בית פורומים כל העולם כולו

געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2008 18:18 לינק ישיר 

צו זיין אויפריכטיג, כ'האב נישט דורך געלייענט די פילע תגובות מקצה אל הקצה אבער די דריי פראגן וואס מיר עגבערט האב איך אויבערפלעכליך צווישן זיי נישט געפינען, און זיי זענען ווי פאלגענד:

1. פארוואס ווערט כמעט יעדע מודעה וואס איז באמת נוגע פאר ק"י שטייער צאהלער (חוץ באלק פיק אפס וכדו,) אריינגעלייגט אינעם פיינטליכן רעקארד ווי איידער אין איינע פון די צוויי וועכנטליכע - שטייער באצאלטע - אויסגאבן, פארוואס בין איך נישט בארעכטיגט צו וויסן אז מ'גייט מיר רעכענען 17% אינטרעסט פאר סיי וועלכע שפעט באצאלטע ווילעדזש בילס, און אזוי אויך אז מיין הויז ווערט איבערגעשאצט דורכ'ן Tax Assessor.

2. וואס האב איך פון - אן אייגענעם סקול דיסטריקט מיט א בודזשעט פון לערך $15,000,000.00, פון א וועד הקריה וואס רעכענט $12.00 א סקווער פוס און א געוואלד מיט רענט אין שאפינג סענטער אזש אז די גראסעריס טענה'ען אז די קאנסומער ברויכן עס באצאלן, פון א שמחה זאל וואס רעכענט עטליכע און דרייסיג דאלער א קאפל דערביי ארויפטרייבענדיג דעם סטאנדארד ביז צום הימל, פון א ביזנעס סענטער וואס האט איין זאך געטון, געדריפעלט די פרייז פון אפיס רענט - ווען איך קריג נישט קיין שום הנחה און שכ"ל און די איינגעשטעלטע ווערן קוים באצאלט און מיט... עסן קארטלעך, איין זאך וואס יא, מ'האט מיר געהעכערט די טעקס צו באצאלן דאס געהעכערטע ארענדע פאר ק"י ביזנעס סענטער,

3. פארוואס אין סיי וועלכע טאון איז דער אפטייטש פון א קאמיוניטי רום, א שטוב/קלאב האוז וואס אלע אינעם קאמפלעקס האבן א שותפות דערין מיט א ערוויילטע באורד אוו מעמבערס, משא"כ אין ק"י דארף מען עס איבערשרייבן פריוואט פאר איינעם וואס מ'קען דא זען.

דובט זיך אז כ'האב נישט געשריבען קיין פאנאטיק.

 



תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 18:21:58




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/6/2008 18:23 לינק ישיר 

אויב האסטו שוין גענומען די מיה און איבערגעקוקט אלע 6 בלעטער פארוואס האסטו פארזעהן מיינע תגובות?

האב איך איין מאל געשריבען אז איך גיי נישט וואוטען???

איך שריי דאך דא פונקט פארקערט!!!

מיין פאוינט איז.
אז ס'איז דא אידען וואס האבען טענות (וואס אגב איך בין נישט פון די אידען),
און ווען מ'האט אנגעפאנגען צו דיסקאסען די אישו אויף הייד פארק האבען זיי געשריגען "רעד נישט אריין....די ביסט נישט קיין מאנראער..."
אבער אזוי ווי איך בין יא א קרית יואלער קענסטו מיר נישט זאגען "רעד נישט אריין" און מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'דארף פאר יעדן פרייז יא גיין וואוטען, פאר די אלע סיבות וואס איך און אנדערע האבען שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 18:36 לינק ישיר 

לעבעדיגער,

ביסט 100% גערעכט אז מיר דארפן אלע ארויסגיין שטימען, מיר וועלן טאקע ארויסגיין שטימען, טייל מיט די גארטלעך און טייל אן די גארטלעך, טייל נאכן מקוה און אנדערע פאר'ן מקוה צו מקיים זיין וישכם אברהם בבוקר, טייל וועלן נאך מער מחמיר זיין און וועלן ארויסזאגן דעם נאמען בשעת'ן אראפריקן דעם קנעפעל לקיים מה שנאמר און אנדערע וועלן גאר שרייען דעם נאמען נוסח ספירה ציילן און מיר אלע וועלן צוזאמען כאפן א טענצל "נעשה ונשמע" און "וכל קרני רשעים אגדע" און טרינקן א לחיים נאכן דאווענען.

