייווי, מען האלט אז 'די קיען' וועט מען קענען אין איין וואך איבערדרייען, מען האלט אז 'די קיען' וועט מען קענען מיט אפאר שרעקעדיגע ווערטער מאכן שפרינגען, דעריבער פארוואס די פלאגעניש? פארוואס זיך אפילו אומקוקן וואס די אידן האבן צו זאגן, וועמען אינטערעסירט אפילו וואס 'די קיען' האבן טענות, מ'וועט קומען אפאר טאג פאר די וואלן און שרייען סאטמאר און די קעלבער וועלן קומען צו לויפן.

און 'דאס' איז דער הויפט פראבלעם, סיי ביי קהל און סיי ביי די הנהלת הקרי', דער ציבור איז קיינע קיען מער, שריי נישט אויף זיי 'דער כבוד פון סאטמאר', שריי אויף דיר אליין 'דער כבוד פון סאטמאר'.

מיינט איר דען אז קרית יואלער אידן ווילן אז סאטמאר זאל פארשעמט ווערן? מיינט איר דען אז קרית יואלער אידן ווילן אז דער רבי זאל פארשעמט ווערן? אבער אדרבא, זאגט איר, וואס דען זאלן זיי טון, זיך לאזן פארדרייען א קאפ און זיך לאזן פירן ווי קיען? דאס האבן זיי שוין געטון פאר משה גבאי, און ניין, ס'האט זיך נישט גוט אויסגעארבייט.

שריי נישט בעבי, שריי נישט 'ספוילד ברעט', שריי נישט מהרס, ער האט א פראבלעם, ער שפירט זיך ווי ער ווערט געפירט ווי א קי דורך א באנדע דיקטאטורן, גיב אים אן עצה.

תוקן על ידי גערשל ב- 30/05/2008 18:54:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:17 לינק ישיר 

וואס געווען ביז יעצט? געווען ביז ווי? ליידער האב איך געמיינט אז מען רעדט פון אפאר נארינים וואס צאך א העץ קאמפיין פאר נאו גוד ריזען,

קיינער האט נישט געחלומ'ט אז מענשטען וועלן בכלל אנהייבן איבערקייען די נאראנישע טענות נעבעך א שוידער קען כאפן ווי מען קען אמאל הערן ווי אפילו נארמאלע מענטשען זאגן, זעהסט זיי זענען יא גערעכט... אגב די גאנצע מאכעריי איז פון אפאר יונגען אינגאנצן, מיינט נישט אז אין קרית יואל איז מען קעגן די מענטשען ווער עס האט זיך איבער געגעבן פאר די קהלה פאר די לעצטע צענדליג יארן.

עההה ניין, נאר אפאר יודן וואס האבן אייביג ליב צו ווייזן אז זיי האבן דעם קאפ פוןפאראויס טראכטן אין ווייסן צו זאגן וואס אין וויאזוי עס גייט זיין אין געשעהן, אפאר ליידיגע קעפ.

יעצט גערשל, אייענרנ האלט די ציבור פאר קיען? וואס קיען אואוס רעדט איר דא?

קיען זענען די וואס גלייבן אין קיען, אנ"ש איז נישט אנגעהאנגן געווען אין קיען פאר די לעצטע צענדליג יארן, מען האט ב"ה באזייטיגט אלע קיען ואוס האבן געוועלטיגט ווען מען האט געעפענט די טשטעטל, היינט איז עס ב:"ה קלין קלעיר פון קיען!

די קיען פאשענען אלע אין לארקין טאקע, אין אויב ווילסט ומיר איינרעדן אז מיט די קיען קען מען גיין צום טיש אין מען זאל וואויטען פאר זיי, דאן האסטו א ערנסטען פראבלעם, ווייל מיט קיען שטייט מען נישט אין ווארט.

דאס האט אונז שוין די הייליגער בעל דברי יואל אויסכעלערנט, אין אזוי אויך דער הייליגער ברך משה, אין אזוי אויך אונזער הייליגער רבי'ן שליט"א.

אין צו די  ק"י יודן גערשל, גיי זאג זיי, יא זיי זענען ספוילט ברעט! זיי האבן פון אלעם גוטן.

אויב די גערשל זעהסטו נישט איין אזוי, THEN BE AWAR THAT ONE EYE OF YOU IS CLOSED אין דער זעלבער סטעיטמענט קען ען זאגן פאר אלע איבריגע ק"י יודן וואס רעדן זיך אפ.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:39 לינק ישיר 

גערשל

אויב נאר קיען, החרשתי
מ'רעדט ליידער פון רוצחים און נאציס נישט פון קיען.


