בית פורומים כל העולם כולו

געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2008 22:49 לינק ישיר 

אזהרה, נישט פארדרייען די אשכול מיט קיין אישוס וואס זענען נישט נוגע ביי די יעצטיגע וואלן.

אלע אישוס וואס זענען נישט נוגע ביי די יעצטיגע וואלן, ווי למשל די עד'ס אין די רעקארד, וועט מען באהאנדלען אי"ה אנגעפאנגען פון דאנערשטאג אינדערפרי.

מען קען נישט צולאזן אז דער פארום זאל ווערן איבערגעפילט מיט אזויפיל פרישע טעמעס איבער די זעלבע אישו. דער עולם קען נישט מיטהאלטן אזוי סאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 23:07 לינק ישיר 

25 יאר צוריק האט מען געבעטן $3000 פאר די אייניגע וואס מען בעט היינט $30,000 איי אינפלאציע... זענען אבער די הכנסות פאר די מוסדות הק' געווען כטיפה מן הים קעגן די היינטיגע ווי כ'האב שוין אויבן דערמאנט.

און $165 א פוס ?... איך ווייס פון $200 נאר אפשר ביסטו ניט באהאוונט.

ר' שמחה'לע, פאר דאנערשטאג אידערפרי האב איך שוין אנדערע דאגות אוועקגעלייגט, איצט איז דאס נוגע !

און מהאי טעמא האט איר געזען פאר נייטיג צו עלימינירן מיין אנדער אשכול ?



תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 23:17:46




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/6/2008 23:11 לינק ישיר 

יא.
איך לעמבערג איז דא דירות וואס דו קענסט הייינט קויפן פאר 165 דאלאר א סק. פיס.
דאס איז פרייזען וואס איך ווייס קלאר.

אפשר ביסטו פון די וואס האלטן אז די וויליזש דארף געבן הייזער אומזיסט?

איך גראדע האלט אז די ווילידזש דארף מיר נאך צוצאלן א באלעבאטישן פרייז פאר'ן נעמען א דירה אין שטעטל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:19 לינק ישיר 

לעבעדיגער פון ווי נעמסטו דאס
קוקט אויס ווי סתם בעלאניס אזוי ווי נחום רז"ב, אדער גאר צו בארואיגן דעם עולם

זשוליאני פרעגט
1) פארוואס האבן פעדער און פרענקעל זייערע טייערע פרייזען. זיי צאלן דאך נישט קיין רענט פאר די ווילידזש.
דער תירוץ איז ס'איז שקר וכזב איבערצייג דיך אליינס

2) פארוואס האט מען איינגעפירט נאך 25 יאר צוריק צו צאלן געלט פאר יעדע דירה וואס מ'קויפט אין קרית יואל?
איך פארשטיי נישט די קשיא

3) פארוואס איז נאך אלץ קרית יואל פון די ביליגסטע א סקווער פיס. בלויז 165? און געוויסע פעלער נאך ביליגער.
איך ווייסט נישט וואס מיינט 165 א סקווער פוס, איך ווייס אזויפיל אז דו האסט נישט היינט קיין אכט רומיגע דירה אונטער 450.000 אינדערצייט וואס פאר 8 יאר צוריק האט עס געקאסט ערגעץ ביי צוויי הונדערט טויזענט דאלאר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:19 לינק ישיר 

קאמענטאטער, א טעות.

די רבי ז"ל (דברי יואל) האט געמאכט א תקנה פון $10,000 פער דירה, אויב גייט עס מיט וויפיל די דירות פרייזן גייען ארויף וואלט מען היינט געדארפט בעטן פיל מער.

איך קען עס ממש נישט גלייבן אז ס'איז דא מענטשן וואס רעדן זיך איבער די פרייזן פון דירות ווען איך צאל רענט מער וויפיל איר צאלט די מארגעדזש פאר א 5 רומיגע דירה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:23 לינק ישיר 

וואלן סח צום אלעם ערשט, איך הייס נישט נחום רז"ב, איך רעדט וואס איך ווייס און איך ווייס וואס איך רעדט. וועסט עס שוין פעסטשטעלן אויפדערנאכט.