די שאלה איז נאר, גייט טאקע אלעס בלייבן ביים אלטן? וועט מען ביים אסיפה מארגן נאכט נאר איבערקייען אלעס וואס מען האט שוין דא גערעדט? איז טאקע אן 7-8 רומיגע עפארדעבל דירה היסטאריע? גייט מען א יאר ארום ביי די וואלן האלטן די זעלבע?

אמת טאקע, מיר גייען אלע ארויסגיין שטימען אין די מאסן, אבער מיר ווילן הערן פלענער פאר'ן צוקונפט, אמת טאקע מיר ווילן אז דער וויליעדזש זאל קענען העלפן יעדן מאנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, אבער מיר ווילן אבער אויך אז דער וויליעדזש זאל אויך העלפן אנשי שלומינו פון קרית יואל.

גייט טאקע אלעס בלייבן ביים אלטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 19:32 לינק ישיר 

האסטו נישט געזעהן א צעטיל פון קהל אז זיי מאכען פארשריט לטובת הציבור?
און דאס איז נאר מודעה א'
ס'קומט נאך מודעה'ס און נישט נאר מודעה'ס נאר אויך פאקטישע פארשריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 19:37 לינק ישיר 

קודם שלום עליכם מיינע גוטע פריינט.

אלס קרית יואל'ער איינוואוינער נעם איך מיר די רעכט צו לאזן הערן מיין מיינוג.

קודם מוז איך רעאגירן אויף מיך אנרופן "ספוילט ברעט" און "בעיבי", מיר קרית יואל'לע אידן קענען זיך נאך עניטיים פארמעסטן מיט סיי וועלכע אנדערע פלאץ סיי מיט תורה, עבודה, גמילות חסדים, עסקנות, חסידות, און אפילו מיט געלונגענקייט.
ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וואס ענק האלטן זיך אזוי גרויס קעגן אונז.

איך דריי מיך צווישן עולם, און מיט אלע סטראשערייען בין איך פערזענליך איבערצייגט אז סוף כל סוף וועט דער עולם ארויסגיין אין מאסן און וואויטן לטובת די ווילידזש קאנדידאטן, מיט אלע טענות צוזאמען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 19:38 לינק ישיר 

מאנראו, מיין טענה איז נישט געווען צו דיר, די רעדסט זייער אויפריכטיג איבער גייען שטימען, איך האב נאר גערעט איבער די טענה אז איר זענט געספוילט, זאג איך אז נישט דאס איז די אישו דא, לאמיר נישט פאדרייען די נושא, די רעדע איז איבער די וויכטיגייט פון נישט פארלירן די וואלן.

רעכטער, איך האב נישט קיין אנונג וואס מ'גייט רעדן דינסטאג נאכט. ווי איך גלייב גייט נישט ר' יצחק ראזענבערג אדער ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, צו ר' אהרן וועלץ אראפלייגן וואס מ'גייט טוען אונעם צוקונפט, ווייל דאס ווייסן זיי גאר ווייניג, זיי גייען נאר ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון גיין שטימען אין די לאקאלע וואלן וואס אפילו דאס הייסט לאקאלע וואלן איז דאס אבער נישט קיין לאקאלע נושא נאר אן אלוועלטליכע.

רעכטער, איר זענט זייער א קליינער מינדערהייט פון די וואס האבן טענות אויף די ווילידזש, יעדער איינער ברענגט דא ארויס איינע נאך די אנדערע אז די טענות דא איז אויף די קהלה, איר זענט דערוויל דער איינציגסטער וואס ברענגט דא ארויס די טענות אויף די וויילדזש. סארי, מ'קען זיך נישט אפגעבן מיט יעדן איינציגער פערזאן. אז איר האט טענות קען נאך יעדער גיין שטימען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 19:48 לינק ישיר 

אזהרה, די אלייענס דרייט זיך ארום אויף דעם אשכול.