אונזערע מוסדות בלוטיגן וועגן די ארכי מערדער הירש-סעגעדין
מיינע מיידלעך לערנען אין טרעילארס וועגן דעם אותו-האיש  פון צאנז קאורט
בני יואל איז יארן לאנג טעראריזירט געווארן טאג און נאכט דורך דעם רעזשים

YOUR TIME IS UP
AND NOW IS THE TIME

צוויי פון אונזערע קאנדידאטן וועלן אי"ה מאכן דעם ריכטיגן אנהייב פאר א גליקליכע ענדע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:43 לינק ישיר 

פראסקעס

קרית יואל בליהט? WOW
פארוואס, ווייל עס האט שולן און בתי מדרשים און מקוואות?

מאנסי האט נישט קיין שולן און בתי מדרשות און מקוואות?
מיר האבן נישט צענדליגער שולן און בתי מדרשות און מקוואות אן די הילף פון דעם הירש-סעגעדין רעזשים?

וואס האבן זיי געברענגט פאר קרית יואל?
מיליאנען דאלארן אין זייער קעשענע.
א אשת חיל פון מיליאנען גרענטס פאר זייער טאש
א טריפה'נע סקול דיסטריקט צו רייסן מיליאנען און זיך שטאפן די טאשן

טיפש איינער: וואס האסטו דערפון? (נישט הירש און סעגעדין און אהרן חארינער?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:45 לינק ישיר 

גערשל, וואס איז בכלל די פראגע ווי מ'זעמער געווען ביז יעצט?

ביז איצט איז נישט געווען די פראבלעם וואס עס איז יעצט. עס איז ביז היינט נישט געווען קיין פראגע פון איבערגעבן דיין ווילידזש, דיין חסידות, אין די הענט פון דיינע גרעסטע שונאים, אידן וואס ווילן דיך אינטערברענגען פאר כל הון  דעלמא.

ס'ארא נארישע טענה איז דאס "ווי מיר זענען געווען ביז איצט"?

מ'האט דיר שוין דא עטליכע מאל ערקלערט, אויב האסטו א פראבלעם מיט קהל, אויב ביסטו נישט צופרידן וועגן די וואלן וואס קהל האט געמאכט, זיך א עצה וויאזוי צו פרעשורן אויף קהל אויף אן אנדער וועג, מ'האט קיינמאל נישט געטראכט אז דאס איז די סעלושן גיין און אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פאר זיך אליין און נאך צענדליגער טויזענטער אידן פאר די איינע סיבה פון נצחון.

וויסלט שיקן א מעסעדזש? נאו פראבלעם, אבער נישט אויף די וועג פון גם לי גם לך לא יהי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 19:49 לינק ישיר 

וואס זיי האבן געברענגט? זיי האן געמאכט לויטער פון קיען וואס האבן אמאל געהאט א ווארט אין שדטעטל,

אין זאג מיר נאר ווער געניסט חליידער פון די סקול דיסטירקט? (איך גיי נישט יעצט ררעדן צו דאס איז טריפה צו נישט, זאג מיר נאר ווער עס איז נהנה דגערפון)

אשת חיל: ווען די וואלסט ווען דארט געווען וואלסטו געגעבן דאס געלט םפאר עניי עיר, שטימט?

טיפש איינער: שעלט וויא ליימענער גולם, קרית יואל איז אין די הענט פונעם הייליגען ברך משה א זון וועןם ער האט געוועלט אלע יארן, אין אזוי וועט אי"ה פארבלייבן ביזן משיח'ס קומען.

קענסט קייען וואסער, פובליק סקטול, אשת חיל, עס וועט גארניקס העלפן!!

אין יא נאכאמאל קרית יואל בליט! יא אדאנק דעם רבין ז"ל אינעם היינטיגן רבי'ן כח!

איך ווייס די ווילסט דאס נישט הערן, אבער דאס איז דער פאקט, אין קוק גוט נאכאמאל וואס איך האב געשריבן. אויב האסטו פארזעהן וואס עס באדערט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 16:44 לינק ישיר 

מאנרא, סטאפ מיט דיינע בעיבישקייטן.

דו ווייסט וויפיל סאטמארער אידן ס'שלאפן שוין נישט קיין נעכט איבער די גאנצע וועלט צוליב די רשעות און סעלפישנעס פון אפאר קרית יואלער אידן? ווייסט וויפיל אידן ס'ציטערן אוועק אז מען גייט פארלירן די וואלן?

און דו ווילסט מיר זאלן זיך בעטן ביי זיי אז זיי זאלן פליז זיין אזוי גוט און ארויסקומען שטימען.

נאו וועי!!! מענטשן וואס האבן נישט אזויפיל מיטגעפיל און אזויפיל אינטעלידזשענס צו פארשטיין אז נאר מיט'ן סטראשענען נישט צו קומען שטימען שעדיגן זיי גאנץ סאטמאר, ווייל ס'שוואכט אפ יעדן סאטמארן איד איבער די וועלט, זענען נישט ווערט אז מען זאל זיי אדרעסירן ווי נארמאלע מענטשן.