צווייטענס. אפשר איז די ווילידזש שולדיג אז די פרייז פון ברויט איז ארויף? די ווייסט וויפיל ברויט האט געקאסט פאר 8 יאר צוריק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:26 לינק ישיר 

וואלןסח

1) איך האב געטשעקט פרייזען, און יא, מ'קען היינט קויפן פאר 165 א סק. פיס.

2) איך האב געמאכט אן ארדער דעם פרייטאג ביי פעדער. ער איז קיין האר נישט ביליגער פון גרענד פוד אדער לאנדא סופער מארקעט.

און דארט איז נאך דא מער ספעשלס אויך פאר א באונס. (ביסט עס אוודאי מוחל. אבער ביי ר' יצחק פעדער גיט מען עס אינגאנצן נישט).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:45 לינק ישיר 

 

לעבעדיגער, ווי אזוי גייט מען געוואר ווערן ביינאכט ס'גייט הענגן א צעטל?

ואגב, איך מיין אז מען וועט מאכן וואלן צו דוד עקשטיין זאל בלייבן אין וועד הצניעות און ווערן אויס ראש הקהל, אדער ער זאל בלייבן ראש הקהלה און פליען פון וועד הצניעות, איך מיין אז מער פראצענט פון אנ"ש וועלן זאגן ער זאל בלייבן אין וועד הצניעות און זיך אפלאזן פון די קהלה, ווער ס'ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין די קהלה.

מיט וועד הצניעות האט נישט מער ווי א מיעוט עולם א פראבלעם, א חלק וואס זענען טאקע א פראבלעם, און א חלק וואס פירן זיך נישט אזוי ווי .... וואלט געוואלט מען זאל זיך פירן אין קרית יואל ממילא האבן זיי א פראבלעם מיט דוד עקשטיין, איך מיין אז איך שאץ נישט אונטער, אז 75 פראצענט פון אנ"ש אין קרית יואל גייט נישט אן אז דוד עקשטיין איז אין וועד הצניעות, אבער לגבי וואס ער איז אין קהל האט ער שוין געמאכט אסאך חורבנות ואכמ"ל, דברים שהשתיקה יפה להם, און איך ווייס אז מיטן דערציילן וואס וועל איך סיי ווי גארנישט נישט אויפטון, אבער דאס איז דער מציאות.

 

יעצט בנוגע דירות, איך האב פאר די נייעס אז זייט ברויט איז געווארן אזוי טייער מיין איך זענען די פרייזן פון דירות נישט געשטיגן צוליב ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל קויפן, ס'איז נאריש צו זאגן אז די פרייז פון האלץ איז געשטיגן דאפעלט פון 8 יאר צוריק.

און די זעלבע שאלה איז בנוגע עפארדעבל דירות, איך מיין אז ס'איז דא גענוג וועגן צו טון אז ס'זאל אנקומען נאר צו אנ"ש, און אפילו אויב נישט, אפילו אויב ס'קומט אן אויך צו זיין איז עס נאך אלץ א הצלה פורתא פאר אנ"ש אויך.

 

ובעיקר חזר איך איבער וואס איך האב שוין אויבן געשריבן,

פארוואס ליגט דאס בויען די הייזער אין די הענט פון יחידים, פארוואס איז איינער פון די גרעסטע בילדערס א איד וואס גיט כמעט נישט קיין פעני פאר מוסדותינו הק' בכל אתר ואתר (חוץ פאר די מוסדות אין ק"י וואס דאס איז זיין פי צו קענען בויען, און איך מיין אז דארט גיט ער אויך נאר הלואה אויף לענגערע טערמינען, פרובירט צו הערן ביים דינער). און יעדער ווייסט ווי זיין צדקה קומט יא אן אין וומסב"ג.

דאס איז חוץ זיין פריוואטע חלק פון נישט געבן צדקה פאר אידן, ווי אזוי ער פירט זיך אויף צו משולחים אין ביהמ"ד, פרובירט אים נאכצוקוקן, א חרפה און א בושה.

 

אגב זאגט מיר יעצט איינער וואס דוד עקשטיין האט מיט די ווילידזש

ווער איז געווען דער וואס האט איינגעפירט דא אין קרית יואל אז ביים קלאזען צאלט דער קונה די קאסטן פונעם לויער אויך פונעם מוכר

דוד עקשטיין

נעבעך, איך מיין מען זאל מאכן א טיי אווענט פאר י. ג"ב און מ. י. אינדיג זיי האבן פשוט נישט דעם טאג איבערצולעבן צו קענען צאלן פאר זייער לויער ביים קלאזן, זיי בויען דאך אלע לשם מצוה.