רעכטער איז אן אלייענס מענטש. ביטע נישט פירן קיין שום דיבעט מיט אים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 20:03 לינק ישיר 

לעבעדיגער, אז יעדער איינער ברענגט דא ארויס די טענות וועגן די קהלה מיינט נאך נישט אז קיינער אין קרית יואל האט נישט קיין טענות אויפ'ן וויליעדזש, איך האב ברוך השם א דירה און ב"ה פרנסה, איך נעם מיר פשוט אן פאר מיינע חבירים וועמעס מארגעדזש רענט איך בין נישט ביכולת צו צאלן, וויפיל פון מיינע חבירים שטייען אויפן וואסער? דא פארט די רענט ארויף אומגלויבליך שנעל, און קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט.

מקעין, איך האב שטארק הנאה אז די האסט אויסגעטראפן אז איך בין אן אלייענס א מענטש, גראדע איז מיין פראגע פארוואס די וויליעדזש נעמט זיך נישט אן פאר "אנשי שלומינו", וויל איך רעד נישט פון די "קהל" אישו מיינט נאכנישט אז איך ארבייט פאר די עזות פנים'ער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 20:10 לינק ישיר 

ס'איז נישט דאס ווארט בעיבי אבער קינדיש צי געספוילט.

ס'איז דערפיש און נישט מיט קיין ברייטע וויזיע.

1) דאס שמייסן ראובן פאר'ן חטא פון שמעון (מבזה זיין גדלי' סעגעדין וואס ארבעט געטריי, צוליב'ן שיקן א מעסעזש צו עקשטיין).

2) 4 יאר צוריק האט מען געהאט טענות צו מאיר הירש איבער דירות. די טענות זענען געווען ריכטיגע און מ'האט אסאך אויפגעטאן. איצט קען מען אויך אויפטאן און מ'וועט אי"ה - אן קיין מעסעדזשס נאר דורך DIRECT TALK.

3) אריינברענגען זאליס וועלכע ווילן נישט בעסער מאכן. זיי זענען נאר דא אויסצורייסן די קליפה פון קרית יואל. איז א פוסטע נאונסענס.

ווען איך האב א ספק אז מענדעלע שווימער האט אן אינטערעס פאר קרית יואל איז איין זאך.

דער מציאות איז אלע בני יואל / זאליס זענען נאר דא צו צאפן דאס בלוט פון דעם יונגערן ברידער פון זלמן לייב.... איז עס נישט קיין שום תועלת אדער מעסעדזש.

3) דו שיקסט נישט קיין מעסעדזש דורך אפהאקן דיין אייגענעם האלז.
ווערסט נאר א קאפ קורצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 20:13 לינק ישיר 

רעכטער,
ביסט גערעכט,


איך האלט טאקע אז האלצער אדער פעדער גייען איבערנעמען אלע מארטגעדזש פעימענטס.
און אויך גייען זיי פארהאנדלען מיט אלע לענדלארס איבער די רענט

און מ'גייט אי"ה ענדיגן דאס רשעות פון צאלן יעדן חודש געלט פאר דעם לוקסוס צו וואוינען אין א הויז....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 20:17 לינק ישיר 

קאמענטאטאר

דארפסט פארשטיין אז די ווילידזש איז אין מלחמה מיט די אלע וואס זוכן אונטערצוגראבן, ממילא קומט אמאל אויס צו טאן פעולות וואס די היימישע ליידן אויך דערפון,
פון איין זייט זוכט מען טאקע צו העלפן די אייגענע, אבער פון די צווייטע זייט דארף מען זיכער מאכן אז די שונאים זאלן עס נישט קענען אויסנוצן,
אמאל איז שטערקער דער "אנכי" און אמאל דער "ולא יהיה לך"...