איך גיי מיך נישט בעטן ביי קיינעם. אויב ווילט עטס נישט אליינס פארשטיין וואס עטס האט צו טאן, דעמאלטס פארלירטס דעם ווילידזש און דזשאינטס די קלאב פון לוזערס.

ווייסט וואס נאך כ'וועל דיר זאגן? פאר אזעלכע בהמות ווי ענק קומט זיך טאקע אזא מענטש ווי דוד עקשטיין.

אויב איז קיינעם פון ענק נאכנישט איינגעפאלן צו עפענען אן עסקראו אקאונט ווי דער עולם זאל אריינצאלן מעמבערשיפ און זיצן געלט, ווילאנג ס'ווערט ארדענונג, און אויב אנשטאטס נקמה צו נעמען אין די מענטשן וועלכע טוען רשעות טוט עטס ענק נוקם אין די מענטשן וואס טוען נאר גוטס, דעמאלט קומט זיך טאקע פאר ענק נישט עפעס בעסערס.

תוקן על ידי ביבער ב- 02/06/2008 16:47:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 16:55 לינק ישיר 

ביבער
100 מענטשען האבען מיך יעצט געקאלט אז זיי האבען געזעהן ביבערס תגובה און זיי האבען זיך פעסט דערשראקען סאו זיי גייען שוין זיין וואויל און ארויסגיין וואוטען.

קיפ אפ די גאד ווארק....

שעלט און פארשעם אלע קרית יואלע אידען, אפשר אזוי וועלן זיי איינזעהן אז זיי דארפען טאקע גיין וואוטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 17:07 לינק ישיר 

מאנראו!

הער אויף וועפן הויעך אינמיטן טאג, וואס דרייסטו א קאפ? איינער פארשעמט די קרית יואלע יודן? ח"ו אזוי צו טראכטן! אויב פארשעמען פארשעמט עטס ענק אליינס. געטס נאר א קוק וואס ענק פארמאגן אין וואס מען האט ענק צוגעשטעלט אלע יארן, דריי נישט דעעם קאפ אין האק נישט אריין אז נאך אלעם מיינען זיי דיין שלעכטס.

יא דו מאכסט פורים פון דיר אליינס, האסט געמאכט א ליסטע? פששש מורא'דיג אין מען האט עס אפילו געפסל'ט? פששש האסט אמאל געטרייט מיט די געהעריגע וועג, זיך אראפ זעצן מיט וועם די ווילסט פארהאנדלען? כאפ ליסטעס דריי איבער, שיס אין דריי איבער א שטאט, אויף וואס ארויף? ווייל מען האט געפסל'ט א ליסטע? נעעעעבעך!

זאג נאר וואס האבן אין ק"י אקארדינג וואס מען פארמאגט אין וויליאמסבורג.

כאפ נאר מיט מיר א שפאציר אין וויליאמסבורג'ער שול, הייב אן דיין טאג דיין סדר היום אין הופפער, זאג מיר נאר וויאזוי דו גלייכסט די מקוה די אויסטשעל פונעם רחבותדיגן טויער ווי מען קומט אריין דארט אין שול, זאג מיר נאר וויאזוי דו גלייכסט די גאנצע אויסשטעל פון די תפילין קעסטלעך אין הופפער (אויב מיינסטע אז די טישן וואס זענען געמאכט צו גיין נאך געלט, אין טרינקען לעקעך איז נאר פאר דעם? ניין! דאס איז פאר תפילין'ס אין ספרים וכדו') נאר וואס דען? מען ווייסט אין מען עפרישיעט אז די קהל טרייט זייער בעסטע, זיי טרייען אין זיי טוען,  

יעצט אין קרית יואל די זעלבע זאך, זיי געבן אין זיי שטאפן ענק מיט גוטס, יעצט העסט מיר זאגן אז מיר ווויסן נישט אלעס וואס דארט קומט פאר? איז דאס עפעס סודות וואס קיינער ווייסט נישט?

וואס איז דאס אויסרייד אז וויליאמסבורג, רעדטס נישט עטס וויסט נישט.
קאם אן! היינט איז גארנישט באהאלטן, ידעדער ווייסט אלעס, יעצט נאכאמאל, האסט פראבעלעמן? גיס דאס נישט אויס אויף קיינעם.

זעץ דיך אראפ מיט די מענטשן וואס שטייען דיר אין וועג.

טענקיו מאנראוי!