נעקסטע מאל גייט מען דארפן צאלן די טעל. ביל פון זייער אפיס

שעמאניו!!!!!!!!!

אבער איינגעפירט האט דאס דוד עקשטיין תשנ"ז אויף עיקערס רד.

פרעגט אייך נאך

 

און איך פיר אויס אזוי ווי רעכטער:

ח"ו ארויסצונעמען פון מיינע ווערטער אז זאל בלייבן אינדערהיים, ס'איז נישט קיין שום ספק אז אוי די טעראריסטן קומען אריין אינעם וויליעדזש (היל"ת) וועלן זיי גלייך אראפנעמען זייער נעבעכדיגע פנים'ער, מיר געדענקן זייער גוט ווער זיי זענען, ח"ו ס'זאל איינעם איינפאלן צו בלייבן אינדערהיים.

פארוואס דארף דער קאמפיין זיין אז זאל דער עולם "מוזן" שטימען פארוואס זאל נישט די קאמפיין זיין אז דער עולם זאל וועלן שטימען? פארוואס ווען איינער האט נעכטן גערעדט צו איינע פון די סאמע העכסטע אין די וויליעדזש איז דער ענטפער געווען אז מען גייט סייווי געווינען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 23:46 לינק ישיר 

ווען מ'וועט פלעין וועלן מיר אי"ה צושטעלן גענוג



תוקן על ידי שלחןערוך ב- 02/06/2008 23:46:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 23:55 לינק ישיר 

וואס א שטותים?
קענסט קויפן א דירות ביי
חיים נחום ווערצבערגער
יאנקעל סופר
יודי גאלדבערגער

און נאך מענטשן

וואס א שייכות האט עס מיט די ווילידזש אדער מיט אנשי שלומינו?
דו ביסט אפשר גערירט ביים זינען?

אפשר דארף די ווילידזש קאנטראלירן די צענמענט קאמפאני אויך?
און צי ער געלט נדבות פאר די מוסדות איבעראל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 00:01 לינק ישיר 

אין קהל זענען פאראן עטליכע 80 אפישעלס.
אין ועד הצניעות איז דא בלויז 1 מענטש.

ווייסט אפשר ווער ס'איז געווען פרעזידענט א יאר צוריק?
ווייסט אפשר ווער ס'איז פרעזידענט אין קהל אין בארא פארק?

בפרט אז די ווירטשאפט קאמיטע איז יעצט אקטיוו, על המשמר.

2) וועד הצניעות איז א הייליגע טייערע ארגאניזאציע, אבער דארט איז מען דן דיני נפשות. און נישט אייביג זענען די באטראפענע שולדיג, און דעריבער איז עס זייער גוטע נייעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 00:01 לינק ישיר 

גראדע האט מיך א איד געזאגט - רעדענדיג איבער די רעזיגנאציע פון ר' דוד פון ועד הצניעות  -  אז לגבי די פארפירערס וועט דאס בכל נשט אויפטוען ווייל זיי זענען דא איבערצודריין און פארפירן, זיי וועלן אייביג טרעפן א צווייטע זאך וואס איז נישט גוט.

איך האב נישט געדארפט ווארטן קיין פינף מינוט צו זעהן אז ער האט זיך נישט גענארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 00:08 לינק ישיר 

פאריקטער

דו ברענגסט ארויס א ווייטאגליכע טעמע, פארוואס די וואלן ווערן פארוואנדלט אין א חסידות אישו, באמת איז דאס א פראבלעם און עס טוט יעדן וויי, אז צוויי מאל יעדע פיר יאר, איז דא א רעפערענדום איבער'ן כח פון סאטמאר, און ווער עס וויל אפטאן דעם רבי'ן אדער די גאנצע פירערשאפט, קען קומען און דרוקן א קנעפל און קיינער אים נישט צוריקהאלטן. איך ווייס נישט אויף די גאנצע וועלט אויב ס'איז דא אזא מציאות אז א רבי דארף דורכגיין וואלן אזוי אפט, דאס איז א ביטערער פיל אראפצושלינגען.

פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסער כח, למעשה ציט די מינאריטי אן בערך פערציג פראצענט, און דורכן כח פון די וואלן, האלט מען זיי אינגאנצן אינדרויסן אן קיין טראפ פארטרעטערשאפט, יא זיי צאלן שטייער פונקט ווי יעדער, און דאך רעכנט מען זיך נישט מיט זיי כי הוא זה, ועיניהם רואות וכלות ואין לאל ידם.

די מציאות איז אז אסאך אייגענע מענטשן זענען ברוגז אויף די פירערשאפט, וועלכע האבן זיך גוט באקוועם געמאכט אין זייערע פאזיציעס, און כאטש זיי טוען אסאך גוטס אויך, איז דא אסאך מענטשן וואס האלטן זיין פאר "בעסערע מענטשן" (עליט) וועלכע קוקן אויף די ארימערע שיכטן פון אויבן אויף אראפ, און נאך פארשידענע פראבלעמען וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן, ביי געווענליכע וואלן וואלטן זיי געקענט ארויספליען, ממילא איז נישטא קיין צוויי ברירות, נאר צו מאכן די עלעקשאנס א חסידות פארמעסט. די קאנדידטאן כאפן זיך שטארק אן אין רבינ'ס בעקיטשע און אזוי גייט מען צו די וואלן.

איך האב הנאה וואס מען האט דא געשריבן: "פארוואס דארף מען גיין צו די וואלן ווייל מען מוז, פארוואס זאל מען נישט וועלן ווייל מען וויל?".

וואלן סח
ביזט נישט גערעכט מיט הייסן קוקן אין ביהמ"ד אויף א יחיד וויאזוי ער גיט צדקה, און וואס א קאליר סוט ער גייט, דאס איז נישט מענטשליך און נישט תורה'דיג, אפילו א פובליק פיגור האט אויך זיינע מענטשליכע רעכטן פון פריוואטקייט.
אבער אויף זיין פובליק אויפפירונג דארף מען יא קוקן, און דארט בין איך איינשטימונג, אז עס ליגט א חוב אויף די ווילידזש און וועד הקריה זיך צו זארגן פאר די ארימעלייט און שוואכע פארדינערס, ווי איידער אנצושטאפן די טאשן פון אפאר יחידים וועלכע זענען געווארן רייך אויפן חשבון פון ציבור, (נישט דורך געלונגענע ביזנעס סטראטעגיעס, נאך דורך מאנאפעלאציע),





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 00:16 לינק ישיר 

 זשוליאני, פארוואס מאכסטו דיר ווי א תם? פארוואס האט דער רבי ז"ל בעל דב"י געגרינדעט מאונפיעלד האומס/ועד הקרי'? אמת טאקע ס'איז דא די עזות פנים'ער וואס האבן נישט צו זיכן אין קרית יואל, אבער וואס זענען אנשי שלומינו שולדיג? נאך מער, פארוואס ווען ס'זענען געווען עסקנים וואס האבן געוואלט טון אין דעם ענין האט מען זיי פארשיקט בשתי ידים? דאס מיינט טאקע שליחי ציבור? דאס מיינט אישי הציבור? איז טאקע נישט דא וואס צו ענטפערן נאר דיינע נער'ישע תרוצים? פריער זאגסטו אז די וויליעדזש גייט עפעס טון וועגן דירות, יעצט, א מינוט שפעטער דארפן זיי שוין נישט? אויב די האסט נישט וואס צו ענטפערן ענטפער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 00:33 לינק ישיר 

מ'האט געמאכט א געזעץ איבער אפארדעבל.

פרעגסט פארוואס מ'טוט נישט מער. איז דער תירוץ זייער קלאר:
ווייל מ'האט שוין געמאכט, און אינוועסטארס האבן געמאכט א חלוקה דערויף.

אלזא, איז דאס נישט קיין עצה וואס ארבעט. פארשטייסט.

נעקסט קעיס:

די דזשאב פון וויליזש איז נישט צו געבן קאנטראקטן פאר דעם אדער יענעם.
יעדער קען דאס טאן. אויך דו קענסט קויפן לאטס און דעוועלאפן. פינקט ווי מאיר יאנקעל אינדיג.

מאיר הירש גיט דיר מארגן א לאט צו דעוועלאפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.