וואס וועסטו האבן דערפון אז די לעגאלע מעלדונגען וועלן זיין אין די היימישע צייטונגען? וואס פעלט אויס סתם צו פארדרייען דעם קאפ פון גאנצן ציבור וואס פארשטייט גאנץ קנאפ צו מאטעמאטיקס, אויב איז דא איינער וואס איז באמת אינטרעסירט אין די פרטים פונעם בודזשעט קען עס דורכרעדן מיט די ווילידזש באאמטע וועלכע וועלן אים זייער גערן מסביר זיין.

איך וועל נישט לייקענען דעם פאקט אז ס'מאכט זיך פראבלעמען אין קרית יואל, אזוי ווי אין אנדערע פלעצער, אבער מען מוז פארקוקן, ס'איז נישטא קיין סאך ברירות, מיר האבן נישט דעם לוקסוס ארויסצושטימען אונזערע קאנדידאטן וועגן "למה יאמרו הגוים", מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אבער מען קען נישט אלעס פיקסן, פונקט ווי די אין דיין פריוואטן לעבן קענסט נישט אלעס פיקסן, ס'איז דא פראבלעמען וואס דו מוזט לעבן דערמיט.




תוקן על ידי kj2008 ב- 02/06/2008 20:21:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 22:36 לינק ישיר 

דאס אז דער עולם פארשטייט גאנץ קנאפ צו מאטעמאטיקס איז נישט קיין שום תירוץ אז מען לאזט אונז נישט וויסן ווען אונזערע טעקס גייען ארויף, און עס פארענפערט נאכנישט דאס אריינצולייגן אין די רעקארד א האלבע אינטש אויף א אינטש קלאסיפייד (אה אנטשולדיג איך האב שוין שיער פארגעסן אין די מידדעלטאון רעקארד נישט אין מאנרא רעקארד) און יעצט קענסטו נישט קומען זאגן אז ווער עס וויל קען גיין פרעגן די ווילעדזש באאמטע און זיי וועלן עס מסביר זיין פאר מירת איך האב א רעכט צו וויסן ווען מיין הויז גייט צו ריעוואליועשאן. זאל איך אפשר גיין פרעגן יעדן טאג צו מען גייט הייבן היינט די טעקס?
און בנוגע דאס וואס די זאגסט אז איבעראל איז דא פראבלעמעןאון מען דארף דיעל"ן דערמיט איז אויך נישט גערעכט, וויל איבעראל ווי עס איז דא פראבלעמען קען מען טאקע וואויטן און ארויסוויזן וואס עס באדערט און מען מוז נישט לעבן דערמיט.
און ביי דהע וועי - איך האב גארנישט אריינגערעדט אין די גאנצע דיסקוסיע ביז אהער, איך האב נאר איין שאלה צו פרעגן: אויב איז די וואלן א רעפערענדום איבער די כח פון סאטמער פארוואס איז דא איבעראל וואלן פארוואס מאכט מען אפי, פרעזידענט וואלן? דארט קומט דאך סאטמער נישט אריין אין בילד לגמרי? מיין פוינט איז אז איך בין א זייטיגער צוקוקער אין איך פארשטיי נישט פארוואס וואלן איז פארוואנדלט געווארן אין א חסידות אישו, איין מיינע אויגן איז וואלן א בעסיק דעמאקראטישע רעכט מיט וואס אלע אמעריקאנע בירגער זענען געשאנקען געווארן צו קענען אויסקלויבן ווער עס זאל זיין זייערע פירער און עס האט גערנישט מיט פאליטיק אדער מיט חסידות.
איך קוק מיך איין אויף די קאמפיינען און איז זעה איין זייט קאמפיינט: מיר וועלן אויפטוען און מיר וועלן געבן (איך גיי נישט אריין אין דעם צו זיי גייען אדער צו זיי ווילן געבן אגער אפי' צו זיי קענען, איך קוק נאר אויף זייערע קאמפיינען) און פון די אנדערע זייט זעה איך צעטלעך אז איך מוז ראטעווען סאטמער, און to be honest מיר ציעט ענדערש צו וואויטן פאר איינעם וואס זאגט אז ער גייט מיך העלפן.

אויב איך בין נישט גערעכט, אדרבה איך וויל הערן.........................