תוקן על ידי פראסקעס ב- 02/06/2008 17:08:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 17:35 לינק ישיר 

הער פראסקעס, ביבער, וכו'

עטץ טענה'טץ ענק מיט מיר אויף א נישט ריכטיגע אישו,

מיין פערזענליכע מיינונג לגבי קהל (די וואלען און אלעס ארום) איז נישט די זעלבע ווי די אידען וואס ווילען יעצט נישט גיין וואוטען, און איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די נושא פון עקשטיין ועוד חזון למועד.

וואס איך טריי דא ארויסצוברענגען (קען זיין איך ברענג עס נישט גוט ארויס, איך בין דאך פארט נישט קיין שרייבער) איז, אז דאס וואס די שרייסט "סאטמאר" "די רבי" אא"וו גייט נישט אריין דעם קרית יואלער אינגערמאן אין קאפ,
און ווען די זאגסט אז ער האט א פארשטאפטע קאפ רעגסטו אים נאר נאכמער אויף.

אז די ווילסט סתם שטופען צייט דאן ביסטו גערעכט, שריי, שפעט, ענטפער, פארשעם מיך און אלע אנדערע קרית יואלע (מיך נישט ווייל איך וועל נישט זיין צוריק ביים קאמפיוטער ביז נאכמיטאג)

אבער אויב ווילסטו ארויסשלעפען דעם עולם צום וואוט באאט, דאן איז דיין אגענדע גאר א שלעכטע, אדרבא קאל אן אפאר קרית יואלע אידען, (איך קען דיר געבן מיין טעל. נומבער אין אישית) און הער פון זיי וואס די מצב איז דא און ווי אזוי מ'דארף אומגיין מיט די "געספויעלטע ברעטס" ווי די רופסט זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 17:47 לינק ישיר 

זאג נאר, איך וויל ארויס שלעפן וואוטען? איך זיץ מיר אין אפיס אין די סיטי איצטעט, איך ברויך דיין וואוט? איך דארף עפעס פון דיר? שבועות אין קרית יואל וועל איך סייווי האבן מיין אכסני' איך ברויך עפעס פון דיר? אין בכלל אויב גייסטע וואוטען גיי איך עפעס מער געניסן?

פארקערט איך זאג דיר נאר, רעדטס מיר דא ווי א גאנצער מבין, אז מען האט דיר באגאנבעט א ליסטע, סטראשעסט (איך מיין נישט דווקא דו) אז דו גייסט נישט וואווטען.

זיץ איך דען אין איך טראכט עצות אין וועגן וויאזוי דיר ארויס צושלעפן וואוטען? פון מיין זייט זיץ אינדערהיים אין שפיל מיט א פידל. איך פארדין נישט גארנישט  ווען די קאנדידאטן וואוינען אין ק"י אין זיי לויפן אין ק"י, אין זיי געווענען ק"י.


יעצט בענין אז מען שפעט אין מען מאכט חוזק פון דיר, סארי, איך האב נישט געכאפט אז דו נעמסט עס טאקע פערסאנעל. הגם איך פיל היפש שלעכט אז דו פילסט ווי אלעס איז געצילט קעגן דיר, אבער ניין, נישט דאס מיינט דער עולם דא דערווייל.


אבער דאס יא, אויב האסטע די ריכטיגע וועגן וויאזוי ארויס צופשלען וואוטען, פארוואס באהאלסטו דאס אין אישית ברענג זיי ארויס קלאר. זאל יעדער זעהן וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט לאז יעדעם געניסן פון דיין בונקער עצות וואס דו פארמאגסט.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 18:02 לינק ישיר 

מאנראו, מיר האלטן שוין אויפן זעקסטען בלאט פון זיך ארומ'טענה'ן, אויב קוקסטו צוריק אויף אלע תגיבות - חוץ די קעפל - איז נישט דער טענה אז איר זענט געספוילט, קענסט זיך אויף דעם אנכאפן, אבער נישט דאס איז די טענה צו אייך.

דער סך הכל איז שוין געמאכט געווארן עטליכע מאל.

יעדער פארשטייט אז איר מעגט האבן טענות, צו ס'איז גערעכט צו נישט איז א עקסטערע זאך, אבער איר מעגט האבן טענות, נישט אלעס אין די קהלה איז געטוען געווארן ווי עס וואלט ווען געדארפט. גערעכט.

די אישו איז אבער אויב איר מעגט דערוועגן פארלירן די וואלן פון די ווילידזש און אויף דעם איז די טענה, אויב כאפט מען זיך ארויף אויף דעם אז איינער האט געזאגט אז איר זענט געספוילט וויל איך נאר קלארשטעלן אז נישט דאס איז די אישו דא. מיר וועלן דערוועגן שמועסן נאך די וואלן, יעצט לאמיר באהאנדלען די סיבות פון די אינגעלייט פארוואס נישט צו גיין שטימען און פארוואס זיי זענען נישט גערעכט.

גענונג קלאר געזאגט?


נו, צוריק צו די גמרא'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.