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2008 22:39 לינק ישיר 

kj2008

ס'ארא נארישקייטן, וואס איך וועל האבן דערפון ?

מ'ברויך נישט צו קענען קיין קאמפליצירטע מאטעמאטישע חשבונות אויסצורעכענען וויפיל ס'איז 17% אויף $3000, און מיר זענען נישט פיל נארישער ווי אונזערע גוי'שע שכנים (וואס לויט דיין חשבון וואלט די טאון אוו מאנראו געדארפט פובליצירן זייערע הירינגס און זשורנאל...), און טאקע אט דאס איז די סיבה פארוואס דער געזעץ הייסט דאס אדווערטייזן, כדי די פויערן פון דארף זאלן קומען, פרעגן, און פארשטיין !!!

און די Tax Assessment Hearing איז ספעציעל געאייגנט אז אויב איינער האט אן ארגומענט אז מ'האט מאיזה סיבה שיהיה איבערגעשאצט זיין הויז זאל ער קומען ואם לא יגיד ונשא...

אבער אז קיינער ווייסט נישט אז ס'עקזיסטירט אזא מיטינג פארוואס זאל ער אנרופן פרעגן אין ווילעדזש ?

און כ'האב געפרעגט נאך צוויי שאלות...

2. וואס האב איך פון - אן אייגענעם סקול דיסטריקט מיט א בודזשעט פון לערך $15,000,000.00 א יאר, פון א וועד הקריה וואס רעכענט $12.00 א סקווער פוס פאר א דירה און א געוואלד מיט רענט אין שאפינג סענטער אזש אז די גראסעריס טענה'ען אז די קאנסומער ברויכן עס באצאלן, פון א שמחה זאל וואס רעכענט עטליכע און דרייסיג דאלער א קאפל דערביי ארויפטרייבענדיג דעם סטאנדארד ביז צום הימל, פון א ביזנעס סענטער וואס האט איין זאך געטון, געדריפעלט די פרייז פון אפיס רענט - ווען איך קריג נישט קיין שום הנחה און שכ"ל און די איינגעשטעלטע ווערן קוים באצאלט און מיט... עסן קארטלעך, איין זאך וואס יא, מ'האט מיר געהעכערט די טעקס צו באצאלן דאס געהעכערטע ארענדע פאר ק"י ביזנעס סענטער, זאל לכה"פ איינער געניסן פונעם סורפלוס פון די געלטער וואס קומט אריין פון טעקס פעיערס ווואס שיקן די קינדער און אנדערע מוסדות אבער צאלן דא ?

3. פארוואס אין סיי וועלכע טאון איז דער אפטייטש פון א קאמיוניטי רום, א שטוב/קלאב האוז וואס אלע אינעם קאמפלעקס האבן א שותפות דערין מיט א ערוויילטע באורד אוו מעמבערס, משא"כ אין ק"י דארף מען עס איבערשרייבן פריוואט פאר איינעם ?

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 22:46:39




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/6/2008 22:48 לינק ישיר 

ר 'דוד עקשטיין די פרעזידענט פון קהל יטב לב אין קרית יואל האט היינט עמטליך אויפגעגעבן צו פירן די וועד הצניעות אין קרית יואל.

א נייע וועד ווערט צוזאמגעשטעלט.


תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 02/06/2008 23:04:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 22:49 לינק ישיר 

קאמענטאטאר:

ביטע ענטפער אליינס:

1) פארוואס האבן פעדער און פרענקעל זייערע טייערע פרייזען. זיי צאלן דאך נישט קיין רענט פאר די ווילידזש.

2) פארוואס האט מען איינגעפירט נאך 25 יאר צוריק צו צאלן געלט פאר יעדע דירה וואס מ'קויפט אין קרית יואל?

3) פארוואס איז נאך אלץ קרית יואל פון די ביליגסטע א סקווער פיס. בלויז 165? און געוויסע פעלער נאך ביליגער.

4) פארוואס ביי די קרעדיט קארד טערמס און קאנדישאנס זענען אלע פאטנס אזוי פיצל ווי 2.5 אדער 3?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.